Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הויכפּונקטן פֿון מײַן וויזיט אין אַן אייגנאַרטיקער בעלגישער מוזיקשולHighlights of my visit to a unique Belgian music school

בעת די קלאַוויר־לערערין האָט פֿרײַנדלעך כּסדר אויסגעבעסערט די טאַלאַנטירטע תּלמידה האָט זיך געדאַכט ווי זיי ווערן איין גוף און איין נשמה.

אַז מען האָט מײַן זון אספֿן פֿאַרבעטן קיין בעלגיע צו דער פּרעמיערע פֿון זײַן דאָקומענטאַר „די אַוואַנטורעס פֿון סאָל בעלאָו“, איז עס געווען אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט איך זאָל כאַפּן אַ טרעמפּ און באַזוכן אויף פֿיר טעג אָט דעם לאַנד וווּ כ’בין קיין מאָל ניט געווען.

ווען מען האָט אין דער אָרטיקער ישׂראל-אַמבאַסאַדע זיך דערוווּסט אַז איך קום מיט, האָט מען פֿאַר מיר אַראַנזשירט אַ באַזוך אין אַן אויסערגעוויינטלעכן אָרט: די „מוסיקאַ מונדי סקול“, וואָס איז אַסאָציִיִרט מיט דער קיימברידזש אינטערנאַציאָנאַלער סקול. די אָ אינסטיטוציע געפֿינט זיך אין אַ ריזיקן בנין אין וואַטערלאָ-שטח, וואָס האָט אַ מאָל געהערט צו דעם דאָמיניקאַנער מאָנאַסטיר פֿון פֿישערמאָנט, און שטייט אין אַן אָפּגעזונדערטן אָרט, איין שעה רײַזע פֿון בריסל, די אייראָפּעיִשע הויפּטשטאָט.

דער מאָנאַסטיר איז אויפֿגעבויט געוואָרן צו פּרעדיקן לטובֿת שלום אויף דער וועלט, לזכּרון די קרבנות פֿון באַוואָפֿנטע קאָנפֿליקטן במשך פֿון דער געשיכטע, און בפֿרט פֿאַר די געפֿאַלענע אין וואָטערלו דעם 18טן יוני 1815. זינט 2018 איז דאָ טעטיק אַן אינטערנאַציאָנאַלע שול פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיק-דערציִונג און אַלגעמיינע לימודים. ס’איז פֿאַקטיש אַ מיטלשול-אינטערנאַט פֿאַר בחורים און מיידלעך, וועלכע קענען, צוזאַמען מיט זייערע אַלגעמיינע לימודים, אויך אַנטוויקלען זייערע אויסערגעוויינטלעכע מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן. אַזעלכע אַנשטאַלטן זענען פֿאַראַן נאָר אין רוסלאַנד, ענגלאַנד און זינט פֿיר יאָר שוין אויך אין בעלגיע.

galay - belgian music school

בעת אַ קאָנצערט פֿון די מוזיק־תּלמידים Image by PixPix / Charles Chojnacki

צוליב דעם וואָס מיר זענען אָנגעקומען אַ קאַפּיטשקע פֿאַר דער צײַט האָט פֿאַר אונדז געעפֿנט דעם הויכן טויער דער אַדמיניסטראַטיוו-דירעקטאָר הערמאַן דע פֿלעשהאָווער — אַ גאָר שלאַנקער, מיט אַ קליין בערדל, אָנגעטאָן אין אַן עלעגאַנטן, בלויען זשאַקעט. גייענדיק דורך די לאַנגע קאָרידאָרן פֿון בנין האָבן מיר געזען אויפֿגעהאָנגען הויכע, אימפּאָזאַנטע בילדער פֿון באַקאַנטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון אַלע תּקופֿות. דאָס אַליין שאַפֿט שוין אַן אַטמאָספֿער פֿון טיפֿן דרך-ארץ און באַוווּנדערונג צו די ריזיקע קאָמפּאָזיטאָרן וואָס האָבן אונדז געשאָנקען אומשטערבלעכע שאַפֿונגען וואָס מ’קאָן הערן ביז הײַנט אין קאָנצערט-זאַלן איבער דער גאַנצער וועלט — אַן אַטמאָספֿער פֿון אינספּיראַציע און שטרעבונג צו די פֿײַנסטע קוואַליטעט-ניוואָען.

דער דירעקטאָר האָט אונדז געבראַכט צו דעם קאָנצערטזאַל אויפֿן נאָמען פֿון י. ס. באַך, וואָס ס’איז באַלד קלאָר געוואָרן, האָט געדינט ווי אַ קאַטעדראַלע און פֿאַרמאָגט הײַנט 470 זיצערטער. איך, מײַן זון און דער גאַסטגעבער זענען געשטאַנען אויף דער בינע, אויף וועלכער ס’געפֿינען זיך צוויי סטײַנוויי פליגל-קלאַווירן. דאַן האָבן מיר אַנטפּלעקט, אַז אויסער דעם הויפּטזאַל איז אויך פֿאַראַן אַ צוגאָב־פֿליגל אויף לינקס. כּדי מיר זאָלן פֿאַרשטיין דײַטלעכער, ווי אַזוי די מוזיקערס צום שלוס פֿון קאָנצערט פֿירן זיך, האָט הער הערמאַן דע פֿלעשהאָווער צוויי מאָל זיך גענייגט: איין מאָל פֿאַרן פּובליקום אין הויפּטזאַל און דערנאָך, פֿאַר די וועלכע זיצן אין לינקן פֿליגל.

אַזוי אַרום האָט דער דירעקטאָר דערמאָנט, ווי אײַנגעוואָרצלט איז אין מוזיק-לעבן דער ריטאַל פֿון באַדאַנקען דעם קינסטלער מיט אַפּלאָדיסמענטן און פֿון קינסטלערס צד, אויסדריקן זײַן דאַנקבאַרקייט מיטן נייגן זיך פֿאַרן פּובליקום. אָט דער זשעסט האָט, מיין איך, אַ טיפֿן באַטײַט. עס דריקט אויס די באַשיידנקייט פֿונעם קינסטלער און זײַן אָפּשאַצונג פֿון זײַנע פֿאַרערערס.

דער דירעקטאָר האָט אונדז געבראַכט אינעם צימער אַוווּ די ישׂראלדיקע קלאַוויר-לערערקע, חגית חסיד-קערבעל, האָט געפֿירט אַ קלאַס מיט אַ פֿאָרגעשריטענער 17־יעריקער סטודענטקע, קאַנסו נאַז עריס — אַן אָפּשטאַמיקע פֿון טערקײַ. ס’איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען די אינטעראַקציע צווישן דער תּלמידה און לערערקע. די יונגע סטודענטקע זיצט בײַם פֿליגל קלאַוויר און פֿירט אויס בעטהאָווענס אַ סאָנאַטע אויפֿן העכסטן קינסטלערישן ניוואָ, בעת די לערערקע וואָס זיצט אין דער ערשטער ריי מיט דער פּאַרטיטור אויף איר שויס, מאַכט כּסדרדיקע באַמערקונגען און בעסערט אויס יעדן ניואַנס פֿון דער מוזיק. ס’ווילט זיך פֿילמירן און פֿאַראייביקן אַזאַ סצענע, וווּ אַ דערפֿאַרענע מוזיקערין ווײַזט אויף אַ פֿרײַנדלעכן אופֿן וואָס צו פֿאַרבעסערן אין איר תּלמידהס פּיאַנע־שפּילן און זיי ווערן אַזוי אַרום איין גוף און איין נשמה.

חגית חסיד קערבעל איז אַ געבוירענע אין פּתח-תּקווה, ישׂראל און איר מאַן, לעאָניד קערבעל, איז אַפֿידלער, וועלכער האָט עולה געווען פֿון געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. זיי האָבן זיך באַקענט אין דער תּל-אָבֿיבֿער אַקאַדעמיע און צוזאַמען געפֿאָרן קיין אייראָפּע אויף מער אַוואַנסירטע לימודים און אַנטוויקלונג פֿון זייערע קאַריערעס.

מיט 24 יאָר צוריק האָבן זיי געגרינדעט א יערלעכן זומער-פֿעסטיוואַל פֿאַר יונגע מוזיקערס און עס וועט הײַיאָר אויך פֿאָרקומען. דער באַרימטער פֿידלער עבֿרי גיטליס, וואָס איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר צוריק, איז יאָרן לאַנג געווען אַן אָפֿטער גאַסט אין די אָ זומער-פּראָגראַמען. מיט זײַן גײַסט, אַנעקדאָטן, וויצן און לעבן-פֿילאָסאָפֿיע איז ער געוואָרן אַ נאָענטער פֿרײַנד און מענטאָר פֿון די באַטייליקטע אינעם דאָזיקן פּראָיעקט.

galay - belgian music school

דער באַרימטער פֿידלער עבֿרי גיטליס באַזוכט איינעם פֿון די פֿידלקלאַסן. Image by PixPix / Charles Chojnacki

דער פֿידלער מאַקסים ווענגעראָוו איז געוואָרן דער אַמבאַסאַדאָר פֿון גוטן ווילן אין מוסיקאַ מונדי-שול, און אַזעלכע קינסטלער ווי דער פּיאַניסט און ייִדישער שרײַבער יעווגעני קיסין האָבן אָפֿט זיך באַטייליקט אין די פֿעסטיוואַלן.

ישׂראל האָט שוין אַ סך בײַגעטראָגן צו דער וועלט פֿון קלאַסישער מוזיק דורך די ווירטואָזן דניאל באַרענבוים, יצחק פּערלמאַן און פּנחס צוקערמאַן. אַ דאַנק אָט דער מוזיקשול וועט מען אין דער נאָענטער צוקונפֿט בלי־ספֿק קענען צוגעבן אַ ריי נײַע טאַלאַנטן צו דער גלענצנדיקער רשימה.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.