Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אויסמעקן עמלק פֿון אונדזער האַרץErasing Amalek from our hearts

בײַ שיפֿרה לאָווען האָט די שטרענגקייט פֿונעם חסידישן לעבן־שטייגער איר געשאַפֿן אַזאַ עגנת־נפֿש אַז זי האָט ממש געפֿילט ווי עמלק לעבט אין איר נשמה.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש

א קיל ווינטל האט געבלאזן יענעם ערב פורים’דיגן נאכמיטאג. די שניי אונטער מיינע פיס האט מיר געהאלפן צואיילן מיינע טריט; אבער אין די זעלבע צייט האב איך געדארפט פארזיכטיג זיין, אויסצומיידן די קליינע טייכעלעך פון אויפגעלאזטע שניי, וועלכע די קעלט האט פארוואנדלט אויף אייז. איך האב גוט געדענקט פון ערפארונג, ווי גרינג ס’איז זיך אויסצוגליטשן דערויף.

אין מיין האנט האב איך געהאלטן א געלן פלאסטיק בעג, און איך האב זיך געצווייפלט אויב דער קאליר איז גענוג אויף צו באהאלטן מיין סוד. איך האב פרובירט צו גיין אויף געשלענגלטע זייטיגע וועגן כדי פרעמדע בליקן זאלן נישט צוזאמשטעלן און אויסגעפינען וואו איך גיי.

ווען איך בין ענדליך אנגעקומען האב איך גענומען א טיפן אטעם און געדריקט אויפ’ן אינטערקאם. דער קלונג אין טיר האט בארוהיגט מיינע זארגן, און איך בין אראפגעגאנגען די טרעפ צו טרעפן א שמייכלנדיגע פרוי, מיט אן אויסגעשטרעקטע האנט מיט פריש געוואשענע האנטוכער, און זייפן פאר מיר, מיטצונעמען אין מיין צימער.

זי האט מיר געוויזן וואו איך דארף גיין, און ווי נאר איך האב פארמאכט די טיר הינטער מיר, האב איך געקענט פריי אפאטעמען. די באד-צימער איז געווען הערליך אויפגערוימט און ס׳האט מיר אלעמאל געברענגט א געפיל פון הרחבת הדעת אריינקומענדיג דארט. געשווינד האב איך אנגעצינדן די וואסער, און אנגעהויבן מיין חפיפה.

געווענטליך פלעגט עס מיר נעמען ווייניגסטנס צוויי שעה. ווייל נאכצוגיין אלע אנווייזונגען וואס מיין כלה-לערערין האט מיר אויסגעלערנט איז נישט געווען גרינג. איך האב שוין עטליכע טעג פריער איבערגעליינט דעם ספר וואס זי האט מיר געגעבן, וואו אונזער דיין איז מסביר קלאר אלעס וואס איך דארף טון צו קענען האבן א כשר’ע טבילה.

איך האב עס אנגענומען זייער ערנסט און אפילו נאכ’ן זיך גרייטן אינדערהיים און אוועקגעבן רוב פון מיין טאג, כדי צו מאכן זיכער אז אלעס גייט כשורה, האט זיך נאך אלץ געמאכט עפעס א פראבלעם וואס פלעגט גורם זיין ס’זאל דויערן לאנג.

איך האב זיך געפינען אין א גרויסן פלאנטער: פון איין זייט האב איך מורא געהאט אז די מקוה-אידענע וועט זיך ווידער בייזערן אויף מיר: פארוואס איך בין אייביג די לעצטע… אבער אין די זעלבע צייט האב איך נישט געקענט איינשטעלן די קדושה פון מיינע קינדער! מיין לערערין האט מיר אויסגעלערנט אז אויב ס’בלייבט חס ושלום סיי וועלכע חציצה אויף מיין גוף, וועט מיין טבילה נישט גערעכנט ווערן! און ס’וועט גורם זיין אז מיינע קינדער זאלן חלילה נישט זיין כשר!

אין מיין גרויס פארלעגנהייט האב איך אמאל אפילו אנגעקלינגען מיין פעטער, דער רב פון שטעטל, אים צו בעטן רשות אז איך זאל באקומען די שליסל פון מקוה; כדי צו קענען גיין דארט צוויי שעה בעפאר מ’עפנט עס פאר’ן עולם. צו מיין גליק האט ער מסכים געווען, אבער נאר מיט איין תנאי: איך זאל נישט גיין אליין, ווייל ס’קען זיין א סכנה, אויב סיי ווער קומט אריין אהין.

איך האב נישט פארשטאנען זיין דאגה, אבער די תירוץ וואס ער האט געגעבן איז געווען, אז צומאל דארף מען פארעכטן די וואסער רערן אין די מקוה, ממילא אויב דער ארבעטער וועט אריינקומען בשעת איך בין דארט, וויל ער נישט איך זאל זיין חלילה אליין.

איך בין געווען א יונגע מאמע אבער זייער נאיוו, און קיינמאל נישט פארשטאנען די סיבה פון הלכות יחוד, ביז יארן שפעטער. איך האב געמיינט אז ס’איז א חוק בלי טעם אזויווי די פרה אדומה…

דאס גליק האט נישט לאנג אנגעהאלטן. ווייל נאך צוויי מאל, האט דער רב צוריקגעצויגן, און געזאגט אז מ’קען דאס מער נישט טון. ער האט מיר בארוהיגט אז “איך זאל פשוט טון די בעסטע וואס איך קען, און ס’נישט קיין פראבלעם אויב איך בלייב אביסל לענגער, איך וועל נישט דארפן באצאלן קיין שפעט-געלט”.

עס וועט מיר אלעמאל בלייבן אין זכרון יענע גוטע צייט, ווען איך האב געהאט מיין מאן אלס שומר מיט מיר אינ’ם בנין, און איך האב זיך רוהיג געקענט צוגרייטן אין מיין צימער, אן די אלע דאגות אז ‘איך אייל זיך נישט גענוג שטארק’… עס איז געווען דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך האב נישט געפילט די שולד-געפילן און נישט געדארפט זארגן אז די מקוה-אידענע וועט זיך אויפרעגן אויף מיר.

זעלבסטפארשטענדליך, אז יארן שפעטער ווען איך האב איבערגעלאזט די חסידישע וועלט, איז די מקוה געווען די ערשטע זאך וואס איך האב געוואלט אויפגעבן. איך האב געקלערט אז ס׳וועט מיר העלפן זיין א בעסערע מאמע, א רוהיגערע ווייב און א מער גוטהארציגע מענטש בכלל, אויב איך הער אויף זיך צווינגען אדורכצוגיין אזא אָפּקומעניש.

פארוואס דערצייל איך דא מיין געשיכטע? ערשטנס ווייל איך גלייב אז אסך פון מיינע חסידישע שוועסטער און ברידער צאלן א טייערע פרייז אויף די זאכן וואס זענען ניטאמאל א חלק פון אידישקייט. מקוה אינדערהיים אין אייראפע איז נישט געווען א סעריע פון שטרענגע געזעצן וואס קען גורם זיין אן אבסעסיוו־קאמפולסיוון קאמפלעקס, וואס מע רופט בלע״ז OCD. איך גלייב אז די טראומא וואס מלחמה איבערלעבער האבן איבערגעגעבן פאר די קינדער און די דורות נאך זיי, איז די סיבה פון א גרויסע חלק פון אומזיסטע דריק וואס קומט פאר אין די חרדישע וועלט.

אבער ערב פורים, בין איך נישט דא חלילה צו צושטערן אייער שמחה, איך בין דא מיטצוטיילן אויך גוטע נייעס.

עס הייבט זיך אן פארבעסטערן זאכן אין די חסידישע וועלט. לאו דוקא אז ס’איז גענוג גוט אדער גענוג שנעל, אבער קיין שום גוטע גרויסע טויש קומט נישט פאר איבערנאכט.

די וואונדערליכע דברים היוצאים מן הלב פון די חשוב’ע פייגא לאה לאנדא עטלעכע יאר צוריק, וואס מע קען זען דא איז געווען די ערשטע שטראלן פון האפענונג פאר מיר, אז זאכן קענען זיך באמת טוישן. אבער איך האב געמיינט דעמאלס אז זי איז די איינציגסטע מענטש וואס האט דעם קוראזש צו נעמען שריט צו ראטעווען די קינדער.

אבער נאך דער ערנסטער מהפיכה פון חיים וואלדער, ווען מ’האט אנגעהויבן רעדן אפן קעגן די פארנאכלעסיגקייט אפצוהיטן קינדער פון סעקסועלע באלעסטיקונגען — ווען דער ״נחשון בן עמינדב״ אין היינטיגע צייטן, מרדכי געץ, האט ארויסגעווארפן וואלדערס ביכלעך פון אייכלער׳ס ספרים געשעפט און זיך בלב ונפש אריינגעלייגט אויסצוהערן די הארץ-רייסנדיקע איבערלעבענישן פון די געליטענע — דעמאלס האט די פונק פון האפענונג זיך אביסל מער צופלאקערט אין מיר. מ’דארף נישט אסך האלץ צו בויען א ריזיגן פייער, די כוח פון א יחיד איז געוואלדיג, מעט אור דוחה הרבה מן החושך.

אויף דער עלעקטראנישער שמועס־גופע קאווע שטיבל האב איך געזען דערציילן אז אסך היימישע אידן זענען זיך מחי’ מיט די דרייסטקייט פון ר’ שמואל ניימאן; ער האט נישט מורא צו זאגן דעם אמת און אוודאי ברענגט עס האפענונג צו פארלייכטערן דעם דריק.

מיין גרעסטער שאק אבער איז געקומען ווען כ’האב געטראפן אויף אינסטעגראם א הערליכע דרשה וועגן קנאה פון א היימישע פרוי וועלכע איז מחזק אידישע מאמעס צו בויען א געזונטע קשר מיט זיך אליין, און היילן די גיפטיגע ליגנס וואס מ’באשולדיגט זיך כסדר דערמיט.

אלס יונגע מיידל האט מיר מיין חבר’טע געגעבן דעם מוסר ספר חזק ואמץ אלס מתנה לכבוד פורים. דער מחבר איז מסביר: אחד היה אברהם, אונזער טאטע אברהם איז אויך געווען דער איינציגסטער וואס אלע האבן געלאכט פון אים אבער ער האט געהאט די דרייסטקייט צו צעברעכן די עבודה זרות (מענטשן פלעגן מקריב זיין זייערע קינדער פאר די געטשקעס אין יענע צייט און ער האט געטון אלס וואס ער האט געקענט דאס אפצושטעלן)

נאכמער האב איך געלערנט דארט אז בעקבתא דמשיחא וועלן די פירער ביי אידן זיין פני הדור כפני הכלב — אזויווי די הונט. און ס’ליגט די פליכט אויף יעדן איד באזונדער צו זיין א פירער פאר זיך אליין און באשליסן צו טון וואס ער ווייסט איז ריכטיג.

איך גלייב אז אט דאס איז די אמת’ע ארבעט פון תמחה את זכר עמלק אין היינטיגן דור. דער עמלק: די גיפט וואס די נאציס האבן איבערגעלאזט אין די קרבנות, און חרוב געמאכט זייער גייסט, זיי געמאכט פילן ווי מיסט! דאס איז די יסוד וואס מיר דארפן אויסרייניגן צווישן אונז.

מחלל צו זיין דעם צלם אלוקים אין א צווייטן — דאס איז די נאצישע גאנג און ווי מער מיר וועלן זיך היילן פון דעם, אלס מער וועלן מיר האבן אן אמת’ע נצחון קעגן היטלער ימ”ש. דעמאלס וועט מען ווירקליך קענען זינגען: ליהודים הותה אורה! ווייל אידישקייט מוז זיין דרכיה דרכי נועם. די דרך התורה איז נישט מיט דרוק.

לאמיר אויסמעקן דעם עמלק אין אמת’ן זין, צו קענען געניסן פון לעכטיגקייט און גליק.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.