אַמאָליקע מגפֿות אין דער אַלט–ייִדישער ליטעראַטורPast epidemics in Old Yiddish literature
אַמאָליקע ייִדן זײַנען געװען גוט באַהאַװנט אין פּראַקטישע מיטלען קעגן מגפֿות אין זײער תּקופֿה.
אין מײַ–יוני פֿון 2020, אינעם סאַמע ברען פֿון דער קאָװיד–פּאַנדעמיע, איז אין דער פּאַריזער מעדעם–ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַן אינטערנעץ–סעמינאַר, „אַן אַלט–ייִדיש ביכל װעגן אָפּהאַלטן אַ מגפֿה‟. דער לערער אינעם סעמינאַר איז געװען פּראָפֿעסאָר שמעון נױבערג, אײנער פֿון די גרעסטע מומחים אױפֿן געביט פֿון דער אַלט–ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אינעם דײַטשישן פֿאַרלאַג „בוסקע‟ אַרױס אַ בוך מיט די ביז גאָר אינטערעסאַנטע מקורים און נױבערגס פֿאָרשערישע קאָמענטאַרן פֿון יענעם סעמינאַר.
נױבערג האָט צעטײלט זײַנע מקורים אין פֿיר מינים: ידיעות פֿון יחידים װעגן מגפֿות, היסטאָרישע לידער, מגפֿות אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער ליטעראַטור און די אַלט–ייִדישע מעדיצינישע חיבורים. װי מען מאַכט צומאָל אין אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס פֿון אַלט–ייִדישע טעקסטן, זײַנען די ייִדישע מאַטעריאַלן געדרוקט אין דער װיסנשאַפֿטלעכער טראַנסקריפּציע און לאַטײַנישע אותיות. פֿאַר די, װאָס װילן טאַקע זען די ייִדישע אָריגינאַלן, זײַנען דאָ לינקס צו די פֿאַראַנענע אָפּדרוקן אױף אינטערנעץ.
אין משך פֿון דער גאַנצער מענטשלעכער געשיכטע האָבן זיך עפּידעמיעס פֿון פֿאַרשידענע אינפֿעקציע–קרענק, אַזעלכע װי פּלאָג אָדער כאָלעריע, געטראָפֿן גאַנץ אָפֿט. די ייִדישע שפּראַך, שרײַבט נױבערג, פֿאַרמאָגט אַ רײַכן װאָקאַבולאַר פֿאַר דער דאָזיקער צרה. טײל װערטער שטאַמען פֿון תּנ״ך. הײַנט איז „מגפֿה‟ דאָס סאַמע פֿאַרשפּרײטע װאָרט, אָבער אין אַלט–ייִדיש איז „דבֿר‟ געװען מער פּאָפּולער. צומאָל טרעפֿט מען אױך „קטבֿ‟ (דער אַלט–ייִדישער לעקסיקאָן „מרכּבֿת המשנה‟ האָט דאָס איבערגעזעצט װי „פֿאַרשנײַדונג‟) און „רשף‟ („ברענענדיקע שדים‟ לױט „מרכּבֿת המשנה‟), װי אױך „מװת‟.
עס זײַנען דאָ אױך לשון־קודשדיקע װערטער פֿונעם שפּעטערן אָפּשטאַם: „עיפּוש‟ און „אַװיר‟, װאָס שפּיגלען אָפּ דאָס גלױבעניש, אַז די קראַנקייטן פֿאַרשפּרײטן זיך דורך דער לופֿט. מען האָט אױך גענוצט דאָס דײַטשישע װאָרט „פּעסט‟, װי למשל אינעם היסטאָרישן ליד פֿון 1712, װאָס קלינגט גאַנץ הײַנטצײַטלעך: „װײַל די פּעסט אין דענעמאַרק רעגירט,/ איז אין האַמבורג אַרום אײן גזירה: / די לײַט זײַנען גאָר פֿאַראירט, / עס איז אײן גרױסע צרה: / מען לאָזט ניט אײַן נאָך אױס, / איטלעכער מוז זיצן אין אײנעם הױז.‟
פֿרױען האָבן אױך בײַגעטראָגן צו דער ייִדישער מגפֿה–ליטעראַטור. אַ פֿרױ פֿון פּראָג מיטן נאָמען טובֿה בת יעקבֿ פּאַן, בת לײב פּיצקער, האָט פֿאַרפֿאַסט „אַ שײן ליד, נײַ געמאַכט בלשון תּחינה‟ װעגן דער מגפֿה, װאָס האָט אױסגעבראָכן אין איר שטאָט סוף 17טן יאָרהונדערט. דאָס ליד גיט פּרטים, װי אַזױ מען האָט באַהאַנדלט די קראַנקע: „באַלד אַז אײנער קראַנק טוט זײַן / לײגט מען אים לײַדער אין הײַזל אַנײַן / פֿאַר מורא מוז ער שטאַרבן / ליבער הער גאָט לאָז דיר דערבאַרמען / פֿאָטער קעניג!‟
אָבער װי אַזױ קען מען אױסמײַדן די מגפֿה? אױף דער דאָזיקער פֿראַגע ענטפֿערט ישׂשׂכר בער טעלער אין זײַן בוך „ספֿר באר מיים חיים‟ (פּראָג, 1657): „די ערשטע סגולה שרײַבן אַלע רופֿאים דאָס איז װעק–לױפֿן, װײַט און באַלד‟. אָבער אױב מען בלײַבט אין דער הײם, „מען זאָל זיך רײנלעך האַלטן אין אַלע זאַכן בפֿרט אין דער װױנונג, זאָל מען די װױנונג אָפֿט באַרױכערן.‟ מען זאָל אױך „אַכטונג האָבן, דאָס מען זיך ניט זאָל איבערפֿילן מיט איבעריקן עסן און טרינקען‟. דער מחבר גיט קאָנקרעטע עצות, װאָס און װי אַזױ צו עסן. למשל, „דער עסיק װערט אין דיזען צײַטן אין אַלע שפּײַזן געלױבט און געברױכט‟ און „ציטראָנען און לימאָנען זענען זײער גוט אין דיזען צײַטן‟.
װאָס זײַנען די גורמים פֿון אָט די קרענק? „די רופֿאים טוען גאָר שטאַרק לערנען, װאָס דער עיפּוש איז, און טוען אױך פֿיל רפֿואות שרײַבן, און זײ האָבן דאָך קײן געװיסן לימוד ניט, װאָס דאָס פֿאַר אײן קרענק איז‟ – שרײַבט אַ רופֿא פֿון דער שטאָט קאַליש מיטן נאָמען משה בן בנימין װאָלף מעזעריטש אין זײַן חיבור „ירום משה‟ (אַמסטערדאַם, 1676) אָבער אַ היפּשע צאָל קריסטן האָבן געגלײבט, אַז שולדיק אין פֿאַרשפּרײטן מגפֿות זײַנען דװקא ייִדן.
װעגן דעם זאָגן אַלטע ייִדישע קראָניקעס. דאָס בוך „צמח דוד‟ (פֿראַנקפֿורט, 1698) דערצײלט װעגן דער מגפֿה, װאָס האָט אױסגעבראָכן „אין גאַנץ אַשכּנז, פּראָװענצע, איטאַליע‟ אַרום דעם יאָר 1400: „און פֿון יהודים איז קײנער געשטאָרבן, קײן אײנציגער, דערע-װעגן האָבן זײ [קריסטן] עלילות געװאָרפֿן אױף די יהודים און האָבן געזאָגט, אַז זײ אײן סם אין די בעכער געװאָרפֿן האָבן און זיך דערע–װעגן גרױסע גזירות אין דעם כּלל געװעקט אין אַשכּנז און פּראָװענצע, און איז אײן גרױסע צרה געװעזן אױף יהודים, דאַס דערע–גלײַכן ניט געװעזן איז און אַלער-װעגן אין אַשכּנז זײַנען זײ געבליבן אין קדושת–השם.‟
די דאָזיקע מקורים װײַזן, אַז די אַמאָליקע ייִדן זײַנען געװען גוט באַהאַװנט אין די מעדיצינישע קענטענישן פֿון זײער תּקופֿה, און האָבן גענוצט כּלערלײ פּראַקטישע מיטלען, כּדי זיך צו פֿאַרהיטן פֿון מגפֿות. עס איז בכלל ניט געװען קײן סתּירה צװישן פֿרומקײט און װיסנשאַפֿט. גאַנץ אַנדערש פֿירן זיך די הײַנטיקע חסידים. זײ באַשטײען, אַז זײ היטן אָפּ די אַלטע ייִדישע טראַדיציעס, אָבער זײער אױפֿפֿירן בעת דער איצטיקער פּאַנדעמיע איז זיכער ניט אין הסכּם מיט די אַלט–ייִדישע מקורים.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO