ווען דער שׂונא איז אויך דײַן ברודערWhen the enemy is your brother
די מלחמה דערמאָנט אין אַבֿרהם רייזענס דערציילונג וועגן אַ ייִד וואָס זאָרגט זיך אַז געווער וואָס ער העלפֿט שאַפֿן קאָן שיסן זײַן אייגענעם ברודער.
װען די מלחמה האָט זיך אָנגעהױבן און איך האָב אַ קלער געטאָן װיפֿל מענטשן איך קען — דער עיקר ייִדיש־סטודענטן מײַנע, הײַנטיקע און געװעזענע, װאָס װױנען אָדער אין אוקראַיִנע אָדער אין רוסלאַנד — איז מיר געקומען אױפֿן זינען אַבֿרהם רײזענס אַ דערצײלונג „דעם ברודערס קױלן“ װאָס איז געדרוקט געװאָרן אין 1917, אין סאַמע ברען פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה.
די דערצײלונג הײבט זיך אָן מיט טיפּישער ׳רײזענישער׳ איראָניע: „קײן מאָל איז נאָך דײװידסאָנען ניט אָנגעקומען אַזױ גרינג צו באַקומען אַרבעט אין אַמעריקע װי דאָס מאָל. אַרײַן אין דעם אָפֿיס פֿון דער גרױסער אַמינוציאָנס-פֿעקטאָרי“ און גלײַך באַקומען אַרבעט. ווען מע האָט אים געפֿרעגט װוּ ער איז געבוירן געװאָרן האָט ער געענטפֿערט אַז ער איז שױן אַן אַמעריקאַנער „סיטיזען“ און געצײַגט די פּאַפּירן. כּמעט װי אַ זײַטיקער ענין גיט דער נאַראַטאָר צו אַז „עס האָט קענטיק אַ ביסל געשטערט, װאָס ער שטאַמט פֿון אַ שטעטל אין גאַליציען“ אָבער ער האָט פֿאָרט באַקומען די אַרבעט. דער לייענער פֿאַרשטייט שוין אַז דער זײַטיקער ענין וועט באַלד ווערן דער צענטראַלער ענין.
דער נאַראַטאָר דערצײלט װי די שטאָט אױסער ניו־יאָרק װוּ די פֿעקטאָרי האָט זיך געפֿונען איז זיך צעװאָקסן פֿון װאָך צו װאָך. „אַ דאַנק די אַמוניציאָנס־פֿעקטאָריס, װאָס האָבן אױסגעאַרבעט אַלע טאָג טױזנטער געצײַג פֿאַרן טױט איז די שטאָט אַלץ לעבעדיקער געװאָרן“. צו ערשט האָט דײװידסאָן נאָר געקענט טראַכטן װעגן דער פּראָספּעריטעט װאָס די פֿעקטאָרי ברענגט דעם שטעטל און זײַן אײגן מזל אין געפֿינען אַזאַ גוטן פּאָסטן. „מאַנכעס מאָל האָט ער גאָר פֿאַרגעסן, אַז די דאָזיקע קױלן דינען פֿאַר דעם צו לעכערן מענטשלעכע קעפּ און הערצער, און אַװעקלײגן אַ לעבעדיקן יונגן־מאַן אױף טױט“. ד״ה ער האָט קײן סך ניט געטראַכט װעגן דעם ביז ער האָט באַקומען אַ בריװ פֿון דער הײם, װוּ מען האָט אים מודיע געווען, אַז זײַן ייִנגערער ברודער איז אַװעק אין קריג, און פֿון דעמאָלט אָן װען ער האָט געקוקט אױף אָדער געהאַלטן אַ קױל האָט ער „זיך איבערצײַגט, אַז אָט די קויל װעט זיכער טרעפֿן דעם ברודער“.
רײזענס לײענערס האָט מען ניט געדאַרפֿט לײגן אַ פֿינגער אין מױל אַרײַן און דערקלערן אַז אַמעריקע און גאַליציע (עסטרײַך־אונגערן) האָבן געקעמפֿט אױף קעגנדיקע צדדים, אַמעריקע פֿאַר די אַליִיִרטע און עסטרײַך־אונגערן פֿאַר די צענטראַלע כּוחות. נאָך דעם בריוו האָט דײװידסאָן גענומען באַהאַלטן געװיסע קױלן אין טאַש זײַנעם און מיט יעדן באַהאַלטענעם קױל האָט ער „דערפֿילט, אַז ער האָט געראַטעװעט זײַן ברודער פֿון אַ זיכערן טױט.“ „שפּעטער אָבער האָט ער שױן ניט געקענט אױף זיכער אונטערשידן װעלכע קױל װעט יאָ טרעפֿן דעם ברודער און װעלכע ניט — און ער האָט געמוזט אױסכאַפּן צו צװײ צו דרײַ מיט אַ מאָל“. עס גײט אַזױ אָן ביז װאַנען דער פֿאָרמאַן זעט װאָס ער טוט און פֿרעגט אים: „צו װאָס גנבֿעט איר די קױלן?“… און ער נעמט בײַ אים צו די קױלן און שיט זײ צוריק אַרײַן אין קאַסטן.
צוליב אָט דער ביטערער אײַנזעונג איז דייווידסאָן נאָך דער אַרבעט אַרײַן אין אַ שענק און אױסגעטרונקען דרײַ גלעזלעך ברענדי, אָבער די דרײַ גלעזלעך האָבן ניט געהאָלפֿן. ער לױפֿט צוריק אין פֿעקטאָרי און דאָ האָבן אים דעטעקטיװס שױן פֿאַרשטעלט דעם װעג און פֿרעגן אים װוּהין ער גײט. „איך האָב דאָ געלאָזן מײַן ברודערס קױלן — שרײַט ער אױס — לאָזט מיך אַרײַן! איך מוז ראַטעװען מײַן ברודער!“ װען דער פּאָליסמאַן פֿרעגט אים אױב ער האָט געװאָלט די פֿעקטאָרי אױפֿרײַסן, ענטפֿערט דײװידסאָן אַז ניט, „איך האָב נאָר געװאָלט מײַן ברודערס קױלן אַרױסבאַקומען. איך האָב זײ אַלײן געמאַכט פֿאַרן ברודער.“. „און דײװידסאָן האָט זיך צעלאַכט מיט יענעם געלעכטער, מיט װעלכן עס לאַכן אַלע די יעניקע, װעמעס הערצער עס פֿרעסט אַ שװערע חרטה“ — די שװערע חרטה פֿון װיסן אַז ער איז ניט־ווילנדיק אַ שותּף אין דעם מעגלעכן אומקום פֿון זײַן אײגענעם ברודער.
צוליב כּמה טעמים האָב איך זיך דערמאָנט אין דער דערציילונג ווען די מלחמה האָט אויסגעבראָכן. רוסלאַנד און אוקראַיִנע זײַנען דאָך אַזױ נאָענט אויף אַזוי פֿיל אופֿנים. אַזױ פֿיל מענטשן אין אײן לאַנד האָבן משפּחה און פֿרײַנד אין דעם צווײטן און מוזן איצט מלחמה האַלטן מיט זײערע נאָענטע און אַפֿילו נעמען אַ ביקס אין האַנט קעגן דעם אײגענעם ברודער. מיר דאָ אין אַמעריקע זײַנען רעלאַטיװ װײַט פֿון דעם אַלעם אָבער דאָך פֿיל איך זיך זײער נאָענט צו דער מלחמה. פּונקט ווי דײװידסאָן וואָס האָט לכתּחילה ניט געטראַכט וועגן די מענטשלעכע קרבנות וואָס ווערן געשעדיקט פֿון זײַנע קוילן פֿלעג איך לייענען יעדן טאָג אין דער נײַעס וועגן שרעקלעכע זאַכן וואָס קומען פֿאָר ערגעץ אויף דער וועלט: מאָרדן, הונגער, אַפֿילו מלחמות, אָבער זיי האָבן מיך ניט אָנגערירט פּערזענלעך, אַזוי ווי די טראַגעדיע וואָס שפּילט זיך איצט אויס אין אוקראַיִנע און אין רוסלאַנד. איך האָב פֿאַרברענגט צײַט אין ביידע לענדער און בין געװען דרײַ מאָל אין אוקראַיִנע.
ס׳איז אָבער מער װי דאָס: װי אַ לײענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור קלינגען מיר די אַלע נעמען פֿון ערטער וואָס מע הערט אויף די נײַעס אַזױ באַקאַנט. אַפֿילו קיִעװ װאָס מע דאַרף הײַנט אָנרופֿן „קיװ“ (אױפֿן אוקראַיִנישן שטײגער) האָט מען אױף ייִדיש שױן לאַנג אַרויסגערעדט „קיװ“. די שטאָט מיקעלײַעװ וווּ 12 מענטשן זײַנען לעצטנס דערהרגעט געוואָרן דורך אַן אַטאַק אויף אַ מלוכה־בנין איז דאָך דאָס „שטעטל ניקאָלײַעוו“ פֿון אַ באַרימט ליד מיטן זעלבן נאָמען. און די שטאָט איוואַנאַ־פֿראַנקיווסק, וווּ מע האָט מיט 3 וואָכן צוריק באָמבאַרדירט אַ לופֿטפֿעלד, איז דאָך סטאַניסלע — אַ שטאָט וואָס פֿיגורירט אין מלך ראַוויטשעס „דאָס מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן“, איינס פֿון מײַנע באַליבטסטע ביכער און אַ ווערק וואָס איך לייען אָפֿט מיט מײַנע סטודענטן. מע הערט אַ נאָמען פֿון אַ שטאָט אָדער שטעטל, אַ נאָמען וואָס וואָלט דעם געוויינטלעכן אַמעריקאַנער געווען אומבאַקאַנט, אָבער אונדז ייִדיש־קענער דערמאָנט עס אין אַ חסידישן רבין אָדער אַ ייִדישן שרײַבער.
אַ דאַנק מײַנע איצטיקע און פֿריִערדיקע סטודענטן פֿון אוקראַיִנע קען איך איצט הערן פֿון דער ערשטער האַנט וואָס עס טוט זיך אין אוקראַיִנע גופֿא. אין איינעם פֿון מײַנע זום־קלאַסן איז אַ סטודענטקע פֿון קיִעוו געקומען אויף דער ערשטער לעקציע וואָס איז פֿאָרגעקומען איידער די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, אָבער פּונקט פֿאַר דער צווייטער לעקציע האָט זי מיר געשריבן אַז זי קען, צום באַדויערן, ניט קומען אָבער זי וועט זיך צוהערן צו דער רעקאָרדירונג. ביז דער דריטער לעקציע האָט די מלחמה שוין געהאַט אויסגעבראָכן און מיר האָבן זי אַ גאַנצע וואָך ניט געזען אין קלאַס. איך האָב איר געשריבן און נאָך אַ ביסל מער ווי אַ וואָך האָט זי צוריקגעשריבן און זיך אַנטשולדיקט וואָס זי איז פֿריִער ניט געווען אין קאָנטאַקט! (אַוודאי האָט זי וויכטיקערע זאַכן צו טאָן ווי צו ענטפֿערן אויף מײַן בליצבריוו.)
דערנאָך האָט זי יאָ באַוויזן צו קומען אויף דער לעקציע און זי האָט מסכּים געווען אַז די סטודענטן זאָלן זי פֿרעגן פֿראַגעס. „איך פֿאַרשטיי“, האָט זי מיר געשריבן, „מענטשן ווילן וויסן“. פֿאַרשטייט זיך, מיר האָבן זיך צוגעהערט מיט פֿאַרכאַפּטן אָטעם. ווען מיר האָבן געפֿרעגט ווי מיר קענען העלפֿן, כאָטש ס’איז קלאָר געווען אַז מיר קענען טאָן זייער ווייניק צו בײַטן דעם אַלגעמיינעם מצבֿ, האָט זי פֿירגעלייגט אַז מע זאָל שיקן מעדיקאַמענטן. יענעם טאָג, האָט זי דערציילט, איז זי געשטאַנען אין פֿאַרשיידענע רייען אַ 4 שעה לאַנג כּדי צו קריגן מעדיקאַמענטן פֿאַר עלטערע לײַט און ניט אַלע מאָל באַוויזן צו קריגן דאָס וואָס מע האָט געדאַרפֿט.
דעמאָלט האָט זי זיך נאָך געפֿילט זיכער אין קיִעוו. מיר האָבן אַלע געציטערט פֿאַר איר. די ווערטער, „זאָל זי גאָט אָפּהיטן“ זײַנען געקומען אויף מײַנע ליפּן, ליפּן וואָס רעדן אָפֿט ניט אַרויס אַזעלכע ווערטער. אמת, אין לעבן קען מען קיין מאָל ניט וויסן וואָס עס וועט געשען אָבער די זאָרג אַז פֿון איין לעקציע ביז דער צווייטער זאָל אַ סטודענט ניט קומען אין קלאַס ווײַל זי איז חלילה דערהרגעט געוואָרן אין אַ מלחמה איז בײַ מיר אַ נײַע זאַך, און דערגייט טיף אין האַרצן אַרײַן. צום סוף איז זי אַרויס פֿון אוקראַיִנע דורך גאַגאַוזיע אין מאָלדאָווע און געפֿינט זיך איצט אין בערלין פֿון וואַנען זי וועט האָפֿנטלעך ווידער קענען קומען אין קלאַס.
איך טראַכט אויך אַ סך וועגן די באַקאַנטע אין רוסלאַנד און דאָ זע איך אַפֿילו מער דאָס מענטשלעכע פּנים פֿון מלחמה. איבעריק צו פֿרעגן בײַ קאָלעגן און געוועזענע ייִדיש־סטודענטן אויב זיי שטיצן די מלחמה, איך בין זיכער אַז ניט. טאַקע דערפֿאַר פֿיל איך זיך ווי רייזענס דייווידסאָן. דער שׂונא קען זײַן אַ נאָענטער מענטש, האָבן אַפֿילו דעם זעלבן וועלטבאַנעם ווי איך, נאָר דער גורל האָט אים געשטעלט אויף דער צווייטער זײַט און געמאַכט פֿון אים אַ שׂונא. ניט לאַנג נאָך דעם אויסבראָך פֿון דער מלחמה האָב איך געשריבן אַ געוועזענער סטודענטקע פֿון פּעטערבורג זיך צו דערוויסן וואָס זי מאַכט. אַזוי האָט זי מיר געענטפֿערט:
„טײַערע שבֿע, אַ דאַנק פֿאַרן זײַן אין קאָנטאַקט — ס’איז אפֿשר שװער צו גלײבן אָבער ס’איז זײער װיכטיק צו װיסן אַז מענטשן איבער דער װעלט מאַכן אונדז ניט אַװעק מיט דער האַנט װי מיליטאַנטישע מנוּװלים (און אמת, חבֿרים טוען דאָס ניט און זײ פֿאַרבינדן זיך און זאָגן אונדז אַזױ, אָבער די אַלגעמײנע באַציִונג איז לחלוטין ניט זײער פֿרײַנדלעך). מיר זײַנען נישט קיין מיליטאַנטישע מנוּװלים — און אין אונדזער סבֿיבֿה, אַרײַנגערעכנט (און בפֿרט) דער ייִדישער, זײַנען די געפֿילן לגבי דעם װאָס סע קומט פֿאָר אײנשטימיק. ס’איז אפֿשר אַ חידוש וואָס דער טאָגטעגלעכער טייל פֿון לעבן איז נאָך אַלץ גאַנץ נאָרמאַל, מע פֿילט ניט קיין שפּאַנונג און פֿײַנטלעכקייט אין די גאַסן. אַדרבא, פֿאַרקערט, מענטשן זײַנען מער פֿרײַנדלעך ווי געוויינטלעך (ניט געקוקט אויף זייערע פּאָליטישע מיינונגען וואָס זיי זאָגן ניט אַרויס, אָבער זיי קענען זײַן אַנדערש.)
אמת, מעקדאָנאַלדס איז פֿאַרמאַכט געוואָרן, ניט וואָס עס פֿעלט מיר אויס, נאָר מער ווי 200,000 מענטשן וועלן בלײַבן אָן פּרנסה. די עקאָנאָמיע וועט זיך זיכער אײַנברעכן. אױב אָבער דער אײַנבראָך װעט העלפֿן אָפּצושטעלן די מלחמה־אַקציעס קענען מיר לעבן דערמיט און צוריקגײן צו פֿלאַנצן בולבעס און קאָכן רײַז — אונדזער דור האָט זיך אײַנגעשאַפֿן די נײטיקע געניטקײטן אין די 1990ער יאָרן. און װען מע טראַכט װעגן דעם לײַדן פֿון די מענטשן אין אוקראַיִנע, פֿאַרגעסט מען אױף אַ װײַלע אַז דײַן טעפּל קאַװע איז טײַערער װי פֿריִער און אַז דו קענסט ניט ניצן דײַן אײַ-פֿאָן צו באַצאָלן דערפֿאַר. הלוואַי וועט דאָס קעמפֿן אױפֿהערן און מענטשן וועלן אױפֿהערן צו שטאַרבן. אױף בײדע זײַטן. אַז דאָס וועט געשען וועל איך מיט גרויס פֿרייד אָנהייבן פֿאַרזעצן קאַרטאָפֿליעס אין מײַן גאָרטן און זיך צוקוקן מיט מײַן געוויינטלעכן חוש פֿון הומאָר צו דעם וואָס אונדזער אידיאָטישע רעגירונג קען אויסטראַכטן צו מאַכן דעם מצבֿ דאָ אין לאַנד אַפֿילו מער אַבסורד“.
ווען איך האָב זי געפֿרעגט צי זי פֿילט זיך זיכער האָט זי געענטפֿערט, „יאָ און ניין. גאָרניט קיין שלעכטס איז מיר אָדער מײַנע נאָענטע חבֿרים ניט געשען. אָבער כּמעט אַלץ וואָס מע זאָגט אָפֿנהאַרציק קען ווערן געניצט קעגן דיר (אַזוי ווי שרײַבן צו דיר און זאָגן בפֿירוש אַז אַ מלחמה איז אַ מלחמה…) אָבער מיר קענען זיך ניט באַקלאָגן, מע וואַרפֿט ניט קיין באָמבעס אויף אונדז. אַ מאָל הייסט דאָס פֿילן זיך זיכער זיך שעמען מיט דער אייגענער זיכערקייט“.
איז טאָמער מיינט מען אַז דער שׂונא איז דער שׂונא און אַז אַלע יוונים האָבן איין פּנים איז דאָס ניט אמת. דער שׂונא קען זײַן אַ באַקאַנטער, אַ טײַערער פֿרײַנד אָדער אַפֿילו אַן אייגענער ברודער. ווען איך וואָלט געווען אויף דייווידסאָנס אָרט וואָלט איך געגנבֿעט וואָס מער קוילן, זיי זאָלן ניט טרעפֿן אין ברודער אַרײַן. איך וואָלט אַפֿילו, ווי דער פּאָליסמאַן האָט חושד געווען דייווידסאָנען, אויפֿגעריסן די גאַנצע אַמינוציאָנס-פֿעקטאָרי.
––––––––––––––––
די דערציילונג „דעם ברודערס קױלן“ געפֿינט זיך אין „אַלע ווערק פֿון אַברהם רייזען“, 10טער באַנד: „די אָפּשפּיגלונג“, פֿאַרלאַג אידיש (1917), נ”י, זז’ 67־73.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor