Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„גאָט פֿון נקמה‟ עמיגרירט קיין בוענאָס-אײַרעס“The God of Vengeance” emigrates to Buenos Aires

דאָ ווערט יאַנקל טשאַפּטשאָוויטש אַ פֿירער פֿון דער אַרגענטינער באַנדע, וואָס האָט געצוווּנגען ייִדישע מיידלעך צו ווערן פּראָסטיטוטקעס.

טשאַרלי ראַפּאַפּאָרט, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר פֿון אַרגענטינע, איז געווען פֿאַרנומען אין אַ רעקלאַמע-פּראָיעקט אין דער אורוגווײַער הויפּטשטאָט מאָנטעווידעאָ מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, ווען דער טעאַטער-רעזשיסער דניאל טעוועלעס האָט אים געשיקט זײַן שפּאַנישע באַאַרבעטונג פֿון שלום אַשעס באַוווּסטער דראַמע „גאָט פֿון נקמה‟.

טשאַרלי האָט פֿריִער ניט געהערט וועגן שלום אַש. דעם אמת געזאָגט, איז דאָס געווען די ערשטע ייִדישע דראַמע, וואָס ער האָט אַ מאָל געלייענט פֿון אָנהייב ביזן סוף. „מײַן טעאַטראַלער ‘אני-מאמין’ איז, אַז מע מוז שאָקירן, אויפֿטרייסלען דאָס פּובליקום, אַנדערש איז קיין טעם נישטאָ אינעם טעאַטער,‟ זאָגט ער צו מיר אין אַ טיפּישן בוענאָס-אײַרעסער קאַווע-הויז אין וויזשאַ-קרעספּאָ. „נאָר אָט די דראַמע האָט מיך אַליין שאָקירט, כ’האָב זי איבערגעלייענט מיט איין אָטעם און כּמעט געוויינט.‟ דעמאָלט האָט טשאַרלי פֿעסט באַשלאָסן, אַז ער פֿאָרט אַהיים צו שפּילן די הויפּט-ראָלע פֿון יאַנקל טשאַפּטשאָוויטש.

דערווײַל האָט דער רעזשיסער דניאל טעוועלעס צונויפֿגעזאַמלט אַ קליינע טרופּע אַקטיאָרן פֿון פֿאַרשיידענע טעאַטערס, אײַנגעלאַדן די ייִדיש-לערערקע נחמה ברד (וואָס האָט שוין פֿריִער איבערגעזעצט פֿאַר אים די אָריגינעלע דראַמע אויף שפּאַניש), זי זאָל אַרײַנקלאַפּן אין זיי אַ ביסל ייִדיש, און דער גאַנצער פּראָיעקט האָט זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. די טרופּע איז געוואָרן ממש פֿאַרכאַפּט אי מיט אַשעס דראַמע, אי מיט טעוועלעסעס באַאַרבעטונג, וואָס האָט אַריבערגעפֿירט די מעשׂה קיין… אַרגענטינע.

„עס איז נישט געווען סתּם אַ קאַפּריז, נאָר אַ פּרינציפּיעלע זאַך פֿאַר מיר,‟ דערקלערט טעוועלעס, אַ געוועזענער קינדער-דאָקטער, מיט אַ סך התלהבֿות. ער האַלט, אַז די מענטשן דאַרפֿן וויסן פֿון דער פֿאַרברעכערישער טעטיקייט פֿון דער אַזוי גערופֿענער ייִדישער מאַפֿיע „צבֿי מיגדל‟, וואָס האָט געהאַנדלט דאָ מיט פֿרויען אין משך פֿון צענדליקער יאָרן, און אויך וועגן דעם ערשטן פּאָגראָם קעגן ייִדן אין לאַטײַן־אַמעריקע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין בוענאָס-אײַרעס אין 1919, און וועגן דעם אײַנגעוואָרצלטן אַנטיסעמיטיזם אין אַרגענטינע, וואָס עקזיסטירט אויף פֿאַרשיידענע ניוואָען ביז הײַנט צו טאָג.

„אָט צוליב דעם האָב איך געמאַכט דעם שידוך צווישן יאַנקל און ‘צבֿי מיגדל’, כאָטש דער אָ נאָמען ווערט ניט דערמאָנט אין דער פֿאָרשטעלונג,‟ זאָגט טעוועלעס. „און צוליב דעם האָב איך צונויפֿגעפֿירט יאַנקל מיט דעם בוענאָס-אײַרעסער קאָרומפּירטן מעיאָר, וואָס דערנידעריקט אים אויפֿן הינטערפֿאָן פֿונעם גרויסן קאַטוילישן צלם.‟

די נײַע ווערסיע פֿון „גאָט פֿון נקמה‟, וואָס הייסט „דאָגמאַ‟, שפּילט איצט אינעם טעאַטער „מולטיסצענע‟ אין בוענאָס-אײַרעס, מיט אָט אַזאַ סיפּור־המעשׂה:

יאַנקל דער אונטערוועלטניק אַנטלויפֿט מיט זײַן פֿרוי שׂרה קיין אַרגענטינע. ווי מע קען שוין טרעפֿן, פֿירט ער אינעם נײַעם לאַנד ווײַטער זײַן שענדלעכן עסק. אייגנטלעך, ווערט ער איינער פֿון די אָנפֿירערס פֿון „צבֿי מיגדל‟, מיט דער צבֿיעותדיקער ברכה פֿונעם בוענאָס-אײַרעסער מעיאָר, וואָס באַקומט פֿון אים כּסדר דאָס פּראָטעקציע-געלט און האָט אויך אַ ביסל הנאה פֿון דער „סחורה‟. לויט טעוועלעס, איז אָט דער חידוש גאָר וויכטיק: דער מעיאָר איז אַ פֿאַרברענטער אַנטיסעמיט, און אַליין פֿאַרשטייט ער נישט די גאַנצע טיפֿקייט פֿון זײַן אַנטיסעמיטיזם.

יאַנקל טשאַפּטשאָוויטש (געשפּילט פֿון טשאַרלי ראַפּאַפּאָרט) אין אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג, „דאָגמאַ‟

די-אָ באַציִונג צו ייִדן דערפֿירט צום סוף צו דעם, אַז יאַנקל ווערט דערהרגעט אינעם פּאָגראָם פֿונעם 1919טן יאָר. מע דערוויסט זיך דערפֿון פֿון יאַנקלס טאָכטער רבֿקהלע, די זעלבע יונגע שיינע רבֿקהלע, וואָס אַרום איר דרייט זיך אַשעס אָריגינעלע דראַמע. אין טעוועלעס-ווערסיע, דערלעבט רבֿקהלע אַ טיפֿע עלטער און דערציילט די גאַנצע מעשׂה פֿון דער ערשטער האַנט. די אַלטע רבֿקהלע באַווײַזט זיך לעבן רבֿקהלע דער יונגער ווי אַ געטרײַע מעמואַריסטקע פֿון יענע ווײַטע געשעענישן, אין וועלכע אירע עלטערן האָבן געלעבט און געענדיקט זייער לעבן.

ווי ס’איז שוין געזאָגט געוואָרן, איז יאַנקל געפֿאַלן בעת דער טרויעריק באַרימטער אַרגענטינער „טראַגישער וואָך‟ פֿון 1919, ווען די אַנאַרכיסטישע שטרײַקן האָבן פאַרכאַפּט די שטאָט, און די רעגירונג, מיט דער הילף פֿון דער אַרמיי-פּאָליציי און אַנדערע פֿרײַוויליקע „מיטהעלפֿער‟, האָט זיי בלוטיק געפּרעסט און פֿאַרטשעפּעט אויך די ייִדישע עמיגראַנטן, וועלכע מע האָט גערופֿן „רוסן‟ און חושד געווען אין אַנאַרכיזם און באָלשעוויזם. כּדי אַרײַנצוברענגען די דעמאָלטדיקע אויפֿשטענדלערישע שטימונג, ציטירט רבֿקהלע שפּאַנישע לידער פֿון כאָרכע לויִס באָרכעס, פּאַבלאָ נערודאַ און אַלפֿאָנסינאַ סטאָרני („סטאָרני — מע טאָר ניט‟, רופֿט זיך אָפּ די נישט-געבילדעטע מוטער שׂרה). פֿון רבֿקהלע דער אַלטער דערוויסט זיך דער צוקוקער אויך וועגן דעם גורל פֿון איר מאַמען: נאָך יאַנקלס טויט האָט שׂרה זיך אומגעקערט קיין פּוילן, וואָס איז שפּעטער אונטערגעפֿאַלן אונטער היטלערס מערדערישער מאַכט.

לויט טעוועלעסעס פֿאַרטראַכט, ווערט דער איבערגאַנג אינעם סיפּור-המעשׂה פֿון איין מדינה צו דער צווייטער אָפּגעצייכנט מיטן איבערגאַנג פֿון איין שפּראַך צו אַן אַנדערער: אין אָנהייב ריידן אַלע העלדן ייִדיש, אָבער אויפֿן נײַעם אָרט גייען זיי אַריבער אויף שפּאַניש, באַווירצט מיט ייִדישע ווערטער דאָ און דאָרטן. בײַ טעוועלעס איז דאָס געוואָרן אַ נאָסטאַלגישער טריבוט צו זײַן אייגענער משפּחה, וואָס האָט עמיגרירט קיין אַרגענטינע פֿון רוסלאַנד און זיך באַזעצט אין די ייִדישע קאָלאָניעס פֿונעם באַראָן הירש.

די ייִדיש-לערערקע נחמה ברד האָט אַרײַנגעלייגט אַ סך מי, כּדי דאָס ייִדיש־לשון פֿון די אַקטיאָרן זאָל קלינגען נאַטירלעך. שפּעטער האָט איר פֿונקציע איבערגענומען טשאַרלי ראַפּאַפּאָרט, וואָס האָט זיך וווּנדערלעך גרינג אַרײַנגעשריבן אין די ייִדיש-אינטאָנאַציעס. ווי איינער פֿונעם צווייטן דור ייִדן געבוירענע אין בוענאָס-אײַרעס, האָט ראַפּאַפּאָרט טאַקע געהערט ייִדיש אין דער היים, איבערהויפּט פֿון דער רוסלאַנד-געבוירענער באָבען, אָבער קיין מאָל נישט געפּרוווּט רעדן ייִדיש. און אָט איז דאָס ביסל ייִדיש בעת די רעפּעטיציעס אויפֿגעשוווּמען אין אים, און דווקא אין גאָר אַ זאַפֿטיקן אַרויסרעד, וואָס באַשאַפֿט אי די נייטיקע אַטמאָספֿער אויף דער בינע, אי מער אַפּעטיט בײַ טשאַרלי גופֿא צו באַשעפֿטיקן זיך מיט דער שפּראַך פֿון זײַן משפּחה און זײַן שבֿט. „דעם ניגון פֿון ייִדיש קען איך שוין גאַנץ גוט — לאַכט ער גוטמוטיק — ס’איז נאָר געבליבן אָנזאַמלען די ווערטער.‟ „דאָגמע‟ לויפֿט שוין דאָס דריטע יאָר, מיט אַ לאַנגן איבעררײַס צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס, וואָס האָט אָפּגעשטעלט דאָס פֿולבלוטיקע קינסטלערישע לעבן אין לאַנד אויף כּמעט צוויי יאָר. איצט האָט זיך די פֿאָרשטעלונג ווידער געעפֿנט אין טעאַטער, דווקא אַרום דער צײַט פֿון דעם נאַציאָנאַלן „זיכּרון-טאָג פֿון אמת און גערעכטיקייט‟ ווען די בוענאָס-אײַרעסער גאַסן ווערן פֿאַרפֿלייצט מיט פֿילפֿאַרביקע מאַרשירנדיקע קאָלאָנעס דעמאָנסטראַנטן, וועלכע דערמאָנען דעם פּובליקום וועגן די פֿינצטערע בלעטלעך אין דער אַרגענטינער געשיכטע. צום באַדויערן, פֿעלן דאָ נישט אַזעלכע בלעטלעך…

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.