Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדיש אין פּאַריז צװישן די װעלט-מלחמותYiddish in interwar Paris

ס׳רובֿ ייִדישע קולטור־טוער זײַנען געװען פּאָליטישע עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד און פּױלן, נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער סאָציאַליסטישער פּאָליטיק.

Nick Underwood

Yiddish Paris

Indiana University Press (2022), 266 pp.


זינט דעם מיטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט פּאַריז צוגעצױגן ייִדן פֿון מזרח–אײראָפּע. דאָ האָט פֿאַרבראַכט זײַנע לעצטע יאָרן דער ערשטער ייִדישער ראָמאַניסט ישׂראל אַקסענפֿעלד; דאָ האָט גאַסטראָלירט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדנס טעאַטער און ש. אַנ–סקי האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין דער פּאַריזער סבֿיבֿה פֿון רוסישע סאָציאַליסטן.

פֿאַר דער ערשטער װעלט–מלחמה זײַנען שױן אין פּאַריז געװען ייִדישע צײַטונגען. אָבער דער ממשותדיקער אױפֿבלי פֿון ייִדיש אין פּאַריז איז פֿאָרגעקומען צװישן די װעלט–מלחמות. װעגן דער דאָזיקער תּקופֿה דערצײלט ניק אַנדערװוּד אין זײַן בוך „ייִדיש–פּאַריז: דאָס אױפֿבױען פֿון אַ נאַציע און אַ קהילה אין פֿראַנקרײַך צװישן די װעלט–מלחמות‟.

דאָס רובֿ פֿון די בױער פֿונעם ייִדישן קולטורעלן נעצװערק אין פֿראַנקרײַך זײַנען געװען פּאָליטישע עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד און פּױלן. דערפֿאַר איז די ייִדיש–קולטור געװען נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער לינקער סאָציאַליסטישער פּאָליטיק. אײנע פֿון די צענטראַלע פֿיגורן איז דאָ געװען לעאָ גלעזער (1887 – 1944). ער איז אױפֿגעװאַקסן בײַ אַן אָרעמער משפּחה אין ריגע און האָט זיך באַזעצט אין פּאַריז אין 1907 װי אַ פּאָליטישער פּליט פֿון רוסלאַנד. ער האָט זיך אױסגעשולט אױף אַדװאָקאַט און געװאָרן פֿאַרטאָן אין אױפֿבױען די ייִדישע קולטור.

װי מען שרײַבט אינעם ביכל, װאָס איז געװידמעט זײַן לעבן, איז „ניט געװען דער פֿאַל, אַז אַ ייִדישער שרײַבער אָדער געזעלשאַפֿטלעכער טוער אױף דער דורכרײַזע אין פּאַריז זאָל ניט האַלטן פֿאַר זײַן חובֿ אױפֿצוזוכן גלעזערן אין זײַן װױנונג.‟ גלעזער איז געװען טעטיק אין פֿאַרשײדענע ייִדישע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס אין פּאַריז: קולטור–ליגע, ייִװאָ, ייִדישער קולטור–קאָנגרעס. בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע איז ער געװען טעטיק אינעם פֿראַנצײזישן װידערשטאַנד און איז דערשאָסן געװאָרן דורך די נאַציסטישע פֿראַנצײזישע מיטהעלפֿער אין 1944. דאָס גלעזער–בוך באַטאָנט: „אײנהײט פֿון אַלע דעמאָקראַטישע ייִדישע עלעמענטן איז פֿאַר גלעזערן געװען דאָס פּערמאַנענטע געבאָט פֿונעם ייִדישן לעבן.‟

אָבער אינעם װירקלעכן לעבן איז די דאָזיקע אײנהײט געװען שװער אױפֿצוהאַלטן. די ייִדישע קולטור איז געװען אַ מין קאַמפֿפֿעלד פֿון פֿאַרשײדענע לינקע פּאָליטישע כּוחות: קאָמוניסטן, סאָציאַליסטן, בונדיסטן, פּועלי–ציוניסטן. אײניקע אינסטיטוציעס, װי דער בונדיסטישער „מעדעם–פֿאַרבאַנד‟, זײַנען געװען דירעקט פֿאַרבונדן מיט פּאָליטישע פּאַרטײען, בעת אַנדערע, װי דער פּאַריזער אָפּטײל פֿון ייִװאָ, האָבן זיך געהאַלטן װײַט פֿון דער פּאַרטײ–פּאָליטיק. די קאָמוניסטן, װאָס האָבן מיט דער צײַט באַקומען שליטה איבער דער פּאַריזער „קולטור–ליגע‟, האָבן זיך כּסדר געהאַלטן בײַ דער סאָװעטישע פּאָליטישע ליניע.

דאָס ייִדישע קולטורעלע לעבן אין פּאַריז האָט זיך קאָנצענטרירט אַרום עפֿנטלעכע ליטעראַרישע אָװנטן און דעם ייִדישן טעאַטער. אין 1934 האָט דער „פּאַריזער ייִדישער אַרבעטער–טעאַטער‟ זיך אָפּגעטײלט פֿון דער „קולטור־ליגע‟ און געװאָרן אומאָפּהענגיק. דער דאָזיקער טעאַטער, שרײַבט אַנדערװוּד, „איז געװאָרן די באַזע, פֿון װעלכער ייִדישע קולטור–טוער האָבן געקענט אױפֿװעקן נאַציאָנאַלע געפֿילן מחוץ די גרענעצן פֿון אינסטיטוציעס‟. אונטער דער השפּעה פֿון דער „װילנער טרופּע‟, װאָס האָט גאַסטראָלירט אין פּאַריז אין די 1930ער יאָרן, האָט דער פּאַריזער טעאַטער אַנטװיקלט אַ נײַעם אַװאַנגאַרד–סטיל. דאָס האָט פֿאַרטיפֿט דעם שפּאַלט מיט די אָנפֿירער פֿון דער „קולטור–ליגע‟.

אין 1935 האָט דער טעאַטער געביטן זײַן נאָמען אױף „פּאַריזער ייִדישער אַװאַנגאַרד–טעאַטער‟. די עסטעטיק פֿון אַװאַנגאַרד איז געװען צום האַרצן די פֿראַנצײזישע לינקע, אָבער די קאָמוניסטן האָבן געפֿאָדערט, מען זאָל זײַן געטרײַ דעם סאָװעטישן סטיל פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם. דער דאָזיקער קאָנפֿליקט, שרײַבט אַנדערװוּד, איז געװען אַ סימן, אַז דער פּאַריזער ייִדישער טעאַטער האָט געפּרוּװט צו געפֿינען אַן אײגענעם אָרט אינעם ברײטערן גערעם פֿון דער לינקער פֿראַנצײזישער קולטור, כּדי ניט צו פֿאַרבלײַבן אין די ד׳ אַמות פֿון דער קאָמוניסטישער עסטעטיק.

דער שפּיץ פֿון דער ייִדישער קולטורעלער אַקטיװיטעט אין פּאַריז איז געװען דער ייִדישער װעלט–קאָנגרעס אין 1937. זײַן ציל איז געװען צו פֿאַראײניקן ייִדישע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס קעגן דער סכּנה פֿונעם נאַציסטישן רעזשים אין דײַטשלאַנד. דער קאָנגרעס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אין פּאַריז כּמעט דרײַסיק יאָר נאָך דער טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ, װאָס איז געװען זײַן מוסטער. די 93 דעלעגאַטן זײַנען געקומען פֿון 24 לענדער.

דער סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָט ניט געשיקט קײן דעלעגאַציע, כאָטש די פֿראַנצײזישע ייִדישע קאָמוניסטן זײַנען געװען טעטיק בײַם צוגרײטן דעם קאָנגרעס. דער קאָנגרעס האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ נײַע אָרגאַניזאַציע, „ייִדישער קולטור-פֿאַרבאַנד‟ [„איקוף‟] מיט אַן אײגענעם פֿאַרלאַג. אַזױ אַרום, פֿאַרסך-הכּלט אַנדערװוּד, איז די ייִדישע קוטלור געװאָרן אַ געװער אינעם קאַמף קעגן פֿאַשיזם און אַנטיסעמיטיזם און אַ כּלי צו פֿאַרפֿעסטיקן דעם אַחדות צװישן ייִדן.

סוף–1930ער יאָרן איז פּאַריז געװאָרן, גלײַך מיט װאַרשע, דער װיכטיקסטער אײראָפּעיִשער צענטער פֿון דער ייִדיש–קולטור. אַנדערװוּדס בוך דערצײלט װעגן די פּאַריזער ייִדישע אינסטיטוציעס. אין פּאַריז זײַנען אױך געװען טעטיק חשובֿע ייִדישע שרײַבער און קינסטלער, אַזעלכע װי מאַרק שאַגאַל, שלום אַש, זלמן שניאור און עוזר װאַרשאַװסקי. עס איז מערקװירדיק, װאָס פּאַריז װי אַ טעמע פֿאַרנעמט זײער אַ קנאַפּן אָרט אין זײערע װערק פֿון יענער תּקופֿה. ערשט נאָך דער מלחמה װעקט זיך אױף די בענקשאַפֿט נאָכן אַמאָליקן ייִדישן פּאַריז אין די זכרונות און ליטעראַרישע װערק פֿון יענע שרײַבער און קינסטלער, װאָס זײַנען ניצול געװאָרן פֿונעם חורבן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.