Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער קאָמיקער לערי דייוויד און די חורבן־שיךComedian Larry David and the Holocaust shoes

ווי עס זעט אויס פֿאַרשטייט לערי דייוויד ניט דאָס אָרט וואָס שיך פֿאַרנעמען בײַ ייִדן בכלל און אינעם חורבן־סימבאָליזם בפֿרט.

ווען איך בין געווען ייִנגער פֿלעג איך זיצן אין אונטערבאַן און קוקן צו ערשט אויף די שיך פֿון די אַנדערע פּאַסאַזשירן און דערנאָך זיך פֿאָרשטעלן ווי אַזוי דער טראָגער פֿון די שיך זעט אויס. וועט ער אָדער זי זײַן אַזוי סטאַטעטשנע ווי זײַנע שיך, אַזוי מאָדע־אָריענטירט ווי די שטיוול זײַנע אָדער אירע? אָדער אַזוי איידל און גראַציעז ווי אירע פּאַנטאָפֿל? איך האָב געמיינט אַז סע מוז זײַן אַ סיבה פֿאַר וואָס יענער מענטש האָט אויסגעקליבן יענע שיך; ס׳האָט זיך מיר געדאַכט אַז די שיך זאָגן עפּעס וועגן דעם מענטשן ווײַל שיך זײַנען נישט סתּם עפּעס וואָס מע טוט אָן אויף די פֿיס, זיי האָבן באַזונדערע פּערזענלעכקייטן.

כ׳האָב שוין לאַנג זיך נישט אַזוי אַרײַנגעטראַכט אין דעם ענין שיך ביז איך האָב נישט געהערט וועגן דעם אַנומלטיקן קאַפּיטל מיט די שיך פֿון חורבן־מוזיי אין דעם קאָמיקער לערי דייווידס טעלעוויזיע־סעריע Curb Your Enthusiasm (האַלט אײַן אײַער ענטוזיאַזם). ווי אַ סך לייענערס ווייסן, האָט יענע פּראָגראַם אַרויסגערופֿן אַ סך נעגאַטיווע קאָמענטאַרן, אָבער אין מײַן מיינונג, נישט גענוג.

אויף איין פֿוס, איז די מעשׂה אַזוי: דייוויד איז אויפֿן וועג צום חורבן־מוזיי אין לאָס־אַנדזשעלעס און טרעט אַרײַן אין הינטדרעק און נאָרעט זיך אויס די שיך. ער קומט אַרײַן אין מוזיי אין די הוילע זאָקן און באַמערקנדיק אַז סע רעגנט אין דרויסן און נישט וועלנדיק אַהיימגיין אַ באָרוועסער אין רעגן, דערזעט ער, פּונקט אין דער ריכטיקער מינוט, אַן אויסשטעלונג פֿון שיך (ווער עס איז אַ מאָל געווען אין אַ חורבן־מוזיי איז זיכער באַקאַנט מיט די בערג שיך) צוגעראַבעוועט בײַ ייִדן וואָס די נאַציס האָבן געפֿירט צו דער שחיטה. דייוויד לקחנט אַ פּאָר שיך און טוט זיי אָן. טראָגנדיק די שיך גייט ער אַרויס אין דרויסן און טאַנצט אין רעגן אַ לאַ דזשין קעלי אין דעם פֿילם Singing in the Rain (איך זינג אין רעגן). לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז די ווײַטערדיקע שורה נאָך דער טיטל־שורה איז I’m happy again — איך בין ווידער גליקלעך.

טאָמער איז דאָס נישט גענוג טראָגט דייוויד די שיך אַפֿילו שפּעטער אין דער היים וווּ ער וואָלט אַוודאי געקענט אָנטאָן אַנדערע שיך. ווען אַ חבֿר פֿרעגט אים פֿאַר וואָס ער טראָגט זיי נאָך אַלץ ענטפֿערט ער זיי זײַנען זייער גוט געמאַכט און באַקוועם.

איך מוז זיך מודה זײַן אַז איך האָב נאָר אַ פּאָר מאָל געזען Curb Your Enthusiasm און איך בין אַ קנאַפּער מבֿין אויף לערי דייווידן, און סע קען זייער גוט זײַן אַז איך פֿאַרשטיי אים נישט. עס קען אויך זײַן אַז ער וויל אָפּלאַכן פֿון און קריטיקירן מענטשן וואָס וואָלטן זיך אַזוי אויפֿגעפֿירט. אָבער דער אמת איז אַז ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַ מענטש בכלל און אַ ייִד בפֿרט וואָס וואָלט זיך אַזוי אויפֿגעפֿירט. דאָס נעמען אַ פּאָר שיך פֿון אַ חורבן־אויסשטעלונג איז אַן אַבסורד וואָס רופֿט אַרויס (אין יעדן פֿאַל בײַ מיר) נישט קיין געלעכטער נאָר אַ ווידערגעפֿיל. בײַ אַלצדינג איז דאָ אַ מאָס, אַפֿילו בײַ הומאָר, און דייוויד איז אַריבער די מאָס, נאָר כּדי אַרויסצורופֿן געלעכטער.

איבעריק צו זאָגן אַז אַזאַ הומאָר איז געשמאַקלאָז און וווּלגאַר. איך וואָלט נאָך צוגעגעבן אַז ס׳איז אויך נישט זייער קאָמיש ווײַל עס ציט דעם אויפֿמערק צו די וואָס לײַדן, און לײַדן איז נישט קאָמיש, ספּעציעל דאָס לײַדן פֿון אומשולדיקע קרבנות. דערצו ווײַזט עס אָן אויף אַן עטישער און עמאָציאָנעלע טעמפּקייט מצד דעם קאָמעדיאַנט לגבי דעם הײַנטיקן קלימאַט אַרום ראַסיזם (פֿון וועלכן דער אַנטיסעמיטיזם איז אַ סובקאַטעגאָריע).

ווי דער זשורנאַליסט קלאָד פּיטינסקי האָט געשריבן אין The Times of Israel, ווען מע וואָלט געשפּילט אַן ענלעכע סצענע וועגן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, און עמעצער וואָלט געגנבֿעט אַ שקלאַפֿן־קאָלנער (דאָס איז געווען אַ מין פּײַניקונג־מכשיר), פֿון אַ מוזיי פֿון דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער געשיכטע און דאָס געניצט פֿאַר זײַנע צוועקן און געמאַכט דערפֿון אַ וויץ וואָלט מען דאָס נישט פֿאַרשוויגן. מע וואָלט אים זיכער „געקענסלד‟, ד״ה מע וואָלט אַראָפּגענומען זײַן פּראָגראַם פֿון דער טעלעוויזיע און — אויס קאַפּעליוש־מאַכער. לאָמיר האָפֿן אַז ווען אַ נישט־ייִד וואָלט געשאַפֿן דעם לערי דייוויד־עפּיזאָד וואָלט מען זיך אויף אַן ענלעכן אופֿן באַגאַנגען מיט אים (כאָטש ווי סע זעט אויס לעצטנס, קען מען זיך באַגיין מיט ייִדן אין לעבן און אין דער מעדיע ווי מע וויל). אָבער, ווי מענדעלע וואָלט געזאָגט, נישט דאָס בין איך אויסן.

אין דעם פֿאַל אָבער איז שווער צו טענהן אַז דער עפּיזאָד איז אַנטיסעמיטיש ווײַל דייוויד איז אַליין אַ ייִד. איך וויל אויך קלאָר מאַכן אַז איך בין נישט קאַטעגאָריש קעגן חורבן־הומאָר; מענטשן וואָס האָבן צו טאָן מיטן חורבן, פּערזענלעך אָדער פּראָפֿעסיאָנעל (און דאָס נעמט אַרײַן נישט קיין קליינע צאָל ייִדישיסטן) מאַכן פֿון צײַט צו צײַט וויצן פֿאַרבונדן מיטן חורבן אָבער בדרך־כּלל נאָר פֿאַר דעם ענגערן קרײַז וואָס פֿאַרשטייט און פֿילט מיט. מע מאַכט נישט אַוועק די טראַגעדיע מיט דער האַנט, נישט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט און זיכער נישט פֿאַר זיך, ס׳איז אַ מין אָפּשפּאַנונג, אַ פֿאַרלײַכטערונג פֿון די עמאָציעס. אַ ספֿק צי לערי דייוויד לײַדט פֿון חורבן־טראַוומע. פֿאַרקערט, ווי דער עפּיזאָד האָט אַנטפּלעקט לײַדט ער פֿון קולטורעלער און עטישער טעמפּקייט און פֿון ייִדישן עם־הארצות.

איך שטעל זיך פֿאָר אַז לערי דייוויד האָט נישט די מינדסטע אַנונג וועגן דעם אָרט וואָס שיך פֿאַרנעמען בײַ ייִדן בכלל און אין דעם חורבן־סימבאָליזם בפֿרט. ווען משה רבנו איז צוגעקומען נאָענט צום סנה, דעם ברענענדיקן דאָרן, אין שמות ג: 5 האָט גאָט אים געזאָגט, „זאָלסט נישט גענענען אַהער; טו אױס דײַנע שיך פֿון דײַנע פֿיס, װאָרום דער אָרט װאָס דו שטײסט אױף אים, דאָס איז הײליקע ערד.‟ [תּרגום יהואש). ווען מע זיצט שיבֿעה טוט מען אויס די שיך און יום־כּיפּור טאָר מען נישט טראָגן קיין שיך פֿון לעדער. מיט אַזאַ לאַנגן ייִחוס איז נישט קיין חידוש וואָס דער אימאַזש פֿון חורבן־שיך האָט אַזאַ שטאַרקן סימבאָלישן כּוח בײַ ייִדן. דער כּוח נעמט זיך אויך פֿון די וויזועלע מעגלעכקייטן. שיך קען מען אָנהויפֿענען און אַקעגן אַ קופּע קליידער וווּ יעדעס קלייד ליגט פֿלאַך און אַנאָנים, ליגן שיך נישט פֿלאַך; יעדער שוך שטייט ווי אַ יחיד פֿאַר זיך. אפֿשר טאַקע דערפֿאַר קען מען אַרײַנדמיונען אין זיי אַ געוויסע מענטשלעכקייט, און זיי ווערן אַ „סינעקדאָקי‟ (דאָס הייסט, אַ טייל וואָס רעפּרעזענטירט דאָס גאַנצע) פֿאַרן גאַנצן מענטשן.

אַ קופּע שיך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן עדה מענטשן וואָס זײַנען קדושים און געפֿינען זיך אויף הייליקער ערד, די ערד פֿון קידוש־השם. די שיך זײַנען אויך אַבֿלים נאָך זייערע טראָגערס, אין אַ וועלט וווּ ס׳איז שוין כּמעט נישטאָ ווער עס זאָל זיי באַוויינען, עדות אויף נישט־דערגאַנגענע וועגן, אָפּגעהאַקטע לעבנס. נישט איין ייִדישער פּאָעט האָט געשריבן וועגן זיי און זיי באַלעבט. אין זײַן ליד „אַ וואָגן שיך‟ שרײַבט אַבֿרהם סוצקעווער וועגן אַ וואָגן וואָס פֿירט אַ קופּע ייִדישע שיך פֿון ווילנע קיין בערלין:

… די רעדער יאָגן, יאָגן,

וואָס ברענגען זיי מיט זיך?

זיי ברענגען מיר אַ וואָגן,

מיט צאַפּלענדיקע שיך.

דאָס וואָרט „צאַפּלענדיקע‟ זאָגט אונדז אַז בײַם פּאָעט זײַנען די שיך נישט סתּם אומבאַלעבטע אָביעקטן, זיי לעבן און צאַפּלען ווי לעבעדיקע בריאות, און ער רעדט צו זיי:

אָ, זאָגט מיר שיך דעם אמת,

וווּ זײַנען זיי די פֿיס?

די פֿיס פֿון יענעם טופֿל

מיט קנעפּעלעך ווי טוי, —

און דאָ — וווּ איז דאָס גופֿל,

און דאָרט וווּ איז די פֿרוי?

און ווען „דורך קינדערשיך און שקראַבעס‟ דערקענט ער זײַן מאַמעס שבתדיקע שיך, זײַנען אַלע ענטפֿערס איבעריק. די שיך האָבן שוין געענטפֿערט, זיי גייען זייער לעצטן גאַנג.

אין משה שולשטיינס ליד, „כ׳האָב געזען אַ באַרג…‟ האָבן שיך אַ הייליקן סטאַטוס. ער שרײַבט:

כ׳האָב געזען אַ באַרג —

איז ער געווען העכער פֿון מאָן־בלאַן,

און הייליקער פֿונעם באַרג סיני,

נישט אין טרוים — אויף דער וואָר, אויף דער ערד

איז ער געשטאַנען —

אַזאַ באַרג, אַזאַ באַרג האָב איך געווען

פֿון ייִדישע שיך אין מײַדאַנעק.

מיטן אויסרעכענען די צוויי בערג, מאָן־בלאַן און סיני, ברענגט דער פּאָעט צוזאַמען די מאָדערנע געשיכטע פֿון ייִדן אין אייראָפּע מיט דער אוראַלטער תּנכישער געשיכטע פֿון מתּן־תּורה. און טאָמער מיינט דער לייענער אַז דאָס וואָס איז געשען בײַם באַרג סיני איז אפֿשר קיין מאָל נישט געשען, איז בלויז אַ מיטאָס, הגם אַ מעכטיקער, פֿון דער פֿאָלק־פֿאַנטאַזיע, וויל שולשטיין אונדז בפֿירוש לאָזן וויסן אַז דער באַרג „פֿון ייִדישע שיך אין מײַדאַנעק‟ איז „נישט אין טרוים, נאָר אויף דער וואָר‟. מע קען נישט אָפּפֿרעגן דאָס ממשות און די עקסיסטענץ פֿון אַזאַ באַרג, און אויך נישט זײַן קדושה. ווי סוצקעווער, באַלעבט ער די שיך און זיי רעדן:

מיר, שיך, וואָס פֿלעגן גיין אין פּאַרק שפּאַצירן,

און חתן־כּלה צו דער חופּה פֿירן,

און גיין אַזוי דור־אויס, דור־אײַן

אויף שׂימחות, חתונות, און גיין צו קימפּעט,

און הויך צו טאַנץ גיין פֿול מיט רעש און אימפּעט,

און רויִק אויף לוויות גיין.

הגם אַלץ וואָס זיי געבן דאָ איבער איז אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט און דערציילט פֿון אַ לעבן וואָס איז אַ מאָל געווען, „האָט אונדז דער סם געשוינט און נישט געוואָרגן, / ווײַל מיר — אָן האַרץ, אָן קעל, אָן לונג‟. אָבער דאָך האָבן זיי אין זיך אַ כּוח, דעם כּוח אַ שטאָך צו טאָן דאָס געוויסן פֿון אַ זינדיקער וועלט. און טאַקע אַזוי ענדיקט שולשטיין זײַן ליד:

און הערט, און הערט, ווער ס׳פֿלעג אַ מאָל נישט וועלן

דערהערן אונדזער גיין דורך טויטן־שוועלן,

איצט הערט, שטאָט־אויס, שטאָט־אײַן, —

מיר גייען — טויטער אָפּהילך פֿון אַ לעבן —

מיר וועלן קיין מאָל אײַך קיין רו נישט געבן

און גיין, און גיין, און גיין…

די שיך לעבן אייביק, נישט ווי עפּעס אַ ביליקער וויץ אין אַ קאָמעדיאַנטס אַ סקעטש נאָר ווי לעצטע עדות פֿון אַ לעבן וואָס איז פֿאַרטיליקט געוואָרן און פֿון אַן אומגעהײַער אַכזריות.

סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש רעדט מען וועגן „אַרײַנגיין אין עמעצנס שיך‟, ד״ה פֿילן דעם טעם פֿון אַ צווייטנס לעבן, איבערלעבן דאָס וואָס ער לעבט איבער. עס איז אַ געניטונג אין עניוות, אין קולטיווירן מיטגעפֿיל מיט לײַידנדיקע מענטשן. אָבער לערי דייוויד איז אַרײַן אין יענעמס שיך און האָט אין גאַנצן נישט דערפֿילט דעם טעם פֿון יענעמס לעבן און דעם שוידער פֿון זײַן טויט. ער איז געבליבן אין גאַנצן אין זײַנע אייגענע פֿאַרדאָסטע שיך, ער איז געבליבן בײַ „איך, איך, און מײַנע שיך‟. און אַלץ נאָר כּדי דער עולם זאָל לאַכן?

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.