מײַן קינד, דו ביסט אַ פֿליכטלינג (אַ ליד)“My Child, You Are a Refugee” (a poem)
דאָס ליד וואָס ש. ל. שנײַדערמאַן האָט געשריבן אין 1942 פּאַסט צו דער איצטיקער שטימונג אין אוקראַיִנע.

Image by Getty Images
פֿון דער רעדאַקציע:
אין 1942 האָט דער לאַנגיאָריקער פֿאָרווערטס־שרײַבער ש. ל. שנײַדערמאַן געשאַפֿן דאָס ווײַטערדיקע ליד פֿאַר זײַן פֿיר־יאָריק טעכטערל — אַ ליד וואָס פּאַסט צו דער איצטיקער שטימונג אין אוקראַיִנע.
דאָס ליד איז לעצטנס צוגעשיקט געוואָרן צו דער פֿאָרווערטס־רעדאַקציע דורך ד״ר נענסי סינקאָף, פּראָפֿעסאָרשע פֿון יודאַיִסטיק בײַם ראָטגערס־אוניווערסיטעט, אין איינעם מיט איר אינטערעסאַנטן אַרטיקל (אויף ענגליש) וועגן דעם ליד און וועגן שנײַדערמאַן גופֿא. צו לייענען יענעם אַרטיקל גיט אַ קוועטש דאָ.
מײַן קינד, דו ביסט אַ פֿליכטלינג
שליס די מוזיק, מײַן קינד,
צו רויִק און טרוימעריש זענען איצט
די קלאַװיר־סאָנאַטעס פֿון בעטהאָװען;
דער אייראָפּעיִשער צעלזיוס־טערמאָמעטער װײַזט מיר 38.5,
אָבער כ’פֿיבער נישט — ס’איז נישט פּאַריז און נישט די סען.
ס’איז ניו־יאָרק בײַם האָדסאָן אין דער נאַכט,
װאַגנער־סטאַקאַטאַס שפּילן די אַװיאָנען,
עס איז אַן אימהדיק לופֿט־אַלאַרעם־ליד
און איך קען שוין אויסנװייניק די נאָטן —
פֿון װאַרשע, פּאַריז און מאַדריד.
לעש אויס דאָס ליכט,
צװישן די שטערן לויערט דער שׂונא.
קום נענטער און זעץ זיך אויף מײַן בעט —
איך בין נישט דער איינציקער קראַנקער, װאָס דאַרף רעטונג
אין דער װעלטס אומענדלעכן לאַזאַרעט.
און איצט, מײַן קינד, איז צײַט
דיר צו דערציילן דײַן אייגענע געשיכטע:
ביסט געבוירן אין פּאַריז, אין אַ געסל בײַם פּאַנטעאָן
און אין טאָג פֿון דײַן געבורט איז דער טאַטע, דער רעפּאָרטער,
געקומען צו פֿליִען פֿון באָמבאַרדירטן באַרצעלאָן.
איך האָב געװיינט,
װען עס האָט צום ערשטן מאָל פֿון דײַנע אויגן,
אַ בלאָ־געטאָן אויף מיר אַזוי העל —
איך האָב דאַן געטראַכט װעגן די שפּאַנישע קינדער
אין די שוצקעלערס פֿון גוערניקאַ און טערועל.
ס’האָט דײַן טאַטע, װי אַ נאַר
פֿאָרויסגעזאָגט און געװאָרנט:
ס’װעט שפּאַניעס קריג דערגרייכן צו אײַער אַלעמענס שװעלן
און ס’װעלן אויך די קינדער פֿון פּאַריז און װאַרשע
נישט פֿאַרמײַדן די נאַצישע שראַפּנעלן.
און אַזוי האָט עס אויך פּאַסירט מיט דיר, מײַן קינד.
אין דעצעמבער נײַן און דרײַסיק — צו דײַן צװייטן געבורטסטאָג —
האָט ערשטער לופֿט־אַלאַרעם דיך געװעקט אין פּאַריז בײַ דער סען
און שפּעט נאָך האַלבער נאַכט איז דײַן טאַטע מיט דיר געלאָפֿן
צום אָנגעפֿולטן קעלער בײַם פּאָרט סען־מאַרטען.
און װידער אין ניו־יאָרק, אין מאַנהעטן בײַם האָדסאָן
(ריכטיק, קינד, אונדזער שיף קײן אַמעריקע האָט אויך געהייסן “מאַנהעטן”),
צו דײַן פֿערטן געבורטסטאָג, בײַ נאַכט, אין דעצעמבער —
װידער אַ לופֿט־אַלאַרעם! ס’זענען בלויז אַנדערש די סירענעס —
ס’איז שװערער זײער מעטאַלענער טעמבער.
ביסט, װי איך אַליין, אַ קינד פֿון קריג,
אונדזער היים איז די װעלט, דער קופֿערט — אונדזער שטוב.
מיך האָט מײַן טאַטע געפֿירט איבער שטעטלעך, איבער הויפֿן
און איך פֿיר דיך איבער לענדער, קאָנטינענטן —
עס איז אָבער דער זעלבער װאַנדער, דאָס זעלבע אַנטלויפֿן.
1942
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
