קיִעוו 1934: אויס פּראָווינץ, ווידער אַ הויפּטשטאָטKyiv 1934: A capital city once again
דערוויסט זיך פֿאַר וואָס די סאָוועטיש־אוקראַיִנער רעפּובליק האָט אינעם יענעם יאָר איבערגעפֿירט די הויפּטשטאָט פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו.
פֿון דער רעדאַקציע: דער אַרטיקל איז לכתּחילה אָפּגעדרוקט געוואָרן אין פֿעברואַר 2009.
מיט 88 יאָר צוריק, סוף יאַנואַר 1934, איז באַשלאָסן געוואָרן אַריבערצופֿירן די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטיש-אוקראַיִנישער רעפּובליק: פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו.
מע האָט אָנגערופֿן כּלערליי אָפֿיציעלע תּירוצים פֿאַר אַזאַ באַשלוס, וועלכן מע האָט פּראַקטיש רעאַליזירט מיט פֿינף חדשים שפּעטער, סוף יוני 1934. אָבער פֿאַקטיש האָט זיך צו יענער צײַט פֿאַרענדיקט דער „קאַראַנטין‟ פֿון קיִעוו. די שטאָט האָט מען „אויסגעהיילט‟ פֿון דעם נאַציאָנאַליזם, פֿאַרשפּרייט אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע. דעמאָלט האָט זיך קיִעוו אַסאָציִיִרט מיט אומאָפּהענגיקייט פֿון אוקראַיִנע. אין די 1930ער יאָרן, איז קיִעוו געווען וויכטיק אין דעם נײַעם אידעאָלאָגישן קלימאַט, ווען די היסטאָרישע טראַדיציעס האָט מען אָנגעהויבן אויסנוצן אין דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע.
ביז דער רעוואָלוציע זײַנען מיט כאַרקאָוו געווען פֿאַרבונדן עטלעכע עפּיזאָדן אין דער ייִדישער געשיכטע. למשל, אין דער שטאָט איז געשאַפֿן געוואָרן די פּראָטאָ-ציוניסטישע סטודענטישע גרופּע, ביל׳׳ו. אירע מיטגלידער האָבן באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין ארץ-ישׂראל און זיך באַשעפֿטיקן דאָרטן מיט ערדאַרבעט. אין יולי 1882 האָבן זיי פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דער שטאָט ראשון־לציון. אָבער אַ ריכטיקער ייִדישער צענטער איז כאַרקאָוו געוואָרן נאָר אין די 1920ער יאָרן. ווי די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע, איז כאַרקאָוו געוואָרן די באַזע פֿאַר אַ צאָל ייִדישע צײַטשריפֿטן און אינסטיטוציעס.
דאָרטן האָט מען געדרוקט די טעגלעכע צײַטונג „דער שטערן‟, ווי אויך די ליטעראַרישע זשורנאַלן „די רויטע וועלט‟ און „פּראָליט‟ (אַ פֿאַרקירצונג פֿון די ווערטער „פּראָלעטאַרישע‟ און „ליטעראַטור). עס זײַנען אויך געווען באַזונדערע ייִדישע צײַטשריפֿטן פֿאַר קינדער, יונגע לײַט, פּויערים און לערער. אין דער שטאָט האָט זיך אַנטוויקלט די ייִדישע בילדונג, סײַ אַלגעמיינע און סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע — אַ טעכנישע שול און אַ שול פֿאַר ייִדישע זשורנאַליסטן.
עס זײַנען אַרויס אַ סך ייִדישע ביכער. די ייִוואָ־ביבליאָטעק ציילט ניט ווייניקער ווי 550 פּובליקאַציעס אויף ייִדיש, געדרוקט אין כאַרקאָוו אין די יאָרן 1917—1940.
דאָס הייסט אָבער ניט, אַז אין די 1920ער יאָרן האָט קיִעוו אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו זײַן אַ צענטער פֿון ייִדישער קולטור. אין די עטלעכע יאָר פֿון אומאָפּהענגיקייט איז אין דער שטאָט פֿאַרלייגט געוואָרן אַ פֿעסטער פֿונדאַמענט פֿאַר ייִדיש. אָנהייב 1918 איז אין קיִעוו געשאַפֿן געוואָרן די „קולטור-ליגע‟. ענלעכע ליגעס האָבן זיך באַוויזן אין אַנדערע שטעט און לענדער.
דעם 15טן יולי 1921, האָט דער פֿאָרווערטס פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דער „קולטור-ליגע‟. דער זשורנאַליסט צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן, 1874—1954), וואָס איז דעמאָלט געווען אין אייראָפּע, האָט געשריבן אַז די „קולטור-ליגע‟ איז „די איינציקע קולטור-אָרגאַניזאַציע פֿון די ייִדישע אַרבעטער און פֿאָלקס-מאַסן אויף דער זײַט ים‟. קיין חידוש ניט, אַז ס׳רובֿ סאָוועטישע ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס זײַנען אויפֿגעבויט געוואָרן אויפֿן יסוד פֿון דער „קולטור-ליגע‟.
בעת כאַרקאָוו איז געוואָרן דער צענטער פֿאַר ייִדישער פֿאַרלעגערישער, ווי אויך טעאַטראַלער טעטיקייט, איז אין קיִעוו געוואַקסן דער גוף פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. דער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור האָט געאַרבעט ווי אַן אַנשטאַלט פֿון דער וויסנשאַפֿט-אַקאַדעמיע פֿון אוקראַיִנע. ניט געקוקט אויף די אידעאָלאָגישע באַגרענעצונגען פֿון אַ קאָמוניסטישן אַנשטאַלט, איז דער אינסטיטוט געווען אַ הויך-פּראָדוקטיווער צענטער פֿון ייִדישע אַקאַדעמישע כּוחות.
צווישן די אַספּיראַנטן (גראַדויִר-סטודענטן) פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט איז געווען אויך אַ גאַסט פֿון אַמעריקע: אַלכּסנדר פּאָמעראַנץ (1901—1965). אין 1933—1935 האָט ער, אַ מיטגליד פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, געוווינט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. זײַן דיסערטאַציע האָט ער אָנגעשריבן וועגן די ייִדישע שרײַבער, וואָס זײַנען געווען טעטיק אין דער סבֿיבֿה פֿון די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן. אין 1950 האָט ער פֿאַרלאָזט די פּאַרטיי און געוואָרן אַ ביטערער קריטיקער פֿון קאָמוניזם.
סוף 1930ער יאָרן און, באַזונדערס, נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, האָט קיִעוו שוין ניט געהאַט די אַמאָליקע אינפֿראַסטרוקטור פֿון ייִדישן קולטור-לעבן. קיין ייִדישע לערן-אינסטיטוציעס זײַנען אין דער שטאָט שוין ניט געווען. דעם ייִדישן טעאַטער האָט מען ניט דערלויבט זיך אומצוקערן קיין קיִעוו פֿון עוואַקואַציע. מע האָט אים פֿאַקטיש פֿאַרשיקט אין טשערנאָוויץ. ווי אַ פּועל-יוצא, איז פֿון אַ הויפּשטאָטישן טעאַטער געוואָרן אַ פּראָווינציעלע טרופּע.
דער אַקאַדעמישער צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור האָט פֿאַרלוירן דעם סטאַטוס פֿון אַן אינסטיטוט און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ „קאַבינעט‟. דער אונטערשייד צווישן אָט די צוויי סטאַטוטן איז אַן ערך אַזאַ ווי דער אונטערשייד צווישן אַ באַזודער הויז און אַ סטודיע-דירה. אין די 1930ער יאָרן, בעת די סטאַליניסטישע רייניקונגען, האָט די קיִעווער ייִדישע אינטעלעקטועלע סבֿיבֿה פֿאַרלוירן אייניקע פֿון אירע מיטגלידער. אַ צאָל ליטעראַטן זײַנען אומגעקומען בעת דער מלחמה. און דאָך, אָנהייב 1949, האָט די ייִדישע סעקציע בײַם שרײַבער-פֿאַראיין פֿון אוקראַיִנע געהאַט 26 מיטגלידער.
צו יענער צײַט, זינט דעם 16טן סעפּטעמבער 1948, איז שוין געווען אין תּפֿיסה די צענטראַלע פֿיגור פֿונעם קיִעווער ייִדישן ליטעראַרישן לעבן — דער דיכטער דוד האָפֿשטיין. אים וועט מען דערשיסן דעם 12טן אויסגוסט 1952, צוזאַמען מיט אַ גרופּע אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אַ צאָל שרײַבער וועט מען אַרעסטירן אין די קומענדיקע דרײַ יאָר. אַלעמען האָט מען באַשולדיקט אין נאַציאָנאַליזם. און די רעשטלעך פֿון דער ייִדישער אינפֿראַסטרוקטור האָט מען פֿאַרמאַכט און שוין קיין מאָל ניט ווידער אויפֿגעשטעלט. די ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן איבערגעלעבט די סטאַליניסטישע גזירות, האָבן נאָך 1961 געדרוקט זייערע ווערק אין דעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.
הײַנט זײַנען אין קיִעוו בכלל ניטאָ קיין קולטור-טעטיקייט אויף ייִדיש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor