ווי אַזוי זעט אויס אַ למד־וואָווניק?What does a lamed-vovnik look like?
ווי אַ קינד האָבן די מעשׂיות וועגן די 36 באַהאַלטענע צדיקים פֿאַרכאַפּט דעם מחבר מיט אַ ווילדן אָבסעסיוון נײַגער.
פֿון דער רעדאַקציע: דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.
––––––––––––––––––––––––––––––
ווי א יונג קינד אין די שפעטע פרייטיג צונאכטצער, פלעג איך לייענען סיפורי צדיקים, און אין די דאזיגע סיפורים איז געשטאנען וועגן למד־וואווניקעס – מיסטעריעזע פארבארגענע צדיקים מיט געהיימע מיסיעס וועלעכע לעבן אין יעדן דור זעקס און דרייסיג אין צאל, און פארשטעלט זענען זיי ווי געווענדליכע אידן. אז עס ווערט איינע פון זיי נסתלק ערזעצט אים באלד אן אנדער למד־וואווניק אנצופילן די געפאדערטע סודות׳דיגע צאל פון זעקס און דרייסיג.
די מעשיות האבן מיר אין מיינע קינדישע יארן פארכאפט אין א ווילדן אבסעסיוון נייגער. מיין קאפ האט געווירבלט מיט קשיות: וואו א שטייגער באהאלטן זיך די ל״ו צדיקים? צי וואוינען אלע אין איין פארבארגענע ארט, אדער לעבן זיי ווי געווענדליכע מענטשן צווישן אונז מיט משפחות? זענען זיי מענטשן הויט און ביין ממש? אדער געמאכט פון א סארט מלאכים׳ישע מאטעריאל? האבן זיי א שטענדיגע פארבינדונג צום הימלישן ווירטשאפט? אזוי האט מיין מוח׳ל געשטורעמט און געגריבלט מיט פארכטיגן וואונדער.
אז איך האב מיך געקלערט ווי אזוי א למד־וואווניק זעט אויס, האב איך מיך פארגעשטעלט אז ער טראגט א דאשיק אדער טורבאן, עפעס פארצייטיש וואס „די גאס‟ טראגט מער נישט.
אין מיין קינדישן קאפ האט זיך דער למד־וואווניק אויסגעפארמט אלץ אזא וואס איך וואלט גערופן לויט די היינטיגע באגריפן, א דעטעקטיוו, א סארט הימלישער אגענט מיט שטענדיגע מיסטעריעזע קאנטאקטן, ווי א חברה׳ניק אין באהעלטענישן אונטער דער ערד אדער מחוץ לעיר וועלעכער שיקט איבער געהיימע איבערנאטירליכע זענדונגען מיט זיינע „קאלעגן‟, עפעס א מין סארט פארמיטלער צווישן מלאכים און צדיקים.
פרעג איך מיין טאטן, איך מוטשע אים, פארדריי אים דעם קאפ דערוועגן… און ער האט גאנץ קנאפ געדולד צו מיינע קשיות… איך אבער ״פגע״ אים וועגן די דאזיגע חברה׳ניקעס, וואו ווער וואס, און ער זאגט מיר ענדליך מהיכי תיתי׳דיג, ״דאס זענען וואוילע אידן צדיקים ווי אלע צדיקים, נאר נישט מפורסם״.
מיין הערצעלע וועלעכע לעכצט נאך מיסטעריע איז נישט באפרידיגט מיט אזא פארעווען ענטפער. כ׳מיין, קען מען דען אזוי דערלאזן א געפעפערטער „האוקוס פאוקוס״ מיט א מהיכי־תיתי׳דיגן מאך?… א למד־וואווניק וועלעכע וואוינט אין א וואלד, אזא חצי ״רואה ואינו נראה׳ניק״, אזא וואס זיצט אין די באהעלטענישן פארשטעלט ווי א בעטלער וואס דורך רוחניות׳דיגע כוחות פארשטענדיגט ער זיך מיט די אנדערע למד־וואווניקעס איבער דער וועלט, אינאיינעם טוענדיג אפ ענינים ווער ווייסט וואס; אזא וואס אז ער דארף נאר, שפרינגט ער אין אן אויגן בליק א קפיצת הדרך צום אנדער עק וועלט….
נו, וואס קען איך טון, אזוי איז מיין טאטע כלפי אלע מיסטעריעזע פיגורן און לעגענדעס אין אידישן פאלקלאר, קאלט ווי א לונג און לעבער. צום ביישפיל האב איך אים ווי א קינד אמאל געפרעגט נאכן הערן איבער די עשרת השבטים אין זייער וואונדער לאנד: „נו, וואו זענען טאקע היינט די מיסטעריעזע עשרת השבטים׳ניקעס?״
מאכט ער: „נע, אומעטום, אויך דא אויפן בוידעם פונעם שטיבל אינעם אורחי פורחי צימערל!״
פרעג איך אים: „וואס איז מיטן סמבטיון, איז ער טאקע אין א פלאץ וואו קיינער ווייסט נישט, און צי שיסט ער טאקע שטיינער צום הימל?״
מאכט ווידער מיין טאטע: „נו, מילא, א שטראמיגער טייך אין אינדיע צי ערגעץ וואו וואס האט שטיינער אין זיך!״
פרעג איך: „נו אז מען ווייסט וואו זי איז, צו וואס גייט מען נישט אהין? אפנים ס׳דאך פארט דער סמבטיון?״
„נעה, וואס איז דא צו זוכן דארטן, סתם גוים וואוינען דארטן ביים טייך!״
זאל ער מיר זיין געזונט און שטארק מיין טאטעשי, יעדער גוטער מעשה הרגעט ער מיר אפ.
ווער ווייסט, אפשר איז ער אויך געווען אזוי אלס קינד, געמוטשעט זיין טאטן, אפשר האט אים מיין „פגעות״ דערמאנט אז אויך אים האבן גענאגט אזעלעכע ענינים. יעצט איז זיין קאפ גאנץ ערגעץ אנדערש, און ווער ווייסט וואו.
על כל פנים, עד היום, לו יצוייר צייגט מיר עמיצער אויף פלוני׳ן: „אט דער איד איז א למד־וואווניק!״ פאלן מיינע אויגן באלד אויפן לבוש פונעם יעניגן, גלייך ווי איך וואלט געטון ווען עס צייגט מיר עמיצער אן אויף א „רויט אידעלע״ – אן עשרת השבטים׳ניק, אדער גאר אליהו הנביא. טראגט ער א דאשעק אדער טורבאן, גוט, איך הער! טראגט יענער א קאפעלוטש אדער שטריימל, דאן איז אויס געשעפט, זאל ער זיין מיליאן מאל למד־וואווניק, אבער נישט דאס מיינט דער פסוק. נישט דאס האב איך פאנטאזיעס ווען איך האב אין די שפעטע ווינטער נעכט געליינט וועגן נסתרים.״
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO