Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

עדות באַשרײַבט פּאָגראָם אין פֿעלשטין, אין 1919Eyewitness account of 1919 pogrom in Felshtin

די קינדער פֿון דער מחברטע, שׂרה אָקסמאַן, האָבן געפֿונען דעם גבֿית־⁠עדות נאָך דעם ווי זי איז שוין אַוועק פֿון דער וועלט.

פֿון דער רעדאַקציע:

דעם 18טן טאָג אין אָדר א’ (הײַיאָר פֿאַלט דאָס אויס דעם 19טן פֿעברואַר) וועט זײַן דער יאָרצײַט פֿונעם פּאָגראָם אין פֿעלשטין, פּאָדאָליער גובערניע, אוקראַיִנע אין 1919 וואָס ס׳האָט דורכגעפֿירט דער אוקראַיִינישער נאַציאָנאַליסט שימאָן פּעטליוראַ. אין איין טאָג זענען 600 ייִדן אויסגעשאָכטן געוואָרן, און 180 — שטאַרק פֿאַרוווּנדיקט .

hertsoves family

די משפּחה הערצאָוועס — יונה (רעכטס) און יוכבֿד (לינקס) מיט זייער טאָכטער לאה — זענען אַלע דערהרגעט געוואָרן אינעם פֿעלשטינער פּאָגראָם Courtesy of the Felshtin Society

שׂרה אָקסמאַן, שרה יאַנקעלעס, איז געװען אַן עדות פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע. נישט לאַנג נאָך דער ביטערער איבערלעבונג האָט זי זיך דערשלאָגן קיין אַמעריקע, צו אירע קינדער איזי אָקסמאַן און ראָזע אובערמאַן. שפּעטער זענען אויך אָנגעקומען נאָך אַ זון, יוסף, און טאָכטער, ליזי ראָזענבוים.

דעם 25סטן מײַ 1926 איז פּעטליוראַ דערהרגעט געוואָרן פֿונעם ייִדישן פּאָעט שלום שוואַרצבאָרד אויף דער גאַס אין פּאַריז. מע האָט געבראַכט שוואַרצבאָרד צום מישפּט אין 1926 און אים באַפֿרײַט מיט דרײַ וואָכן שפּעטער.

נאָך דעם ווי שׂרה אָקסמאַן איז אַוועק פֿון דער וועלט איין 1929, האָבן אירע קינדער געפֿונען צװישן אירע זאַכן איר האַנט־געשריבענע באַשרײַבונג פֿונעם פּאָגראָם, וואָס זי האָט בדעה געהאַט שיקן אין דער רעדאַקציע פֿון „מאָרגן זשורנאַל‟ אָבער האָט עס נישט באַװיזן.

שׂרה אָקסמאַנס גבֿית־עדות האָט מען שפּעטער אַרײַנגענומען אינעם פֿעלשטינער יזכּור־בוך, „פֿעלשטין: זאַמלבוך צום אָנדענק פֿון די פֿעלשטינער קדושים‟, וואָס איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש דורכן סעקרעטאַר פֿון דער פֿעלשטינער לאַנדסמאַנשאַפֿט, שלמה שײַעוויץ.

כּדי צו לייענען מער וועגן פֿעלשטין און דעם פּאָגראָם גיט אַ קוועטש דאָ.

כּדי צו לייענען דעם פֿעלשטינער יזכּור־בוך אויף ייִדיש, גיט אַ קוועטש דאָ..

כּדי צו קויפֿן דאָס יזכּור־בוך אויף ענגליש, שרײַבט אַ בליצבריוו צו סידני שאַיעוויץ אויף דעם בליצאַדרעס: [email protected]

אונדזער גרויסער בראָך

פֿון שׂרה אָקסמאַן

מיר האָבן געװוינט צװיי מײַל פֿון פּראָסקוראָװ, אין שטעטל פֿעלשטין, פּאָדאָליער גובערניע. אַז מען האָט דערהערט בײַ אונדז פֿון דעם גרויסן בראָך, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין פּראָסקוראָװ (שבת, דעם 16טן טאָג אין חודש אָדר ראשון) איז מען זיך צונויפֿגעקומען צום רבֿ און מען האָט געהאַלטן אַן עצה װאָס צו טאָן.

דער רבֿ האָט געהייסן פֿאַסטן דעם טאָג און מען האָט טאַקע אַזוי געטאָן. דערצו האָט מען אויך צונויפֿגענומען עטלעכע הונדערט רובל אָפּצוקויפֿן די כוליגאַנעס, װען זיי װעלן אָנקומען אין שטאָט אַרײַן: „אפֿשר װעט מען זיך קענען אויסקויפֿן בײַ זיי.‟

מאָנטיק פֿאַרנאַכט, נאָך דעם פֿאַסטן, האָבן זיך געגעבן אַ לאָז אַרײַן אין שטאָט חיל, אָנגעטאָן אין טשיפּקעס, װי אין כמעלניצקיס צײַטן. עס איז אָנגעפֿאַלן אַ טויט־שרעק אויף אַלע מענטשן פֿון שטאָט. האָט מען איבערגעלאָזט אַלץ אויף הפֿקר און מען האָט זיך אָנגעהויבן צעלויפֿן װוּהין די אויגן האָבן געטראָגן.

דאָס חיל האָט אָבער געהאַט אַרומגעצאַמט די װעגן און האָט שוין ניט אַרויסגעלאָזט פֿון שטאָט. די גויים פֿון שטאָט און פֿון די דערפֿער אַרום, האָט מען פֿאַרזאָגט, אַז אויב זיי װעלן אַרײַנלאָזן אַ ייִדן צו זיך, װעט מען זיי הרגענען צוזאַמען מיט די ייִדן. האָבן די גויים פּינקטלעך מקיים געװען און האָבן ניט אַרײַנגעלאָזט קיין ייִדן צו זיך אין שטוב. האָט מען זיך באַהאַלטן אויף די בוידעמער און אין די קעלערס.

מאָנטיק אויף דער נאַכט האָט דאָס חיל אָנגעהויבן אַרומגיין צװישן די הײַזער און פֿאַרלאַנגט געלט. האָט מען זיי געגעבן געלט. דערװײַל האָבן זיי אָנגעהויבן פֿאַרנעמען מענטשן. מען האָט ניט געװוּסט װאָס זיי טוען מיט די מענטשן. שפּעטער האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז זיי האָבן די מענטשן דערהרגעט און אַרײַנגעװאָרפֿן זיי אין אַ קעלער. דינסטיק אינדערפֿרי האָבן מענטשן אָנגעהויבן באַװײַזן זיך אין גאַס.

איך בין יענעם אינדערפֿרי געװען אין אַ ייִדישער שטוב, װאָס האָט זיך געפֿונען צװישן גוייִשע שטיבער. איך האָב געקלערט אַז דאָס חיל װעט רעכענען יענע שטוב פֿאַר אַ גוייִשער און אַז זיי װעלן די שטוב ניט טשעפּען. נאָך מענטשן האָבן אַזוי געקלערט און עס זײַנען זיך אַהין אָנגעלאָפן אַרום דרײַסיק מענטשן. אַז איך בין אַנטלאָפֿן פֿון מײַן הויז, זײַנען מיטגעלאָפן מיט מיר מײַנע דרײַ זין. די עלטערע צװיי זײַנען אָבער אַנטרונען געװאָרן פֿון מיר, אַז איך האָב ניט געװוּסט װוּהין זיי זײַנען אַהינגעקומען און נאָר דער ייִנגסטער זון איז געבליבן מיט מיר.

גאַנץ פֿרי זאָגט מײַן ייִנגסטער זון צו מיר: „מאַמע! איך װעל אַרויסגיין אַ קוק טאָן, אפֿשר װעל איך געפֿינען די קינדער.‟ אַזוי װי ער איז נאָר אַרויס אין דרויסן, לויפֿט אָן מײַן עלטסטער זון און זאָגט: „מאַמע! איך גיי אַװעק אין דאָרף אַרײַן איבער דעם טײַך. קום מיט, מאַמע! דער טײַך איז שטאַרק פֿאַרפֿרוירן!‟ זאָג איך צו אים: „ניין, זון מײַנער! איך האָב קיין כּוח ניט. דער טויט־שרעק פֿון דער נאַכט האָט מיך אויסגעמוטשעט. גיי געזונט, מײַן זון!‟

און אַזוי װי ער איז אַרויס פֿון שטוב, האָט ער דערזען װי מען שלעפּט מײַן ייִנגסטן זון. איז ער צוגעלאָפֿן. ער האָט גערעכנט, אַז ער װעט דעם ברודער אויסקויפֿן פֿאַר געלט, אָבער די רוצחים האָבן ביידע מײַנע זין אַװעקגעשלעפּט אין אַ שטוב, װוּ ס’זײַנען שוין געלעגן אַ סך געהרגעטע, און זיי ביידע דערהרגעט .

װיי דער מאַמען פֿאַר מײַנע צװיי קינדער!

pogrom felshtin

Sore Oksman’s two sons, Yeshaye (left) and Tsvi, were both murdered in the pogrom. Courtesy of the Felshtin Society

אין דעם שטיבל, װוּ איך בין געװען און װוּ מיט מיר האָבן זיך געפֿונען אַ סך מענטשן, איז אַרײַן אַ רוצח. ער האָט זיך געשטעלט פֿאַר דער טיר און אַ װאָרף געטאָן אַ „באָמבע‟. צװאַנציק מענטשן זײַנען דערהרגעט געװאָרן אויפֿן אָרט. זיי האָבן אַפֿילו ניט אַרויסגעלאָזט קיין קרעכץ . מײַן שװעגערין מיט פֿיר קינדער זײַנען דערהרגעט געװאָרן אין דעם שטיבל. אַ צען מענטשן האָבן זיך אַרויסגעראַטעװעט פֿון דאָרט. װען מיר זײַנען לעבעדיקע אַרויס אין דרויסן, זײַנען געשטאַנען אַרום אונדז אויסגעשטעלט די פּעטלורעװצעס. זיי האָבן אונדז געהײסן זיך אויסלייגן אויף צו דערשיסן. מיר האָבן געהאַט געלט מיט זיך, האָבן מיר דאָס געלט געװאָרפֿן פֿאַר זיי. האָבן זיי אונדז געהייסן אַנטלויפֿן. זײַנען מיר געלאָפֿן אַראָפּ אויף דעם טײַך.

אויף דעם טײַך זײַנען אונדז נאָכגעלאָפֿן צװיי סאָלדאַטן אויף פֿערד, האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט. איינער פֿון די פּעטלורעװצעס איז אַראָפּ פֿון פֿערד און אָנגעשטעלט די ביקס אויף מיר. האָב איך אים אָנגעכאַפּט בײַ ביידע הענט און אָנגעהויבן צו װיינען: „איך בין אַן עלטערע פֿרוי, פֿאַר װאָס װילסטו מיך הרגענען?!‟ איז אים אָפּגעגאַנגען די רציחה און ער האָט געזאָגט צו אונדז: „אַנטלויפֿט!‟ זײַנען מיר שוין געבליבן ליגן אויף דעם אײַז ניט טויט, ניט לעבעדיק . װאָס איז געװאָרן מיט די רוצחים װייס איך ניט.

ליגנדיק אַזוי אויפֿן אײַז, האָבן מיר דערהערט שיסערײַען און גרויסע געװאַלדן קומען פֿון שטאָט. מיר האָבן אויך דערזען אַ גרויס פֿײַער. מיר האָבן זיך קוים אויפֿגעהויבן פֿון אײַז און געלאָזט זיך גיין מיט די פֿעלדער.

איך האָב גערעכנט, אַז מײַנע קינדער זײַנען אַנטלאָפֿן אין דאָרף אַרײַן, אַז איך װעל זיי בשלום טרעפֿן אין דאָרף, װײַל מײַן זון האָט מיר געזאָגט צו װעלכן גוי ער גייט זיך באַהאַלטן. איך האָב זיך מיט באָרװעסע פֿיס קוים פֿאַרשלעפּט אין דעם דאָרף אַרײַן אויף בײַנאַכט. האָב איך דאָרט אָנגעהויבן זוכן מײַנע קינדער. איך האָב געפֿונען נאָר דעם מיטלסטן זון. דער גוי האָט געהאַנדלט מיט אונדז, האָט ער אַרײַנגענומען מײַן קינד צו זיך אויף איבערנאַכט.

אַז ס’איז טאָג געװאָרן, איז דער גוי אַרויס און איז באַלד צוריקגעקומען מיט דער גוטער בשׂורה, אַז מײַנע צװיי זין זײַנען דערהרגעט. אוי! װי גרויס איז געװען מײַן בראָך! ביז דעם הײַנטיקן טאָג האָב איך נאָך ניט אויפֿגעהערט צו װײנען אויף מײַנע צװיי ליבע קינדער און אויף דעם אומגליקלעכן שטעטל. זעקס הונדערט מענטשן! זויג־קינדער בײַ די מאַמעס אויף די הענט! אויסגעשאָכטן! גאַנצע פֿאַמיליעס אָפּגעװישט! אַכצן טעג אין אָדר ראשון. װיי דער מאַמען!

װען איך האָב יאָרן שפּעטער דערזען אין „מאָרגן זשורנאַל‟, אַז פּעטלורע איז דערהרגעט געװאָרן, בין איך אַ צעטומלטע געװאָרן. אוי! גאָט איז אַן אַל נוקם!

איך, די שרײַבערין, בין אַ באַטריבטע פֿרוי. די מוטער פֿון צװיי אומגעקומענע זין. דער עלטסטער, ישעיה בן חײם, איז 28 יאָר אַלט געװען, און דער ייִנגסטער, צבֿי בן חיים, 15 יאָר אַלט געװען. זיי זײַנען אָפּגעריסן געװאָרן פֿון דער מאַמען און דערהרגעט געװאָרן מיט אַ מיתה משונה. שוין זעקס יאָר, אַז איך בין דאָ בײַ מײַנע קינדער מיט מײַן מיטלסטן זון, זאָל לעבן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.