Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּרעכטיקע שילדערונג פֿון אַמאָליקן ייִדיש־לעבן אין ווײַטשעפּל, לאָנדאָןExcellent portrayal of once-thriving Yiddish life of Whitechapel, London

וויווי לאַקסעס איבערזעצונגען פֿון דרײַ ייִדישע שרײַבער אַנטפּלעקן די ראָלע וואָס ייִדיש האָט געשפּילט אין דער געשיכטע פֿון די ענגלישע ייִדן.

דער גורל פֿון דער ייִדישער קולטור איז געװען אַנדערש אין ענגלאַנד ווי אין אַמעריקע. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אַרײַנגענומען ייִדיש װי אַ װיכטיקער טײל פֿון זײער קולטור־ירושה, בעת אין ענגלאַנד איז ייִדיש פֿאַרבליבן אױף די ראַנדן פֿון דער קולטור–געשיכטע פֿונעם ענגלישן ייִדנטום.

אַװדאי האָט אין ניו–יאָרק געוווינט אַ גרעסערער ייִדיש–רעדנדיקער עולם אײדער אין לאָנדאָן, אָבער גאַנץ װיכטיק איז דערבײַ אױך דער אַלגעמײנער צײַטגײַסט. אין אַמעריקע איז דער אינטערעס צו די אײגענע עטנישע װאָרצלען געוואַקסן אין די 1960ער יאָרן בײַ פֿאַרשײדענע עטנישע גרופּעס, ייִדן בתוכם. די ענגלישע געזעלשאַפֿט, בפֿרט דער מיטלשטאַנד, איז אָבער מער קאָנסערװאַטיװ און האָט ניט קײן סך געדולד פֿאַר װאָסער ניט איז פֿרעמדקײט.

אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט איז לאָנדאָן געװען אַ הײם אָדער אַ מקום–מיקלט פֿאַר חשובֿע ייִדישע קולטור־פֿיגורן: איציק מאַנגער, לעאָ קעניג, אסתּר קרײַטמאַן, אַבֿרהם משה פֿוקס, שלום אַש און אַבֿרהם נחום שטענצל. דער זשורנאַליסט און איבערזעצער יוסף לעפֿטשיטש האָט געמאַכט אַ היפּשן בײַטראָג אין ברענגען די ייִדישע ליטעראַטור דעם ענגליש–שפּראַכיקן עולם, אָבער זײַן אױפֿטו פֿאַרבלײַבט װײניקער באַקאַנט און אָפּגעשאַצט אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן אַמעריקאַנער מיטצײַטלער, אױרװינג האַו.

װען אַפֿילו די גדולים פֿון דער לאָנדאָנער ייִדישער קולטור–סבֿיבֿה פֿאַרבלײַבן לרובֿ פֿאַרגעסן, װאָס קען מען זאָגן װעגן אַזעלכע װײניקער באַקאַנטע מחברים װי יהודה איתמר ליסקי, אַריה מאיר קײַזער אָדער קײטי בראַון? זײ זײַנען אַ מאָל געװען באַרימט צװישן דעם לאָנדאָנער ייִדישן עולם צוליב זײערע לעבעדיקע שילדערונגען פֿונעם פֿולבלוטיקן ייִדישן לעבן אין לאָנדאָן. און זײערע װערק זײַנען אינטערעסאַנט ניט נאָר װי היסטאָרישע גבֿיות–עדותן פֿון יענער תּקופֿה, נאָר זײ פֿאַרבלײַבן פֿריש פֿאַרן הײַנטיקן לײענער אױך.

אַ דאַנק דעם שעפֿערישן אױפֿטו פֿון װיװי לאַקס קען מען איצט הערן די שטימען פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לאָנדאָן. אין איר בוך „לאָנדאָנער ייִדיש–שטאָט‟ האָט לאַקס אויסגעקליבן עטלעכע װערק פֿון ליסקי, קײַזער און בראַון, זיי איבערגעזעצט אױף ענגליש און צוגעגעבן קורצע ביאָגראַפֿיעס און פּירושים. דאָס דאָזיקע בוך איז אַ טײל פֿון דער איבערזעצונג–פּראָגראַם פֿונעם ייִדישן ביכער–צענטער אין אַמהערסט, װאָס האָט שױן לאַנג געשטיצט אַ היפּשע צאָל שײנע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש.

„לאָנדאָנער ייִדיש–שטאָט‟ איז ממש אַן אַנטדעקונג פֿון אַ פֿאַרגעסענעם ייִדישן קולטור–צענטער, װאָס האָט געבליט צװישן די 1920ער און 1960ער יאָרן. אין די דאָזיקע דערצײלונגען שלאָגט זיך דער שטאַרקער דופֿק פֿון אַ גאַנצער קהילה, װאָס ראַנגלט זיך מיט כּלערלײ מפּלות און שװעריקײטן, בפֿרט בעת דער צװײטער װעלט–מלחמה.

אַזױ װי ניו–יאָרק, האָט לאָנדאָן אױך געהאַט אַן אײגענעם ייִדישן „שטעטל‟ — װײַטשעפּל, וואָס האָט זיך געפֿונען אינעם פּראָלעטאַרישן מזרח–טײל פֿון דער שטאָט. שלום–עליכם האָט געשאַפֿן אײנע פֿון די ערשטע אימאַזשן פֿון װײַטשעפּל אין זײַן בוך, „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟. אינעם װײכן הומאָר פֿון קײַזערס הקדמה צו דער זאַמלונג „בײַ אונדז אין װײַטשעפּל‟ הערט מען קלאָרע אָפּקלאַנגען פֿון מענדעלע און שלום–עליכם, װאָס האָבן געשאַפֿן די קלאַסישע אימאַזשן פֿונעם שטעטל אין דער ייִדישער ליטעראַטור: „ואַני – און איך, אַ. מ. קײַזער, אַלײן אַ װײַטשעפּלער פֿון קלײנװײַז אָן, האָב אונדזער װײַטשעפּל, זאָל מאַריך ימים זײַן, אָפּגעפּאָרטרעטלט: באַשריבן, הײסט עס, לױט מײַן אײגענעם נוסח און גיב עס אַרױס אין אַ באַזונדער בוך. זאָל די װעלט אָנקוקן דאָס פּנים פֿון מײַן ליבן האַרציקן װײַטשעפּל.‟

די װערק פֿון אַלע דרײַ מחברים אין לאַקסעס בוך זײַנען אײַנגעװאָרצלט אין דער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע, אָבער יעדער אײנער פֿון זײ האָט אַן אײגענעם סטיל. די דאָזיקע יחיד–בימינודיקײט מאַכט זײערע טעקסטן ספּעציעל אינטערעסאַנט. קײטי בראַון האָט זיך קונה־שם געװען צוליב אירע שאַרפֿזיניקע הומאָריסטישע שילדערונגען פֿונעם טאָג-טאָגלעכן לעבן פֿון לאָנדאָנער פּראָסטע ייִדן. אַ באַקאַנטע פֿיגור אין װײַטשעפּל, האָט זי געשריבן אין דער הקדמה צו דעם זאַמלבוך, „לאַכט אױב איר װילט!‟:

„פֿאָרשטעלן פֿאַר אײַך דאַרף איך זיך ניט, װײַל איר קענט מיך אַלע, און אױב עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע צװישן אײַך, װעלכע קענען מיך ניט פּערזענלעך, קענען זײ מיך פֿון מײַנע פֿעליעטאָנען, פֿון מײַנע טיפּן, װעלכע איך שטעל פֿאָר, און לעב זײ איבער צוזאַמען מיט אײַך, װײַל אױך איך בין פֿון אײַער משפּחה און פֿיל מיט אײַך אײַערע לײַדן און פֿרײדן.‟ דאָס דאָזיקע בוך פֿון „הומאָריסטישע סקיצן‟ איז אַרױס אין 1947, װען בראַון אַלײן האָט שױן געהאַט איבערגעלעבט מער לײַדן אײדער פֿרײדן.

בראַונס הומאָר נעמט אָן אַ סאַרקאַסטישע שאַרפֿקײט װען זי באַרירט דעם ענין פֿון פֿרױען און זײער מצבֿ אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. אין דער מעשׂה „װען אַ פֿרױ װערט אַ מענטש‟ מאַכט די דערצײלערין, אַ ייִדישע שרײַבערין, חוזק פֿון איר מאַן װאָס פֿאַרדינט ניט קײן געלט אָבער קריטיקירט זײַן פֿרױ פֿאַר איר שרײַבן. בראַון גיט אירע לײענערינס אַן עצה: „װילט איר אַז אײַער מאַן זאָל אײַך שעצן, אַכטן און ליב האָבן אמתדיק מיטן גאַנצן האַרצן… דאַן װערט אַ פּרנסה–געבערין, גיט אים די מעגלעכקײט אַרױסצוגײן מיט די הענט אין די קעשענעס, און װערן אַ בעל–צדקה, אַ כּלל–פֿאַרזאָרגער, אַ קולטור–טרעגער, אַ פּרעזידענט פֿון אַ סאָסײַעטי, אָדער אַ גבאי אין אַ שיל.‟ מיט דער צײַט איז בראַונס אײגן לעבן געװאָרן אַלץ טרױעריקער. איר מאַן, צװײ ברידער, אַ זון און אַ נאָענטער פֿרײַנד זײַנען אַלע געשטאָרבן. אײנע פֿון די לעצטע סקיצן אירע הייסט טאַקע „עס לאַכט זיך נישט מער‟.

„לאָנדאָנער ייִדיש–שטאָט‟ איז אַ פּועל–יוצא פֿון אַ גרונטיקער פֿאָרשאַרבעט פֿון דער לאָנדאָנער ייִדישער פּרעסע און פּריװאַטע אַרכיװן. לאַקס האָט אַנטפּלעקט אַ שלל מיט נײַעם און ביז גאָר װיכטיקן מאַטעריאַל װעגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לאָנדאָן. דערבײַ האָבן אירע איבערזעצונגען אָפּגעהיט דעם אײגנאַרטיקן ענגליש-ייִדישן טעם פֿון יענער תּקופֿה. די דערצײלונגען פֿון די דרײַ לאָנדאָנער ייִדישער מחברים לאָזן דעם לײענער זיך אַרײַנטאָן אין דעם סאַמע מיט פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן װײַטשעפּל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.