ווי איך, אַ חב״דניק, האָב אַנטדעקט חיים גראַדעןHow I, a Chabadnik, discovered Chaim Grade
אין דער ישיבֿה וווּ איך האָב זיך געלערנט האָט מען גערעדט ייִדיש, און געלייענט דעם רבינס דרשות אָבער די סעקולערע ייִדישע ליטעראַטור איז געווען טריף.
(דער אַרטיקל איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿון ענגליש.)
אין דער חב״ד ישיבֿה וווּ איך האָב זיך געלערנט אין די אָנהייב 1980ער, אין קראַון הײַטס, ברוקלין, האָט קיינער נישט דערמאָנט די טעמע, ייִדישע ליטעראַטור.
גערעדט ייִדיש האָט מען יאָ, און געלייענט די ייִדישע שׂיחות פֿונעם רבין ז״ל האָט מען אויך, אָבער די וועלטלעכע ייִדישע ליטעראַטור איז געווען טריף. אייגנטלעך האָבן מיר קיין ענגלישע ליטעראַטור אויך נישט געלערנט; בלויז תּורה און גמרא אַ גאַנצן טאָג, אַרײַנגערעכנט זונטיק. די ישיבֿה, „אוהלי תּורה‟, האָט מען געגרינדעט אין 1956 מיט איין ציל: צו ווערן די ערשטע ישיבֿה אין אַמעריקע וואָס לערנט די תּלמידים בלויז תּורה. מיט דער צײַט האָט זי צוגעצויגן אַ טויזנט תּלמידים, אָנהייבנדיק פֿון קידנערגאָרטן ביז דערוואַקסענע תּורה לערנער.
יאָר נאָך יאָר בין איך געזעסן מיט די אַנדערע תּלמידים און איבערגעחזרט יעדן פּסוק נאָכן מלמד, צו ערשט אויף לשון־קודש און דערנאָך פֿאַרטײַטשט אויף ייִדיש. ס׳רובֿ פֿון אונדז האָבן נישט פֿאַרשטאַנען נישט דעם תּנכישן לשון־קודש, נישט ייִדיש. אין דער היים און צווישן זיך האָט מען גערעדט ענגליש. די הנהלה האָט אָבער נישט דערלויבט מע זאָל רעדן ענגליש אין קלאַס. צווישן אונדז האָט מען זיך געוויצלט אַז די תּלמידים וואָס פֿאַרענדיקן „אוהלי תּורה‟ זענען אַנאַלפֿאַבעטן אויף דרײַ שפּראַכן: לשון־קודש, ייִדיש און ענגליש.
איין מאָל, אין עלפֿטן קלאַס, האָט דער לערער אונדז געפּרוּווט דערקלערן אַ שווערע גמרא אויף ענגליש ווײַל ייִדיש איז בײַ אים אַליין נישט געווען קיין נאַטירלעכע שפּראַך. פּלוצלינג האָט דער מנהל פֿון דער ישיבֿה געעפֿנט די טיר און דער לערער איז תּיכּף אַריבער אויף ייִדיש.
אין 1999, ווען איך בין געווען 20 יאָר אַלט האָב איך באַקומען מײַן ערשטע שטעלע: בײַ אַ חב״ד־צווײַג אין סײַנט אײַווס, אַ פֿאָרשטאָט פֿון סידני, אויסטראַליע. מײַנע הויפּט־עובֿדות זענען געווען צו דינען ווי אַ בעל־קורא, ווי אַ בעל־תּפֿילה, און לערנען ייִנגלעך פֿון די עפֿנטלעכע (נישט־ייִדישע שולן) אויף בר־מיצווה. יעדן פֿרימאָרגן, 6:30, זענען מײַן חבֿר און איך געפֿאָרן אין שיל, אויפֿגעשלאָסן די טירן, אַרויסגעבראַכט די סידורים און אָנגעפֿירט מיטן דאַווענען. 7:30 האָט מען זיך צעגאַנגען.
איין מאָל, נאָכן דאַווענען, בין איך אַראָפּגעגאַנגען אינעם קעלער פֿונעם רבֿ וואָס האָט געפֿירט דעם יוגנט־מנין און דאָרט אין דער שאַפֿע געפֿונען אַ קעסטל ביכער; צווישן זיי — Rabbis and Wives, אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון דרײַ נאָוועלעס פֿון חיים גראַדען. אויף דער הילע איז געשטאַנען אַ ציטאַט פֿון אלי וויזל: „איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע ראָמאַניסטן, אויב נישט דער גרעסטער. זיכער איז ער דער עכטסטער.‟
כאָטש איך האָב דעמאָלט יאָ געוווּסט וועגן די ייִדישע שרײַבער ווי י. ל. פּרץ און שלום עליכם (די באָבע איז געווען אַ ייִדישיסטקע און פֿלעג מיר פֿאָרלייענען מעשׂיות ווי „באָנטשע שווײַג‟ און אויסצוגן פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟) אָבער חיים גראַדעס נאָמען איז מיר געווען פֿרעמד.
כ׳האָב דאָס בוך אַהיימגענומען.
יענעם אויפֿדערנאַכט האָב איך אָנגעהויבן אים לייענען. פֿון דער ערשטער זײַט פֿון דער נאָוועלע, „די רביצין‟, האָב איך זיך נישט געקענט אַוועקרײַסן. כ‘האָב דערפֿילט ווי, סוף־כּל־סוף, האָט עמעצער גוט פֿאַרשטאַנען מײַנע אייגענע שאלות און ספֿקות זינט די עלטערן האָבן מיך פֿאַרשריבן אין דער ישיבֿה. אין האַרצן האָב איך געפֿילט אַ טיפֿן ריס צווישן די זאַכן וואָס איך האָב זיך געלערנט אין דער ישיבֿה און די רעאַליטעט וואָס איך האָב געזען אין דרויסן. אין דער ישיבֿה האָט מען אונדז דאָך געלערנט אַז תּורה איז די בעסטע סחורה!
פֿון דער אַנדערער זײַט איז מײַן טאַטע געווען אַ דאָקטער. אין זײַן קליינעם קאַבינעט אין שטוב, איז בולט געהאָנגען אויף דער וואַנט זײַן דיפּלאָם פֿון האַרוואַרד מעדיצינישער שול, ביז די מאַמע האָט אים פֿאַרטריבן אין קעלער אַרײַן, כּדי זײַנע וועלטלעכע ביכער און דיפּלאָמען זאָלן נישט דערמאָנען זײַנע נײַן קינדער אַז זיי קענען אַפֿילו נישט גוט לייענען און שרײַבן ענגליש.
כ׳האָב גוט געוווּסט אַז דער טאַטע איז דערצויגן געוואָרן בײַ סעקולערע טאַטע־מאַמע, זיך אויסגעצייכנט אין פּאָבליק סקול, שטודירט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט און דערנאָך — אין האַרוואַרד. אין מיטן פֿון זײַן שטודירן מעדיצין האָט ער אַנטדעקט חב״ד און נאָכן אומקערן זיך קיין ניו־יאָרק איז ער געוואָרן אַן אָפֿטער אַרײַנגייער אין דער אָרטיקער חב״ד־שיל. שטעלט זיך די פֿראַגע: אויב תּורה איז טאַקע די בעסטע סחורה, פֿאַר וואָס זשע האָט דער טאַטע דאָס גאַנצע לעבן געאַרבעט ווי אַ דאָקטער?
יאָר נאָך יאָר, מסכתּא נאָך מסכתּא, האָב איך זיך געראַנגלט מיט די קשיות. זענען אפֿשר דאָ אַנדערע לימודים וואָס זענען פּונקט אַזוי כּדאַי זיך צו לערנען ווי תּורה? און וואָס וועל איך אַליין טאָן נאָכן פֿאַרענדיקן די ישיבֿה? ווי וועל איך פֿאַרדינען? אַז איך האָב נישט קיין מיטלשול־דיפּלאָם וועט קיין קאָלעדזש מיך נישט אָננעמען.
ווען כ׳האָב פֿאַרענדיקט די שטעלע אין סידני, און זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק בין איך גלײַך אַוועק אין דער אָרטיקער ביבליאָטעק און אַרויסגענומען דעם ערשטן באַנד פֿון חיים גראַדעס „די ישיבֿה‟ — די ענגלישע איבערזעצונג פֿון זײַן מײַסטערווערק, „צמח אַטלאַס‟. ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט ביז איך האָב עס אין גאַנצן איבערגעלייענט און ס׳האָט מיך ממש אַוועקגעלייגט.
די ראַנגלענישן וואָס גראַדע האָט אַזוי מײַסטערדיק באַשריבן צווישן אמונה און ספֿקות, צווישן תּורה און דער דרויסנדיקער וועלט (אָדער ווי ער שרײַבט — צווישן דער קלויז און דער גאַס) זענען אויך געווען מײַנע. דער העלד אינעם בוך, צמח אַטלאַס, דער מנהל פֿון דער ישיבֿה, האָט געהיט די תּורה אָבער געהאַט ספֿקות וועגן דער עקזיסטענץ פֿונעם „געבער‟ פֿון דער תּורה, דעם אייבערשטן אַליין. גראַדע האָט גוט באַשריבן דעם שווערן קאָנפֿליקט צווישן די פֿאָדערונגען פֿון דער הלכה און זײַנע אייגענע באַדערפֿענישן און לוסטונגען.
כ׳האָב געוואָלט אַרויסנעמען דעם צווייטן באַנד פֿון „די ישיבֿה‟ צו זען ווי די מעשׂה וועט זיך ענדיקן אָבער כ׳האָב געוווּסט אַז אויב איך לייען דאָס וועט מיר אפֿשר באַשערט זײַן דער זעלבער גורל ווי גראַדע. אַזאַ מעגלעכקייט — אַז איך וועל אַליין פֿאַרלאָזן די ישיבֿה — האָט מיך שטאַרק איבערגעשראָקן. מײַן משפּחה האָט אַרויפֿגעקוקט צו מיר, איז ווי קען איך זיי אַנטוישן? אַחוץ דעם זענען די טיפֿע חבֿרשאַפֿטן וואָס איך האָב במשך פֿון יאָרן אָנגעקניפּט מיט מײַנע חבֿרותות מיר געווען צו טײַער.
האָב איך פֿון ביבליאָטעק אַרויסגענומען אַנדערע ווערק גראַדעס: „דער שטומער מנין‟, „די עגונה‟, „דער ברונעם‟ און „דער מאַמעס שבתים‟. דעם צווייטן באַנד פֿון „די ישיבֿה‟ האָב איך אָבער נישט דערוועגט אַרויסצונעמען.
איין מאָל, געווען פֿרילינג־צײַט, נאָענט צו שבֿועות, האָבן די עלטערן באַשלאָסן צו פֿאַרברענגען יום־טובֿ אין אַן אַלטן קליינעם האָטעל וואָס האָט געהערט צו מײַן עלטער־מומען אין די האַמפּטאָנס, אַ פֿאַרמעגלעך שטעטל אין מיזרח־ניו־יאָרק. אין די 1970ער, ווען זי האָט געהאַט אָפּגעקויפֿט דאָס האָטעלעכל און אים רעמאָנטירט, זענען מיר נישט געפֿאָרן אַהין אויף יום־טובֿ דאָרט ווײַל ס׳איז נישט געווען קיין שיל אין שטעטל. אָבער אין די 1990ער האָט חב״ד אויפֿגעשטעלט אַ הויז אַריבער די גאַס פֿונעם האָטעל, האָבן מיר אָנגעהויבן פֿאַרברענגען דאָרט די יום־טובֿים.
וויסנדיק אַז איך וועל די צוויי טעג שבֿועות דאָרט האָבן ווייניק צו טאָן האָב איך געהאַלטן אין איין טראַכטן וועגן דעם צווייטן באַנד פֿון „די ישיבֿה‟. די יצר־הרע צו וויסן ווי אַזוי די מעשׂה וועט זיך ענדיקן איז פּשוט געווען צו שטאַרק. בין איך אַוועק אין ביבליאָטעק און אַרויסגענומען דאָס בוך.
ס׳איז אַן אַלטער מינהג צו זיצן שבֿועות אַ גאַנצע נאַכט און לערנען תּורה. צוליב דעם וואָס אונדזער שבֿועותדיקער מאָלצײַט האָט זיך אָבער געצויגן ביז 11:30 בײַ נאַכט, וואָס ביז דעמאָלט האָבן ס׳רובֿ פֿון מײַנע שוועסטער און ברידער, און אַפֿילו דער טאַטע, זיך שוין געלייגט שלאָפֿן, האָב איך זיך אַוועקגעזעצט אויף דער סאָפֿע און אָנגעהויבן לייענען דעם צווייטן באַנד פֿון גראַדעס בוך.
אַ גאַנצע נאַכט בין איך געזעסן און אומרויִק געלייענט. די אויגן־דעקלעך האָבן אָנגעהויבן זיך קלעפּן אָבער כ׳האָב זיך נישט געלאָזט אײַנדרעמלען און געלייענט ווײַטער. ווען די זון איז אויפֿגעגאַנגען האָב איך שוין געהאַט פֿאַרענדיקט דאָס גאַנצע בוך און ס׳איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז איך וועל שוין נישט צוריקגיין אין דער ישיבֿה.
אַן אויסגעשעפּטער האָב איך צוגעמאַכט די אויגן. בשעת איך בין צו ביסלעך אײַנגעשלאָפֿן איז מיר אַרײַן אין קאָפּ די איראָניע פֿון דער זאַך: משה רבינו האָט געשאָנקען די ייִדן די צוויי לוחות — אָבער מיר האָט גראַדע געשאָנקען די צוויי בענד פֿון „צמח אַטלאַס‟.
(.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO