דאָס דערציִען קינדער אויף ייִדיש אָן אַ סבֿיבֿהRaising kids in Yiddish on your own
די ייִדישיסטן מאַשע פֿאָגעל צפֿרתי, שמעון נויבערג, יצחק און אליעזר ניבאָרסקי האָבן לעצטנס אַרומגערעדט די סטראַטעגיעס וואָס זענען זיי געלונגען.
אין אַ רעצענזיע פֿאַר דער צײַטשריפֿט „אין געװעב‟ שרײַבט שלום בערגער אַז „קײן שפּרולדדיק לעבן געפֿירט אױף ייִדיש איז נישטאָ מחוץ די גאָר פֿרומע קרײַזן‟.
די דאָזיקע טענה הערט מען גאַנץ אָפֿט — סײַ פֿון חסידים, סײַ פֿון װעלטלעכע ייִדישיסטן. באַקומט זיך, אַז ס׳זײַנען דאָ, אַ פּנים, נאָר געצײלטע משפּחות „מחוץ די גאָר פֿרומע קרײַזן‟ װאָס פֿירן פֿאָרט אַ ייִדיש־שטוב, קײן עין־הרע, כּן ירבו. טאָ װי אַזױ זשע גיבן זײ זיך אַן עצה, װי גײען זײ אָן מיט אַ לעבן אױף ייִדיש אָן אַ „שפּרודלדיקן‟ אַרום?
אָט אָ די פֿראַגע האָט מען זיך גענומען פֿאַרענטפֿערן מיט אַ חודש צוריק, בײַ אַ רונדן טיש, אײַנגעאָרדנט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. אינעם פּאַנעל־שמועס „בײַ דער ייִדישיסטישער משפּחה‟ האָבן אָנטײל גענומען פֿיר מענטשן װאָס דערציִען די קינדער אין גאַנצן צי טײלװײַז אױף ייִדיש — אָדער האָבן ברוך־השם שױן אױסגעכאָװעט די קינדער און זײַנען זוכה צו שעפּן נחת פֿון ייִדיש־רעדנדיקע אײניקלעך.
אָנגעפֿירט מיטן רונדן טיש האָט די לערערין און ביבליאָטעקאַרין פֿון דער פּאַריזער מעדעם־ביבליאָטעק, שרון בר־כּוכבֿא. ס׳זײַנען בײַגעװען די זשורנאַליסטין און אַקטריסע, מאַשע צרפֿתי (פֿאָגעל); דער פֿאָרשער און לערער, אליעזר ניבאָרסקי; זײַן טאַטע, דער באַרימטער ייִדיש־לערער און פֿאָרשער, יצחק ניבאָרסקי — און שמעון נױבערג, פּראָפֿעסאָר פֿאַר ייִדיש בײַם טרירער אוניװערסיטעט אין מערבֿ־דײַטשלאַנד.
מע האָט געשמועסט אי װעגן צער־גידול־בנים, אי װעגן שׂמחה־של־מצווה, צי סתּם עולם־הזהדיקן תּענוג פֿון הערן די קינדער שמועסן אױפֿן טײַערן און הײמישן לשון. ס׳האָט זיך טאַקע געשפּירט די ליבשאַפֿט פֿון די טאַטע־מאַמעס, סײַ צו די קינדער, סײַ צו דער ייִדישער שפּראַך.
אַלע אָנטײלנעמער האָבן געוווינט אַ לענגערע צײַט אין פּאַריז אָדער װױנען נאָך אַלץ דאָרט. אליעזר ניבאָרסקי זיצט מיט די בני־בית אין ירושלים עיר־הקודש; שמעון נױבערג לעבט, װי געזאָגט, אין דער דײַטשישער שטאָט טריר. װעגן דעם ענין װױנאָרט איז אויך אױסגעקומען צו שמועסן: בעת אַ שטאָט װי ירושלים האָט גרױסע מעלות וואָס שייך דעם פֿאַרברענגען אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, קומט אין טריר אָן שװער צו געפֿינען אַ װאָסער־ניט־איז שולע אָדער מוסד, װוּ מע לערנט קינדערלעך כאָטש דעם ייִדישן אַלף־בית, שױן אָפּגערעדט פֿון דער שפּראַך גופֿא. די משפּחה נױבערג פּלאַנירט דעריבער אַלע װאַקאַציעס אױף אַזאַ אופֿן, אַז לפּחות דעמאָלט געפֿינט מען זיך אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, כאָטש לאַװ דװקא אין פֿרומע קרײַזן. גיכער קומט מען זיך צונױף מיט אַנדערע משפּחות ייִדישיסטן, למשל, בײַם „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ אין גריכנלאַנד אָדער בײַ דער „ייִדיש־װאָך‟. פֿון אַזאַ מין קרײַז ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרים האָבן די ניבאָרסקיס נהנה געװען בעת זײ האָבן אַ צײַט לאַנג געװױנט אין באַלטימאָר אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. מאַשע צרפֿתי װידער האָט זיך געחבֿרט מיט חסידים, פּינקטלעכער גערעדט, חסידות, װען זי האָט געװױנט אין ניו־יאָרק, דער גרױסער עיר־ואם בישׂראל. ס׳איז פֿאַר איר געװען אַ װיכטיקע איבערלעבונג „צו זען די ייִדישע גאַס‟, װי זי דריקט זיך אױס, דהײַנו אַזעלכע קװאַרטאַלן װי װיליאַמסבורג, ברוקלין.
דאָ איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז צרפֿתי איז געװען די אײנציקע מיטשמועסערין בײַם טיש, װאָס האָט גערעדט אַ באַחנט פּױליש ייִדיש, בעת די דרײַ מענער, פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדיש־לערערס, האָבן דאָ מקפּיד געװען צו רעדן לױטן ליטעראַרישן סטאַנדאַרט.
נאָך אַן אינטערעסאַנטער חילוק איז געװען בנוגע דעם לשון. מאַשע צרפֿתי האָט גלײַך בײַם אָנהײב דערמאָנט, אַז בײַ איר איז אַלעמאָל געװען נאַטירלעך צו רעדן מיט די קינדער אױף ייִדיש — אױף אַזױפֿיל, אַז אַמאָל רעדט זי ייִדיש אַפֿילו צו קינדער, װאָס װײסן די שפּראַך גאָר ניט. פֿאַרקערט בײַ שמעון נױבערגן, װאָס האָט זיך אױסגעלערנט צו רעדן ייִדיש ערשט װען ער איז שױן געװען אַ בר־מצװה־בחור. ער האָט געדאַרפֿט זיך געניטן װי אַזױ צו רעדן אױף ייִדיש מיט זײַנע קינדערלעך, צו שפּילן זיך מיט זיי אָדער זינגען װיגלידער. אָבער ער האָט זיך געגעבן אַן עצה, און דערצו אַפֿילו צונױפֿגעשטעלט אײגענע ביכלעך פֿאַר די קינדער. אױף „יוטוב‟ קען מען טאַקע הערן, װי נױבערג און זײַן טאָכטער טרײַנע לײענען פֿאָר פֿון הײַנטצײַטיקע, ניט־חסידישע קינדערביכעלעך.
יצחק ניבאָרסקי האָט געהאַט די זכיה אױפֿצוּװאַקסן אין אַ סבֿיבֿה װאָס האָט אױף אַן אמת געשפּרודלט מיט ייִדיש־לעבן, כאָטש אין אַ דורכאױס װעלטלעכער, לרובֿ לינק־געשטימטער געזעלשאַפֿט, דהײַנו אין בוענאָס־אײַרעס. דאָרט זענען נאָך געווען ייִדישע טאָגשולן, װוּ מע האָט געלערנט אױף ייִדיש.
מיט די אײגענע קינדער האָט ניבאָרסקי אײַנגעשטעלט שטרענגע רעם פֿון קאָמוניקאַציע אױף קײן אַנדער שפּראַך חוץ ייִדיש, כאָטש צװישן זיך האָבן זײ גערעדט פֿראַנצײזיש און מיט דער מאַמען — אױף שפּאַניש. ניט געקוקט דערױף, אַז אין פּאַריז האָט מען בשעתּו געדאַרפֿט אױסקוקן מיט ליכט יונגע ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, האָט ניבאָרסקי פֿאָרט באַװיזן זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַנדערע אוהבֿי־ייִדיש.
דער זון אליעזר האָט צוגעגעבן, אַז דער טאַטע האָט אײַנגעאָרדנט אַ „קינדערשול‟ װאָס איז זיך צונױפֿגעקומען יעדן נאָכמיטאָג כּדי צו לײענען אױף ייִדיש — ניט נאָר לשם הנאה, נאָר טאַקע מיט הײמאַרבעט און דאָס גלײַכן. אליעזר ניבאָרסקי איז זיך מודה, אַז אים און זײַן װײַב, מרים טרין, האָט זיך ניט אײַנגעגעבן אָנצופֿירן מיט אַזאַ מין שטרענגן סדר. זײ האָבן פֿאָרט „געטאָן זײערס‟ און גערעדט ייִדיש אין דער הײם, האָפֿנדיק אַז, אױב מע׳ט רעדן, װעט עס זיך שױן קלעפּן, און אַזױ איז, דאַנקען גאָט, טאַקע געװען.
פֿאַר מאַשע צרפֿתי האָט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע, װאָס אין די קינדער־יאָרן איז אליעזר ניבאָרסקי, וועלכער האָט דעמאָלט נאָך געוווינט אין פּאַריז, געקומען צו איר אין שטוב אַרײַן װי אַ ייִדיש־לערער. זי האָט גענומען רעדן אױף ייִדיש ערשט צו צען יאָר, הגם דער טאַטע, פּיניע פֿאָגעל, האָט די גאַנצע צײַט גערעדט צו איר אױף „טאַטע־לשון‟, װי זי רופֿט עס. די מאַמע האָט גערעדט פֿראַנצײזיש מיט איר. און ניט געקוקט דערױף, װאָס איר רעדט זיך אױף „טאַטע־לשון‟ אַזױ נאַטירלעך מיט עופֿעלעך און קינדערלעך, איז זי אָפֿטמאָל אַריבער אױף פֿראַנצײזיש בשעת זי האָט געדאַרפֿט העלפֿן דעם זון מיט דער הײמאַרבעט, למשל. איצט איז אָבער דער זון דװקא מקפּיד צו רעדן ייִדיש.
אױך בײַ די מײדלעך נױבערג האָט זיך געקלעפּט דאָס ייִדישע לשון. אין דײַטשלאַנד איז פֿאָרט דאָ אַ ספּעציעלע שװעריקײט, װײַל די שפּראַך, װאָס מע רעדט אױף דער גאַס, דהײַנו דײַטש, איז אַזױ ענלעך צו ייִדיש. ס׳קומט אַ מאָל אָן שװער מבֿחין צו זײַן צװישן די לשונות װי געהעריק, און די טעכטער זײַנען ניט שטענדיק אַזױ אָפּגעהיט װי אַ טאַטע װאָלט זיך געװוּנטשן.
פֿון װאַנען אָבער נעמט זיך אַ טאַטנס צי אַ מאַמעס עקשנות דװקא צו רעדן ייִדיש מיטן קינד? יצחק ניבאָרסקי דערקלערט, אַז ער האָט סתּם ליב געקראָגן די שפּראַך „און איז געבליבן דערבײַ‟. דרך־אַגבֿדיק האָט אליעזר ניבאָרסקי דערמאָנט, אַז ערגעץ האָט זיך אים געבאָמבלט אין מוח דער געדאַנק אַז דאָס רעדן ייִדיש דינט ווי אַ תּיקון פֿאַר די אין חורבן פֿאַרלױרענע דורות. מע פֿירט װײַטער די קײט. מאַשע צרפֿתי האָט דערצײלט װי איר טאַטע, אַלײן אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט באַשלאָסן אױפֿצוהאָדעװען די קינדער אױף ייִדיש צוליב ענלעכע טעמים. אין דעם פּרט איז זײַן איבערגעגעבנקײט געװען אַזױ שטאַרק, אַז פֿון קינדװײַז אָן איז בײַ מאַשען קײן ספֿק ניט געװען, אַז אַ מענטש לעבט אױף דער װעלט כּדי צו האָבן קינדער און צו רעדן ייִדיש מיט זײ.
בײַם סוף פֿון דער טרעפֿונג האָבן עטלעכע חבֿרים פֿונעם עולם צוגעגעבן אַ װאָרט. דער ייִדישער שרײַבער עמיל קאַלין פֿון מדינת־ישׂראל האָט געזאָגט אַ חיזוק־װאָרט דערצײלנדיק, אַז זײַן ייִנגערע טאָכטער האָט אָקערשט, צו פֿינף יאָר, אָנגעהױבן אַרױסזאָגן ייִדישע װערטער. איז געדרונגען דערפֿון, אַז מע זאָל ניט דאגהן: זײַן מײדל האָט סוף־כּל־סוף גענומען רעדן אױף ייִדיש.
אײדער מע האָט זיך געזעגנט, האָבן די יונגע ייִדישיסטן, דאָס פּאָרל אלי בענעדיקט און זאָיִ בעלק, באַגריסט דעם עולם. בײַ זײ איז מיט אַן ערך דרײַ חדשים צוריק געבױרן געװאָרן אַ קינד. האָבן זײ געפֿרעגט עצות בײַם רונדן טיש װוּ צו זוכן ביכעלעך און אַנדערע זאַכן װאָס קומען צו נוץ בײַם אױפֿהאָדעװען אַ קינד אױף ייִדיש. מיר װינטשן זײ און אַלע יונגע עלטערן װאָס דערציִען די קינדערלעך אױף ייִדיש, אַז ס׳זאָל זײַן אין אַ גוטער און אַ מזלדיקער שעה!
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO