Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„טאַטי, קענסט מיר קוקן אין די אויגן אַרײַן?‟“Tati, can you look me in the eyes?”

איידל רעזניק, די דירעקטארין פון „בדרך המלך‟, וואָס גיט עצות פֿאַר פרומע עלטערן דערקלערט ווי וויכטיק ס׳איז ווארעמקייט צווישן עלטערן און קינדער.

(דער אַרטיקל איז געשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש)

דאס לעבן פון א ניי געבוירענעם פיצעלע הייבט זיך אן מיט — א געוויין! אין פארגלייך מיט דער שטילקייט פון פֿריער, איז פלוצלינג דאס קינד אראפ צו דער וועלט וואו עס איז קאלט, פוסט און ליידיק. מיט דעם פריילעכן געשריי פון „מזל-טוב!‟, שרעקט מען אים גאר נאך איבער, די אלע וואס האבן אזוי לאנג געווארט ער זאל זיך באווייזן אויף דער וועלט.

נאר וואס געשעט אט אין דעם זעלבן מאמענט? טאטע-מאמע, מיט באווונדערטע אויגן הייבן אויף דאס עופעלע, וויקלען אים איין, גלעטן און בארויקן אים. זיי קוקן אים אין די אייגעלעך אריין, כדי זיך צו פארבינדן אויף אייביק מיט דעם נייעם נשמהלע וואס איז זיי איצט געשאנקען געווארן פון הימל. זיי טוליען אים צו, נאענט צו זיך, און שושקען אים אריין ווארעמע ווערטער אין פנימל אריין. אט אזוי הייבט זיך אן א געהעריקער אריינטריט צון אונדזער וועלט, ווען א קינד איז מקבל פנים געווען ווי עס באדארף צו זיין…

איינער פון די וויכטיקסטער עינינים אין געזונטע משפחה באציונגען, פון אונדזערע יידישע מקורים ווי אויך אין דער פסיכאלאגיע, איז דער בונד וואס עלטערן קניפּן אן מיט זייערע קינדער.

דער מין קאנטאקט וואס עלטערן האבן מיט זיי אין די פריערדיקע קינדער-יארן וועט א השפעה האבן אויף זייערע קינדערס אייגענע פערזענליכע באציונגען. די דוגמה וואס א מאמע צי א טאטע מאכט פאר די קינדער וועט אויך סטייען די קינדער פון ווי אזוי מען אנטוויקלט געזונטע באציונגען אין דער גארער וועלט. זיך ריכטיק פארשטענדיקן אין באציונגען העלפֿט אויך ברענגען הצלחה אין אלץ וואס א דערוואקסענער וועט אויפטאן אין לעבן, צי ביי דער ארבעט, אין דער קהילה צי חברשאפטן וואס מען אנטוויקלט שפעטער, אויפן גאנצן לעבן.

ס’איז פשוט צו באוואונדערן!—דאס אויסלערנען קינדער וועגן באציונגען מיט מענטשן אין דער גארער וועלט הייבט זיך אן אין די פשוטסטע וועגן, ביי אונדז אין דער היים.

ביים טיש.

אין גאסט-צימער.

אויף שבת.

ביים שלאפן גיין.

ווען די קינדערלעך וואלטן געקענט גלייך רעדן צו אונדז, וואלטן מיר געהערט ווי זיי מוטיקן אונדז אונטער: „מאמי—קוק מיר אין די אויגן אריין, וועל איך בעסער פארשטיין וואס דו ווילסט פון מיר.‟

„טאטי, האלט מיך אין די הענט ווען איך וויין—איך פיל זיך אומזיכער‟.

„פארוואס שרייט מען אויף מיר—ווי א קינד פֿארשטיי איך נישט דאס וואס איר פארשטייט ווי דערוואקסענע.‟

אבער נישט אלע דערוואקסענע ווייבער און מענער געבן זיך אן עצה מיט קליינע קינדער. צי ס’איז דרוק, צי אומארגאניזירטקייט, צי ס’איז כעס צי באהאלטענע טראומעס פון די אייגענע איבערלעבונגען, פֿארלירן גיך א סך יונגע און מיטל-יעריקע עלטערן און באבע-זיידעס די כוחות און געבן זיך אפט מאל אונטער. ווי אזוי קען מען דאך דערציען קינדער ריכטיק און ערלעך אין אונדזער דור, אפילו ווען מען מיינט אז מען האט שוין פארלוירן דער געלעגנהייט?

היינט, קען מען זיך צולערנען ווי אזוי בעסער צו פארשטיין אונדזערע אייגענע מעלות, זיי אויסצונוצן צו דערציען די קינדער אויף א פאסיטיוון אופן, ווי ס’איז דער יידישער שטייגער. בלייבן געטרייע עלטערן איז א פעיקייט, וואס מען דארף שטענדיק באנייען, און מען ווערט מער און מער געניט ביי דעם וואס מער מען פראקטיצירט אינעם אייגענעם שטוב. מען קען זיך גוט אויסלערנען—דאס זיין א מאמע אדער א טאטע איז דער וויכטיקסטער „פאך‟ וואס מען לערנט זיך אויס אין לעבן. עס איז אונדזער גרעסטע אינוועסטירונג וואס וועט אונדז ברענגען שמחה און פרייד, נחת און כבוד.

אבער וואס געשעט מיט די קינדער וואס האבן עלטערן וואס האבן דאס נישט פארשטאנען? עלטערן וואס האבן זיך געראנגלט מיט זייערע אייגענע שוועריקייטן, צי פון די אייגענע קינדער יארן, צי פון איבערלעבונגען וואס האבן זיי אריינגעצויגן אין זיך, און נישט געהאט קיין כוח זיך צו פארנעמען מיט אויפהאדעווען וואוילע קינדער וואס פאלגן טאטע-מאמע? קענען די עלטערן פארבעסערן זייערע באציונגען מיט א קינד, אפילו נאך יארן פון אנגעשטרענגטע באציונגען?

ווי דער רבי נחמן פון ברעסלאוו האט געזאגט: „אויב דו גלייבסט אז דו קענסט (עפעס) שאטן, גלייב אויך אז דו קענסט (עס) מתקן זיין‟. אבער דער אמת איז, אז אויב מען גלייבט נישט אז מען האט קאליע געמאכט, קען מען עס אויך נישט פארריכטן, צום באדויערן…

צי ווען קינדער זיינען נאך אלץ יונג, צי זיי זענען שוין אין שווערע מאמענטן ווי צענערלינגען, איז עס גאר כדאי אז עלטערן זאלן זיך צושטעלן און זיך לערנען ווי אזוי מען פֿארהיט א קינד ער זאל זיך נישט דערנענטערן צו שלעכטס און נישט־גוטע לייט.

אבער ווי אזוי טוט מען דאס? מיט זיי אנשרייען און באשטראפן? מיט זיי סטראשען און אנווארענען? מיט חרטה האבן אויף אייביק, וועגן די אייגעגע טעותן און קיין מאל נישט מוחל זיין די קינדער? פאר אלעמענס געזונט, אי גייסטיק אי פיזיש, פארבעסערן די משפחה באציונגען מיינט אנטוויקלען נייע כלים און וויסן ווי אזוי און ווען זיי צו נוצן ריכטיק, ווערט א חיוב. איז ווי אזוי קען מען אנהייבן ווידער געטרויען איינער דעם צווייטן?

מיר קענען תמיד ווידער אנהייבן, מיטן א-ב פון געזונטע משפחה פארבינדונגען. לאמיר בארויקן די שוועריקייטן, אויף א שטילן אופן.

הייבט אן מיט קוקן די קינדער אין די אויגן אריין מיט ליבשאפֿט… מיט א גוט ווארט פֿאר א פּשוטער זאך וואס זיי האבן געטאן… מיט א קוש אין קעפל צי א גלעט אין בעקל… וועלן זיי אויף אייביק בלייבן דיינע קינדער.

————-

איידל רעזניק איז די דירעקטארין פון „בדרך המלך‟, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס גיט עצות פֿאַר פרומע עלטערן. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.:

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.