Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קאָמפּאָזיטאָר און ייִדישיסט דוד באָטוויניק איז אַוועקComposer and Yiddishist Dovid Botwinik has died

צו 11 יאָר האָט באָטוויניק שוין געזונגען אינעם כאָר פֿון דער ווילנער „שטאָטשול‟

דעם 9טן פֿעברואַר איז דער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, כאָר־דיריגענט און מוזיק־לערער דוד באָטוויניק אַוועק פֿון דער וועלט אין מאָנטרעאָל. ער איז געווען 102 יאָר אַלט.

באָטוויניק האָט שטאַרק ליב געהאַט די ייִדישע שפּראַך און דערצויגן אַלע פֿיר קינדער אויף ייִדיש. „ער איז געווען אַן איבערגעגעבענער און פֿעסטער קעמפֿער פֿאַר ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע, גערעדטע שפּראַך,‟ האָט זײַן זון לייבל געזאָגט דעם פֿאָרווערטס.

געבוירן איז ער אין ווילנע אין יאָר 1920. ווי אַ יונג קינד האָט ער געזונגען אין אַ כאָר צוזאַמען מיט דערוואַקסענע און עלטערע קינדער אין דער ווילנער „שטאָטשול‟ און דערנאָך אין דער כאָרשול. צו 11 יאָר איז ער אויפֿגעטראָטן ווי אַ חזנדל בעתן מעריבֿ דאַווענען און האָט שוין אויך געשאַפֿן זײַנע ערשטע ניגונים און קאָמפּאָזיציעס.

dovid botwinik

דוד באָטוויניק ווי אַ חזנדל צו 11 יאָר, ווילנע 1932 Courtesy of the Botwinik family

אין ווילנע איז געווען א ייִדישע קאָנסערװאַטאָריע, דער „ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט‟, װוּ מען האָט אַלץ געלערנט אױף ייִדיש. דאָרט האָט ער שטודירט בײַ די באַקאַנטע ווילנער מוזיקער אַבֿרהם סליעפּ און רפֿאל רובינשטײן ביזן אויסברוך פֿון דער מלחמה.

בעת די חורבן־יאָרן 1945-1939 האָט ער פֿאַרלוירן זײַן גאַנצע משפּחה: טאַטע־מאַמע, צװײ שװעסטער, אַלע פֿעטערס און מומעס מיט זייערע משפּחות. בלױז אײן קוזין, יצחק שאָכאַט, האָט איבערגעלעבט אַן אומברענג־לאַגער אין עסטלאַנד, און האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין בראַזיל.

װען די מלחמה האָט זיך דערנענטערט צום סוף האָט באָטוויניק פֿון צעריסענע, אָנגעװאָרפֿענע קאָנסטרוקציע־פּראָיעקטן װאָס זענען געלעגן אויף דער גאַס, צונױפֿגענײט עטלעכע לײדיקע זײַטן, אױף זײ אָנגעשריבן גרופּעס פֿון פֿינף נאָטן־ליניעס, און אַזױ געשאַפֿן עטלעכע לידער.

אין לאָדזש 1946 האָט ער זיך באַקענט מיטן פּאָעט און מוזיקער שמערקע קאַטשערגינסקי װעלכער האָט געבעטן דעם יונגן קאָמפּאָזיטאָר שאַפֿן מעלאָדיעס פֿאַר צוויי פֿון זײַנע אייגענע לידער: „חלוצים־ליד“, וואָס מע האָט שפּעטער געזונגען אין ייִדישע קרײַזן אין איטאַליע און עסטרײַך, און „מען רופֿט מיך מיליאָן“, וואָס דער חזן און זינגער לויִס דאַנטאָ, האָט שפּעטער געזונגען אויף זײַנע קאָנצערטן אין לאָדזש.

קאַטשערגינסקי האָט באָטוויניקן אױך געבעטן פֿאַרשרײַבן אין נאָטן אַ צאָל לידער װאָס אָפּגעראַטעװעטע ייִדן האָבן געהערט אין די געטאָס און לאַגערן. יענע לידער זײַנען אַרײַן אינעם בוך „לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן“ װאָס קאַטשערגינסקי האָט אַרױסגעגעבן אין ניו־יאָרק אין 1948.

איין מאָל איז אין װאַרשע אָנגעקומען פֿון ניו־יאָרק דער זשורנאַליסט און בונד־פֿירער יעקבֿ פּאַט, כּדי צוריקצוברענגען קיין אַמעריקע אַ באַריכט װעגן דעם מצבֿ פֿון די ייִדן אין אײראָפּע. ווען באָטוויניק האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם האָט ער גיך איבערגעשריבן אױף רײן זײַנע ערשטע פֿיר לידער װאָס ער האָט געשאַפֿן אין 1945, און שפּעט בײַ נאַכט אָנגעקומען מיט דער באַן קיין װאַרשע.

ער האָט פֿאַר פּאַטן געזונגען די לידער און אים איבערגעגעבן די נאָטן מיטן טעקסט. אין פֿרילינג 1946 האָט דער אַרבעטער־רינג־כאָר אין ניו־יאָרק, דיריגירט פֿון לאַזאַר װײַנער, געזונגען באָטוויניקס ליד „לײזער, דער ייִדישער פּאַרטיזאַנער“ און ווען אַ באַריכט וועגן דעם קאָנצערט איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם פֿאָרווערטס האָבן באָטוויניקס קרובֿים אין ניו-יאָרק זיך דערפֿרייט בײַם דערוויסן זיך אַז כאָטש איינער פֿון זייער משפּחה אין אייראָפּע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן.

בערך אין דער זעלבער צײַט האָט באָטוויניק זיך דערוווּסט אַז גרופּעס פּאָלאַקן הרגענען ווײַטער ייִדן דורכן אַראָפּוואַרפֿן זיי פֿון פֿאָרנדיקע באַנען, און דאָס האָט אים איבערגעצײַגט צו פֿאַרלאָזן פּוילן. ער איז אַוועק קיין רױם, וווּ מע האָט דעמאָלט געהאַט געשאַפֿן אַ צײַטווײַליק אָפּשטעל־אָרט פֿאַר דער שארית־הפּליטה, ביז זיי זענען אָפּגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל צי אַן אַנדער לאַנד. דאָרט איז ער אָנגענומען געװאָרן אין דער מלוכישער קאָנסערװאַטאָריע „סאַנטאַ טשעטשיליאַ“ אין רױם, וווּ ער האָט דערגאַנצט זײַנע מוזיקאַלישע לימודים.

אין רוים האָט ער זיך אויך באַקענט מיט אַן אָרטיק ייִדיש מיידל, סילװאַנאַ די װעראָלי, וואָס מע האָט געהאַט אויסבאַהאַלטן, צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדן, אין אַ קלױסטער, װען די דײַטשן האָבן אָקופּירט איטאַליע. אין 1954 האָבן זיי חתונה געהאַט און אין 1956 האָבן זיי, מיט זייער אַכט־חדשימדיק קינד, ריװעלע, אימיגרירט קיין מאָנטרעאַל.

אין מאָנטרעאַל איז דעמאָלט געװען אַ גוטע אַטמאָספֿערע פֿאַר ייִדיש: אַ טעגלעכע ייִדישע צײַטונג, „דער קענעדער אָדלער“, אַ גרױסע ייִדישע ביבליאָטעק װוּ מען האָט גערעדט ייִדיש, קולטור־אונטערנעמונגען אויף ייִדיש, ייִדיש־רעדנדיקע פּאָליטישע פּאַרטײען און אינסטיטוציעס. ער האָט באַקומען אַרבעט װי אַ געזאַנג־לערער אין דער ייִדישער פּרץ־שול װוּ מע האָט גוט געלערנט ייִדיש, און אױך אין די פֿיר צווייגן פון די פֿאַראײניקטע תּלמוד־תּורה שולן, ער האָט אויך מיטגעאַרבעט מיטן ייִדישן טעאַטער פון דאָראַ װאַסערמאַן, און דיריגירט כאָרן אויף די ימים־נוראים.

אין 2018 איז זײַן פֿרוי, סילוואַנאַ אַוועק צו 94 יאָר.

דוד באָטוויניק האָט פֿאַראָבֿלט פֿיר קינדער — רבֿקה, לייבל, סענדער און יאַנקל – ווי אויך אייניקלעך און אור-אייניקלעך.

כּבֿוד זײַן אָנדענק.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.