Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וויסנשאַפֿט- און מאַטעמאַטיק-ביכער אויף ייִדיש: אַ באַטײַטיקע רשימהScience and math books in Yiddish: an impressive list

אלי מאור, אַ פּענסיאָנירטער מאַטעמאַטיק־פּראָפֿעסאָר בײַם לאָיאָלער אוניווערסיטעט אין שיקאַגע, זאַמלט שוין פֿון לאַנג אַזוינע ביכער.

מיט קנאַפּע צוויי יאָר צוריק האָט זיך צו מיר שריפֿטלעך געוואָנדן ד״ר אלי מאור, אַן ישׂראלי וואָס געפֿינט זיך שוין אין שיקאַגע לאַנגע יאָרן, און האָט מיר פֿאָרגעלייגט געבן אין לייוויק-הויז אַ רעפֿעראַט אויף העברעיִש וועגן אַזאַ טעמע פֿון ייִדיש און וויסנשאַפֿט. בײַ מיר האָט עס געקלונגען אינטערעסאַנט און כ’האָב אים גלײַך געגעבן מײַן פּאָזיטיוון ענטפֿער.

שפּעטער האָב איך זיך דורך אים דערוווּסט, אַז לאַנגע יאָרן האָט דער לעקטאָר פֿון לאָיאָלאַ אוניווערסיטעט, איצט אַ פּענסיאָנירטער, פֿאָרגעלייגט די טעמע צו פֿאַרשידענע אינסטיטוציעס, אין ישׂראל און אַמעריקע, און אַלע האָבן זיך אָפּגעזאָגט. און אַזוי איז טאַקע געשען אַז בשעת מאורס לעצטן באַזוך אין ישׂראל האָבן מיר זיך געטראָפֿן אין לייוויק-הויז צום ערשטן מאָל, פֿאַרן פֿאָרשטעלן זײַן לעקציע פֿאַר אַ קליינעם אָבער געטרײַען פּובליקום.

בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער לעקציע האָט אלי מאור גערעדט וועגן חשש און אָפּגעהאַלטנקייט בײַם ציבור כּלפּי דעם באַגריף וויסנשאַפֿט. כ’מוז זיך מודה זײַן אַז אויך איך דערפֿיל, בײַם הערן אַזאַ וואָרט, אַז עס איז פֿאַרבונדן מיט מאַטעמאַטיק און פֿיזיק, און בקיצור נישט פֿאַר מיר. דאָס וואָרט טראָגט אויך אַ קאָנוטאַציע פֿון אַבסטראַקטע באַגריפֿן, און דערפֿאַר פֿליט מײַן אויפֿמערק אינסטינקטיוו אַריבער אויף אַן אַנדער ריכטונג. נאָר צום סוף פֿון רעפֿעראַט האָב איך דערפֿילט אַז דער שד איז נישט אַזוי געפֿערלעך, צוליב דעם וואָס כ’האָב אַנטפּלעקט אַז עס איז פֿאַראַן אַ געשיכטע אַוווּ ייִדיש און וויסנשאַפֿט פּאָרן זיך יאָ צוזאַמען.

ס’איז כּדאי פֿאָרצושטעלן די ביכער וואָס אלי מאור האָט אַרויסגעגעבן כּמעט אַלע אין פּרינסטאָן אוניווערסיטעט-פֿאַרלאַג. די טיטלען אַליין גיבן אונדז אַ פּאַנאָראַמישן בילד פֿון דעם מחברס קענטענישן אויף פֿאַרשידענע געביטן און זיין יכולת צו ציִען אַ פֿאַרבינדונג צווישן זיי:

„ביזן איין-סוף און נאָך ווײַטער‟ (1991)

„די געשיכטע פֿון איין נומער‟ (1994)

„ווענוס אין איבערגאַנג‟ (2000)

„דער פּיטאַגאַראַס-טעאָרעם – 4,000 יאָר געשיכטע‟ (2002)

„מוזיק דורך ציפֿערן‟ (2018)

ס’הייסט אַז דעם מחברס פֿאָרשונגען ציִען זיך פֿון גאָר אַלטע תּקופֿות ביז אונדזערע צײַטן, באַציִענדיק זיך אויך צו קאָמפּאָזיטאָרן ווי אַרנאָלד שענבערג און איגאָר סטראַווינסקי. ער אַליין האָט געלערנט קלאַרינעט מיט גיורא פֿיידמאַן און אויך באַזוכט די עלעקטראָנישע מוזיק-סטודיע פֿונעם באַרימטן ישׂראלישן קאָמפּאָזיטאָר יוסף טל. אַ וויכטיקער אויספֿיר פֿון אלי מאור איז אַז מוזיק האָט באַאײַנפֿלוסט מאַטעמאַטיק ניט ווייניקער ווי מאַטעמאַטיק האָט מוזיק באַאײַנפֿלוסט. צווישן אַנדערע האָט ער אָנגעוויזן אויף דעם וואָס אײַנשטיינס רעלאַטיוויטעט-טעאָריע איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן גלײַכצײַטיק מיט אַרנאָלד שענבערגס פֿאַרעפֿנטלעכן פֿון דער צוועלף-טאָניקער טאָנאַלער סיסטעם. מאור האָט אויך געפֿירט אַ פֿאַרגלײַך-שטודיע צווישן ריטעם אין מוזיק און מעטריק אין געאָמעטריע.

science in yiddish

טובֿיה שליטס בוך וועגן אַלבערט אײַנשטײַנס רעלאַטיוויטעטס־טעאָריע, אַרויסגעלאָזט אין בערלין אין 1927 Courtesy of אלי מאור

אין זײַן רעפֿעראַט האָט מאור דערציילט וועגן אַן אייגנאַרטיקער ביכערקראָם פֿון צוויי-האַנטיקע ביכער אויף אַלענבי-גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ און זײַן אייגנטימער, שלמה לערנער. די קראָם איז געווען אַזאַ קליינטשיקע און אַזוי אָנגעפּאַקט מיט ביכער אַז דער באַלעבאָס האָט קיינעם נישט דערלאָזט אין איר אַרײַנגיין צוליב דער זאָרג אַז די ביכער קענען זיך חלילה באַלד צעפֿאַלן. די ביכער האָט מאור געהאַט אַליין אײַנגעקויפֿט אין אַ סך אַנדערע ערטער, בעיקר אין ישׂראל און אַמעריקע. אַזוי אַרום האָט ער צונויפֿגעזאַמלט די ביכער וואָס האָבן אים צוגעהאָלפֿן במשך פֿון זײַנע פֿאָרשונגען. אַזוי האָט בײַ מאור זיך געשאַפֿן אַ בכּבֿודיקע פּערזענלעכע ביבליאָטעק וואָס דעקט די טעמעס ייִדיש און וויסנשאַפֿט: סײַ ביכער וואָס זענען אַרויסגעלאָזט אויף ייִדיש סײַ אַנדערע איבערגעזעצטע אויף מאַמע-לשון וועלכע באַציִען זיך צו ברייטע אַספּעקטן ווי געאָמעטריע, מאַטעמאַטיק, אַסטראָנאָמיע און אויך אײַנשטיינס רעלאַטיוויטעט-טעאָריע.

צווישן די ביכער אין לערמאַנס קראָם איז געווען „אַ סוף פֿון דער וועלט‟ פֿון מרדכי זאַבלודאָווסקי (1919); „סימעטריע‟, לכתּחילה אין ייִדיש און אַרויסגעגעבן דורך דער קולטור-ליגע; „דער קליינער געאָמעטער‟ פֿון עמנואל אָלסוואַגען דערשינען אין דרעזדען (1921); און אַ גאָר אינטערעסאַנט ווערק — „ממלכת החשבון‟ (1775), וואָס איז דערשינען אין פּראָג אויף העברעיִש אין כתב רש”י און אויך ייִדיש און וואָס זײַן ציל איז געווען אויסצולערנען די ישיבֿה-בחורים די מאַטעמאַטיק-יסודות. אינעם אַרײַנפֿיר ווערט געזאָגט אַז תּורה און גמרא לערנען דאַרף גיין האַנט בײַ האַנט מיטן באַהערשן אַ פּראַקטישע מלאכה. דער מחבר האָט געמוסרט די וועלכע טוען עס נישט. ער גיט דעם בײַשפּיל פֿון זיך אַליין. ווען זײַן ווײַב איז געשטאָרבן האָט ער, שוין אין אַ טיפֿן עלטער, נישט געהאַט די מיטלען ווי אַזוי זיך און זײַן משפּחה אויסהאַלטן. איבעריק צו זאָגן אַז אין יענע צײַטן איז דער לאַסט פֿון פּרנסה געפֿאַלן אויף די פֿרויען בשעת מענער האָבן געזאָלט לערנען תּורה.

אין מאורס ביבליאָטעק קען מען אויך געפֿינען טובֿיה שליטס בוך „די ספּעציעלע רעלאַטיוויטעט-טעאָריע‟, דערשינען אין בערלין (1927) אינעם מחברס אייגענעם פֿאַרלאַג און מיט אַן אַרײַנפיר פֿון אַלבערט אײַנשטיין. דאָס בוך איז אָנגעשריבן געוואָרן אויף דײַטש און מע האָט עס איבערגעזעצט אויף ייִדיש.

science in yiddish

אַ לערנבוך פֿון אַסטראָנאָמיע אַרויסגעגעבן פֿונעם פֿאָרווערטס אין 1918 Courtesy of אלי מאור

„סוף פון דער וועלט‟ פֿון מיכל וועבער, דערשינען אין וואַרשע, פֿאַרנעמט זיך מיט אַסטראָנאָמיע. דער מחבר איז געווען אַ זשורנאַליסט אין דער אויסגאַבע „הצפֿירה‟. עס האַנדלט זיך פֿון אַ קליין ביכל, אין אַ שווערן פֿיזישן מצבֿ, וואָס באַהאַנדלט אין 18 קאַפּיטלען די קאָמעטן אין אוניווערס. אין יענע יאָרן האָט דער ציבור געהאַט אַ גרויסע מורא פֿאַר אַ קאָמעטן-צוזאַמענשטויס וואָס וועט ברענגען צו אַ סוף פֿון אונדזער ערדקײַלעך. איין אַסטראָנאָם האָט דײַטלעך פֿאָרויסגעזאָגט אז די נאַכט פֿונעם 14טן נאָוועמבער 1899 וועט דער אָ צוזאַמענטשטויס דערפֿירן צום סוף פֿון דער וועלט.

מ’האָט זיך אויך געלערנט אַסטראָנאָמיע פֿון „הימל און ערד‟, פֿון פֿיליפּ קראַנקט, פּסעוודאָנים פֿון יעקבֿ פֿראָם, דערשינען אין ניו-יאָרק (1918), וועלכער האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט פֿאַרשידענע אַנדערע מינים ביכער.

אַ קוריאָז האָט מאור דערציילט וועגן בוך „ארץ ישׂראל‟ פון דויד בן גוריון און י. בן-צבי, וואָס ער האָט אין אַמעריקע זיך אײַנגעקויפֿט און וואָס איז געשריבן געוואָרן אין די יאָרן 1915- 1918 ווען זיי, די שפּעטערדיקע מדינה-לײַט, האָבן געלעבט אין אַמעריקע. דאָס בוך, וואָס איז אין גאַנצן אין ייִדיש, באַשרײַבט די געאָגראַפֿיע און געשיכטע פֿון ארץ-ישׂראל. עס אַנטהאַלט אויך אַ מאַפּע פֿון ישׂראל מיט אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש און העברעיִש. אַ צווייטע קאָפּיע פֿון בוך האָט אלי מאור געשאָנקען דעם יצחק בן-צבֿי-אינסטיטוט אין ירושלים.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.