די שעפֿערישע מיטלען פֿון די אוקראַיִניש־ייִדישע שרײַבערThe creative literary techniques used by Ukrainian Yiddish writers
דער פֿיקטיווער נאָמען פֿונעם שטעטל אין ישׂראל אַקסענפֿעלדס „דאָס שטערנטיכל‟ איז אַ קלוג געוועב פֿון צוויי לשון־קודשדיקע ווערטער מיט אַ סלאַווישס
אינעם 19טן יאָרהונדערט איז ייִדיש געװען פֿאַרשפּרײט איבער דער גאַנצער מזרח–אײראָפּע, אָבער דער צענטער פֿון דער ליטעראַרישער שעפֿערישקײט איז געװען אוקראַיִנע.
דער משׂכּיל מענדל לעפֿין סאַטאַנאָװער איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט גענוצט די ייִדישע פֿאָלקשפּראַך אין זײַנע אױסטײַטשונגען פֿונעם תּנ״ך, און זײַן לאַנדסמאַן פֿון פּאָדאָליע, ישׂראל אַקסענפֿעלד, האָט אָנגעשריבן דעם ערשטן ייִדישן ראָמאַן. אין לעמבערג איז אַרױס אײנע פֿון די ערשטע ייִדישע קאָמעדיעס, „די גענאַרטע װעלט‟.
אין אוקראַיִנע האָבן געלעבט און געשאַפֿן מענדעלע מוכר–ספֿרים און שלום עליכם, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן, יצחק-יואל לינעצקי, דוד בערגעלסאָן, דער ניסתּר און אַ סך אַנדערע ייִדישע שרײַבער, דיכטער און קינסטלער. זײ האָבן איבערגעלאָזט אַ רײַכן און לעבעדיקן פּאָרטרעט פֿונעם אוקראַיִנע און איר ייִדנטום. ניט װײניקער װיכטיק איז אוקראַיִנע געװען אױך פֿאַר דער העברעיִשע ליטעראַטור. זי האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן אײַנדרוק אין די װערק פֿון שמואל-יוסף עגנון, חיים–נחמן ביאַליק, חיים הזז און אַנדערע.
מיט װאָס זשע האָט אוקראַיִנע אַזױ שטאַרק באַװירקט דעם ייִדישן ליטעראַרישן כּוח–הדמיון? די דאָזיקע פֿראַגע נײטיקט זיך אין אַ געהעריקער פֿאָרשונג, אָבער מען קען שוין מאַכן אַ פּאָר השערות. א װיכטיקע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט חסידות, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין די שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע און האָט זיך פֿאַרשפּרײט איבער די אַנדערע אוקראַיִנער געגנטן, װאָלין און גאַליציע. חסידים האָבן פֿאַרשפּרײט זײער תּורה אױף דער ייִדישער פֿאָלקשפּראַך, און זײער צד–שכּנגד, משׂכּילים האָבן בעל–כּורחו אױך געמוזט נוצן דעם „זשאַרגאָן‟. זײ האָבן געשאַפֿן לעבעדיקע אַנטי–חסידישע סאַטירישע װערק, אַזעלכע װי יוסף פּערלס „מגלה טמירין‟ און לינעצקיס „דאָס פּױלישע ייִנגל‟. פֿאַרן שפּעטערן דור ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער, אַזעלכע װי מיכה–יוסף בערדיטשעװסקי, איז חסידות געװאָרן אַ קװאַל פֿון דער אױטענטישער ייִדישער פֿאָלקסקולטור. אַנ–סקי, אַלײן אַ ליטװאַק, האָט גענוצט אין זײַן דראַמע „דער דיבוק‟ דעם חסידישן פֿאָלקלאָרישן מאַטעריאַל, װאָס ער האָט געזאַמלט בעת זײַנע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין װאָלין און פּאָדאָליע.
די אוקראַיִנער ייִדישע שרײַבער האָבן געשאַפֿן אײגנאַרטיקע קינסטלערישע מיטלען פֿאַרן אױסדריקן דעם עצם פֿונעם ייִדישן קיום. שױן אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון ישׂראל אַקסענפֿעלדס „דאָס שטערנטיכל‟, דעם סאַמע ערשטן ייִדישן ראָמאַן, געפֿינט מען אַ סינטעטישן אימאַזש פֿונעם אױסגעטראַכטן שטעטל לאהיהפּאָליע (לױהאָיאָפּאָליע). דער דאָזיקער נאָמען באַשטײט פֿון דרײַ װערטער: צװײ העברעיִשע װערטער „לא‟ (נײן) און „היה‟ (איז געװען), און דעם סלאַװישן װאָרט „פּאָליע‟ (פֿעלד), װאָס טרעפֿט זיך אין עטלעכע נעמען פֿון אוקראַיִנער שטעטלעך, אַזעלכע װי „יאַמפּעלע‟ אָדער „קראַסניפּאָליע‟. אַזױ אַרום האָט זיך באַקומען אַ סימבאָלישער באַגריף פֿונעם שטעטל, װאָס טראָגט אין זיך צװײ קעגנזײַטיקע באַטײַטן. דאָס דאָזיקע שטעטל האָט ניט קײן רעאַלן קיום („לא–היה‟) און דאָך איז דאָס אַ טיפּישער ייִשובֿ אײַנגעװאָרצלט אין דער אוקראַיִנער לאַנדשאַפֿט („פּאָליע‟).
אַקסענפֿעלדס קלוגע המצאה איז אַנטװיקלט געװאָרן אין מענדעלעס און שלום–עליכמס װערק. זײ האָבן געשאַפֿן אַ גאַנצע רײ אױסגעטראַכטע שטעטלעך מיט „רעדנדיקע‟ סלאַװישע אָדער סלאַװיש–העברעיִש נעמען: טונעיאַדעװקע, קבצנסק, כּתרילעװקע וכּדומה. די דאָזיקע נעמען האָבן באַטאָנט דעם מצבֿ פֿון ייִדן װי „לופֿט–מענטשן‟ און אין אײנעם האָבן זײ געשאַפֿן אַ מין ייִדישלאַנד, װאָס האָט זיך געפֿונען אין דער סאַמע מיט פֿון אוקראַיִנע. אוקראַיִנע האָט צוגעצױגן ייִדן פֿון ליטע, אַזעלכע װי דער יונגער שלום–יעקבֿ אַבראַמאָװיטש אָדער ש. אַנ–סקי.
אַבראַמאָװיטש–מענדעלע באַשרײַבט די דאָזיקע מיגראַציע אין זײַן סאַטירישער מעשׂה „די אַנטדעקונג פֿון װאָלין‟: „דאָס אײגענע װאָס אַמעריקע איז פֿאַר אונדז ייִדן הײַנטיקע צײַטן, איז װאָלין פֿאַר זײ געװען דענסטמאָל אין יענער צײַט. דער אונטערשיד איז נאָר אָט װאָס: אין אַמעריקע פֿאָרט מען מיט דעם ים, אין אַ דאַמשיף, אַקעגן אַ פּאָר װאָכן, און אין װאָלין האָט מען זיך געשלעפּט מיט דער יבשה צו–פֿוס גוטע עטלעכע װאָכן […] אין אַמעריקע זענען ייִדן, בײַם אָנקומען, געװײנטלעך טאַנדעטניקעס, אַרומגײערס מיט פּעקלעך סחורה — שמאַכטעס, שנײַדער, אַרבעטער אין פֿאַבריקעס, און אין װאָלין זענען די ערשטע, װאָס האָבן זיך אַװעקגעלאָזט אַהין, געװען כּמעט אַלע מלמדים.‟
מענדעלע און שלום–עליכם זײַנען געװען טעטיק אין די ערשטע יאָרן פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, װען אין אוקראַיִנע האָט זיך באַװיזן אַ נײַע מאָדערניסטישע בראַנזשע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. בערגעלסאָן און דער נסתּר האָבן געשריבן פֿאַר אַן אַנדער מין עולם. זײערע לײענער זײַנען געװען פֿון דער יונגער ייִדישער אינטעליגענץ, װאָס איז געװען באַהאַװנט אין דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער קולטור אָבער האָט געװאָלט אַנטוויקלען אַ נײַע נאַציאָנאַלע קולטור אױף ייִדיש. בערגעלסאָנס שילדערונגען פֿון דער ירידה פֿונעם שטעטלדיקן שטײגער זײַנען געװען סײַ קריטיש און סײַ מעלאַנכאָליש. דער נסתּר האָט גענוצט חסידישע און קבליסטישע מאָטיװן פֿאַר שאַפֿן מיסטעריעזע סימבאָלישע מעשׂיות. בײדע מחברים האָבן געהערט צו דער „קיִעװער גרופּע‟, װאָס איז שפּעטער געװאָרן דער קערן פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור. צו דער דאָזיקער גרופּע האָבן אױך געהערט די דיכטער אָשר שװאַרצמאַן, דוד האָפֿשטײן, לײב קװיטקאָ און פּרץ מאַרקיש, די קריטיקער יחזקאל דאָברושין און נחום אױסלענדער.
די „קיִעװער‟ האָבן התלהבֿותדיק באַגריסט די רוסישע רעװאָלוציע אין 1917. די אוקראַיִנער פֿאָלקס-רעפּובליק האָט דערקלערט אומאָפּהענגיקײט פֿון סאָװעטן–רוסלאַנד און האָט אָנערקענט די „נאַציאָנאַל–קולטורעלע אױטאָנאָמיע‟ פֿאַר ייִדן, רוסן און פּאָליאַקן. אַזױ אַרום איז אוקראַיִנע געװען די ערשטע מלוכה, װאָס האָט אָנערקענט און געשטיצט ייִדיש װי אַ מינאָריטעט–שפּראַך. דער ערשטער אוקראַיִנער באַנקנאָט פֿון 100 קאַרבאָװאַנצעס האָט געהאַט אױפֿשריפֿטן אױף אוקראַיִניש, פּױליש און ייִדיש. אָבער די נײַע אוקראַיִנער רעפּובליק איז געװען צו שװאַך, און שױן אין עטלעכע חדשים אַרום איז אוקראַיִנע אָקופּירט געװאָרן דורך דער דײַטשישער אַרמײ. סוף 1918, װען דײַטשלאַנד האָט קאַפּיטולירט אין דער ערשטער װעלט–מלחמה, האָבן זיך די דײַטשן צוריקגעצױגן און עס האָבן אױסגעבראָכן בלוטיקע מלחמות צװישן די אוקראַיִנער אַרמייען, די רוסישע „רױטע‟ און „װײַסע‟, פּאָליאַקן, און כּלערלײ באַנדעס. ייִדן האָבן געליטן מער װי אַנדערע פֿון די רציחות, פּאָגראָמען, גירושים און גזלנות. אין 1921 איז אוקראַיִנע צעטײלט געװאָרן צװישן דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד און פּױלן.
עס קלינגט פּאַראַדאָקסאַל, אָבער די בלוטיקע תּקופֿה פֿון 1917־1921 איז אין אוקראַיִנע אױך געװען די בלי–צײַט פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט. די קיִעװער „קולטור–ליגע‟ איז געװאָרן אַ מין ייִדישע קולטור–מיניסטעריום מיט אַן אײגענעם פֿאַרלאַג, ביבליאָטעקן און אַנדערע אַנשטאַלטן. זײער ציל איז געװען צו שאַפֿן אַ לעבעדיקע װעלטלעכע קולטור אױף ייִדיש. זײער פּלאַן איז פֿאַרבליבן אַ חלום, אָבער די „קולטור–ליגע‟ האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ליטעראַרישע און קינסטלערישע ירושה. בראַנזשעס פֿון „קולטור-ליגע‟ האָבן זיך באַװיזן אין װאַרשע, פּאַריז, אַמסטערדאַם און אַפֿילו אין דעטרױט, װוּ עס האָט זיך באַזעצט דער ייִדישער דיכטער פֿון קיִעװ, עזרא קאָרמאַן.
די קינסטלערישע ירושה פֿון „קולטור־ליגע‟ לעבט װײַטער אין באָריס אַראָנסאָנס דעקאָראַציעס צו „פֿידלער אױפֿן דאַך‟. די אַמעריקאַנער „יונגע‟ דיכטער מאַני לײב און משה-לײב האַלפּערן האָבן ביידע געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע — אײנער פֿון מזרח, דער צװײטער פֿון מערבֿ. מען קאָן אױך דערמאָנען דעם שרײַבער מאיר בלינקין, דעם עלטער-זײדן פֿונעם איצטיקן אַמעריקאַנער מלוכה–סעקרעטאַר ענטאָני בלינקען. און מאיר בלינקינס פֿאָטער איז געװען שלום–עליכמס אַ לאַנדסמאַן, בײדע שטאַמען פֿון פּערעיאַסלעװ אין מזרח–אוקראַיִנע.
די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַװיזן אױף די שטחים פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע כּמעט אַ טױזנט יאָר צוריק. ייִדן האָבן געהאַט טראַגישע פּעריאָדן, באָכדאַן כמעלניצקיס גזירות תּ״ח ותּ״ט (1648 – 1649), די פּאָגראָמען פֿון 1919, און דער חורבן פֿון דער צװײטער װעלט–מלחמה. אָבער אָן אוקראַיִנע װאָלטן מיר ניט געהאַט אַזאַ רײַכע ייִדישע און העברעיִשע קולטור.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO