Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די אַלטע לערערין (דערציילונג)The aging teacher (short story)

זי זיצט אין דרױסן אױף דער פּריזבע, אײַנגעהילט אין אַ שאַל איבערן קאָפּ, אַ קלײנינקע און אײַנ­גע­פּלעטשטע, די אָדערדיקע הענט אירע אונטער דער שאַל.

פֿון דער רעדאַקציע:

יחיאל שרײַבמאַן, דער באַקאַנטער פּראָזאַיִקער פֿון מאָלדאָווע, איז געבוירן געוואָרן אין 1913 אינעם בעסאַראַבער שטעטל וואַד־ראַשקעוו, וואָס ער האָט אַזוי זאַפֿטיק און האַרציק באַשריבן אין כּמעט אַלע זײַנע ווערק. אין די 1930ער יאָרן האָט ער געוווינט אין בוקאַרעשט, כּמעט גאַנצע צען יאָר געווען אַ סופֿליאָר אין ייִדישן טעאַטער. אין טשערנאָוויץ און בוקאַרעשט האָט ער זיך באַטייליקט אין דער אונטערערדישער לינקער באַוועגונג. דעביוטירט האָט ער אין דער ליטעראַטור מיט דער דערציילונג, „ערשטע טריט‟ וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם ניו־יאָרקער פּראָלעטאַרישן ליטעראַרישן זשורנאַל, „סיגנאַל‟.

אין 1940, ווען בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז שרײַבמאַן געקומען פֿון בוקאַרעשט קיין קעשענעוו, אָנגענומען געוואָרן ווי אַ מיטגליד פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַרבאַנד. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט ער זיך עוואַקויִרט קיין אוזבעקיסטאַן און געאַרבעט אין אַ קאָלווירט. אין 1946 האָט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג „דער עמעס‟ אַרויסגעגעבן זײַן ביכל פּראָזע, „דרײַ זומערס‟. דער שרײַבער האָט זיך אומגעקערט קיין קעשענעוו און ממשיך געווען זײַן אינטענסיווע שעפֿערישע טעטיקייט.

אַן איבעררײַס אין זײַן שאַפֿונג איז פֿאָרגעקומען אין די יאָרן 1948—1960, ווען די גאַנצע ייִדישע קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט געליטן פֿון רדיפֿות. ווי נאָר ס’האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען „סאָוועטיש היימלאַנד‟, איז שוין אין ערשטן נומער אַרײַן שרײַבמאַנס ציקל פּראָזע־מיניאַטורן, און דער שרײַבער איז ווידער געוואָרן שעפֿעריש אַקטיוו. זײַנע נאָוועלעס, דערציילונגען, ראָמאַנען און מיניאַטורן האָבן זיך געדרוקט אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ אין משך פֿון אַלע דרײַסיק יאָר וואָס דער זשורנאַל האָט עקזיסטירט.

אַן אָנערקענטער מײַסטער פֿון קורצע נאָוועלעס און מיניאַטורן, ווי אויך גרעסערע דערציילונגען און ראָמאַנען, איז ספּעציעל בולט זײַן אייגנאַרטיק בעסאַראַבער לשון, זײַן געמאָסטנקייט און בילדערישקייט. דערמיט איז ער געווען איינער פֿון די בעסטע סטיליסטן אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. געשטאָרבן איז ער אין קעשענעוו אין 2005.

—————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————————

קאָ, קאָ… קאָ, קאָ, קאָ. קאָ, קאָ, קאָ־קאָ־אָ־אָ־אָ־אָ. הײַנט איז, דאַכט זיך, איר געבױרן־טאָג. אױב זי האָט קײן טעות ניט, אױב זי געדענקט נאָך דעם חשבון פֿון אירע טעג.

זי זיצט אין דרױסן אױף דער פּריזבע, אײַנגעהילט אין אַ שאַל איבערן קאָפּ, אַ קלײנינקע און אײַנ­גע­פּלעטשטע, די אָדערדיקע הענט אירע אונטער דער שאַל — אַראָפּ­גע­לאָזטע פֿליגל; װי אַ קװאָטשקע. אײן אױג דרימלט איר פֿאַרגלאָנצט, טאַקע װי בײַ דער ראַבער הון אירער אין אַ כמורנעם טאָג, אין קאַמער אױפֿן סידעלע.

זי האָט שױן לאַנג קײן אײער ניט געלײגט, (די הון), גאָר־גאָר לאַנג קײן הינדעלעך ניט אױסגעפֿירט. דרײט זיך אום אַן אײן־און־אײנציקע בײַ דער שטוב, האַלט דאָס קעפּל אױף אַ זײַט, קוקט מיטן אײנעם אײגל איר, (דאָס צװײטע האָט מען איר אױסגעפּיקט), טוט אַ צעפּאָרפּל אַ בערגל מיסט, אַ צופּ אַ פֿאַרטריקנט גרעזל, אַ טרינק אין אַ שיטער בלאָטקעלע. װען דער הימל פֿאַרכמאַרעט זיך נאָר, שפּאַנט זי אַװעק מיט דריבנע טריטעלעך (די הון) אין קאַמער אַרײַן, דראַפּעט זיך אַרױף אױפֿן סידעלע, און דאָס אײנע אײגל דרימלט איר פֿאַרגלאָצט, פֿאַרצױגן מיט אַ הײַטעלע.

פֿילאָסאָפֿישע קשיות באַפֿאַלן זי הײַנט (דער לערערין). קשיות אַלטע װי די װעלט. אַ שטײגער: װאָס איז געװען פֿריִער: דאָס אײ אָדער די הון? װער האָט װעמען געבױרן: דאָס אײ די הון, אָדער די הון דאָס אײ?

אײַ איז די ראַבע אירע געװען אַ מאָל אַ בריה אַ קװאָטשקע! אַ זעלטענע געטרײַע מאַמע, ניט קײן קװאָטשקע. מיט װיפֿל שׂכלדיקײט און עקשנות זי איז עס די אײער אױסגעזעסן, אױס­גע­װאַרעמט מיט איר פּוכקע לײַב, מיט די קישעלעך פֿון אירע לאַפּ­קע־פֿינגער זײ איבערגעמישט, אײַנ­געטײלט די װאַרעמקײט גלײַך אױף גלײַך. מיט װיפֿל גדלות זי האָט דערנאָך אומגעשפּאַנט מיט די פּיצינ­קע נאַקעטע קינדערלעך. דאָס פֿרײד־געשרײ אירס בײַם אױסגריבלען פֿאַר די עופֿעלעך אַ פֿריש ראָזעװע װע­רעמל. דאָס אַרונטערכאַפּן די קלײ­נינקע אונטער אירע פֿליגל בײַ אַ מינדסטן שאָרך. די געװאַלדן אירע בײַם דערזען אױף דער ערד אַ הױלן שאָטן פֿון אַ לאָקערנדיקן שׂונא איבער זײ.

די קינדערלעך האָבן פּאַװאָ­ליענקע אָנגעהױבן אַרױפֿנע­מען אױף זיך פֿעדערלעך, אָנגעהױבן, װי מע זאָגט, בלאָזן זיך אין די פֿעדערלעך. װאָס האָט זי זײ ניט געװיזן! װיפֿל האָּט זי זײ ניט אױסגעלערנט און אױסדערצײלט! זי פֿלעגט שפּעטער שטײן בײַ דער זײַט און אָנקװעלן, װי דער הױף איז פֿול מיט אירע הינדעלעך און האָנעלעך. זײ דאַרפֿן זי נאָך. נאָר זי געװױנט זײ צו ביסלעך אָפּ פֿון זיך: שטעלט זיך, טײַערינקע, אױף די אײגענע פֿיס. זײַט פֿרײַע און דרײסטע. הײבט אַלײן אָן באַלעבאַטעװען מיט אײַערע טעג. און אָט האָט זיך אײן מאָל אין אַ טאָג געמאַכט, אַז דאָס שענסטע האָנדל אירס, אין שפּאָרן, מיט אַן אױסגעבײגלטן בלישטשענ­דיק־בלאָװן פֿעדער אין עק, האָּט איר אַ שפּרונג געטאָן אין פּנים. פֿאַרגעסן, זעט אױס, װאָס זי איז אים. צי, מעגלעך, געװאָלט באַװײַזן איר די גבֿורה זײַנע. און זי איז, ניט דאָ געדאַכט, געבליבן מיט אײן אױג. דאָס צװײטע איז איר אױסגערונען. פֿון דעמאָלט אָן, דאַכט זיך, מער אױף קײן אײער ניט געזעסן. קײן הינדעלעך מער ניט אױסגעפֿירט.

הײַנט איז, דאַכט זיך, איר געבױרן־טאָג. אױב זי האָט קײן טעות ניט. אױב זי געדענקט נאָך דעם חשבון פֿון אירע טעג.

זי איז שױן זײער אַן אַל­טיטשקע. טאַטעס פֿון דערװאַקסענע קינדער, אַפֿילו זײדעס שױן פֿון אײניק­לעך, זענען געװען אַ מאָל אירע תּלמי­דימלעך. צענדליקער און צענדליקער תּלמידימלעך. ס׳גאַנצע דאָרף! אַ דאָ־אָ, װוּ זי זיצט אױף דער פּריזבע, אין דער סאַמע מיט, מיט אײן טײל דאָרף אין אײן זײַט, און מיט דער צװײטער טײל דאָרף אין אַ צװײטער זײַט, איז אַ מאָל געשטאַנען איר קלײן שטעטעלע. פֿון אַלע מענטשן אין שטעטל איז זי דאָ פֿאַרבליבן די אײן־און־אײנציקע.

אמת, ס׳איז איר דאָ ניט שלעכט. ס׳גאַנצע דאָרף גיט איר נאָך אָפּ כּבֿוד. (געװאָרן הײַנט אַ צעװאַקסן דאָרף). מע גײט פֿאַרבײַ איר מיט אַ ברײטן גוט־מאָרגן און מע נעמט פֿאַר איר אַראָפּ דאָס היטל. שכנים נאָענטע, און אַפֿילו װײַטע, פֿון װײַטערע מאַהאַלעס, ברענגען איר אַרײַן אין שטוב אַ קענדל מילך, אַ מאָל — אַ צענדליק אײער, אַ שטיקל קעז, אַ שטיקל פּוטער, אײַנגעהילט אין אַ װײַן־בלעטל, אַ בינטל פּאַפּעשױ־מעל. מ׳האָט זי אין זינען. מע געדענקט זי נאָך. און פֿאַר װאָס זאָל מען זי ניט געדענקען, ניט האָבן אין זינען? אײן תּלמידל אירס, געװען אַ מאָל דאָס בעסטע תּלמידל אירס, האָּט זי, דאַכט זיך, אין גאַנצן פֿאַרגעסן. ער איז הײַנט אין שטאָט אַ באַװוּסטער מענטש. אַ געלערנטער. אַ דירעקטאָר, זאָגט מען, פֿון אַן אינסטיטוט. זי געדענקט אים גוט. ער האָט בײַ איר אָנגעהױבן פֿונעם סאַמע אַלף־בית. עטלעכע יאָר האָט זי אים געפֿירט אַרױף, פֿון קלאַס צו קלאַס. געװען בײַ איר דאָס בעסטע תּלמידל.

אַז ער קומט זיך אַ מאָל זומערצײַט דורך אַהער, אין זײַן מאַשין, באַװײַזן אַ פּנים טאַטע־מאַמע די אױפֿגעקומענקײט זײַנע, צי גלאַט װײַזן זיך פֿאַר טאַטע־מאַמע, און גײט פֿאַרבײַ מיט זײַן קאָמפּאַניע די פּריזבע אירע, פֿרעגט ער זי אַפֿילו ניט, װאָס זי טוט. נײן, ער זעט זי אַפֿילו ניט. מן־הסתּם דערקענט ער זי גאָרניט — אַזױ אײַנגעשרומפּן און אַזױ אײַנגעפּלעטשט, װי זי איז אױף דער עלטער גע­װאָרן. װאָס זשע, נאָר זי האָּט ער אין קאָפּ? קײן בילכערס איז נישטאָ?

אײן אױג דער אַל­טער לערערינס דרימל פֿאַר­גלאָנצט. דאָס צװײטע אױג קלעפּט זיך און קלעפּט זיך און װערט פּאַװאָליע אױך פֿאַרצױגן מיט אַ הײַטעלע.

דער קאָפּ אירער נײגט זיך אַראָפּ, אַראָפּ. ש־ש־ש… די אַלטע לערערין שלאָפֿט. אין איר געבױרן־טאָג, װי עס מאַכט זיך בײַ גאָר אַלטע זקנים און זקנות, חלומט זיך איר אַ נאַריש חלום? אַ האָנדל אין שפּאָרן, מיט אַ פֿאַרריסענעם בלי­שטשענ­דיק־בלאָװן פֿע­דער אין עק, דרײט זיך צע­פֿע­כערט אַרום איר. ניט קײן האָנדל — אַ גרױסער האָן, מיט אַ שניפּס אױסגעבונדן בײַם האַלדז, אין אַ װױליונגעריש קאַפּעלושל אױבן אױף דעם קאָפּ, דרײט זיך און דרײט זיך אַרום איר און טוט איר אַ שפּרונג אין פּנים אַרײַן…

קאָ, קאָ… קאָ, קאָ, קאָ.

קאָ, קאָ, קאָ־אָ־אָ־אָ־אָ…

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.