Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ געשיכטע פֿון סודות און ליבע בײַ אַ ייִדישער משפּחה פֿון אָדעסA history of secrets and love in a Jewish family from Odessa

אַנאַ אײַזיטשעס בוך איז הײַנט כּדאַי צו לייענען צוליב איר באַשרײַבונג פֿון די ייִדן אין דער אוקראַיִנער פּאָרטשטאָט.

אָדעס, איינע פֿון די שענסטע אוקראַיִנישע קוראָרט־שטעט בײַם שוואַרצן ים און די היימשטאָט פֿון אַ גרויסן ייִדישן סאָוועטישן זינגער לעאָניד (לייזער) אוטיאָסאָוו ז״ל, איז באַקאַנט אויף רוסיש ווי „אָדעסאַ־מאַמאַ“. זי איז געווען צווישן די ערשטע שטעט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד וואָס די נאַציס האָבן אַטאַקירט און וואָס האָבן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה במילא באַקומען אַ ספּעציעלן מעמד פֿון אַ „גבֿורה־שטאָט“. 

ענלעך צו אַנדערע אוקראַיִנישע שטעט איז אָדעסע אַ מאָל געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון דער ייִדישער קולטור, אָבער זי איז אויכעט געווען איינע פֿון די גרעסטע שטעט אין סאָוועטישער אוקראַיִנע און איינע פֿון די חשובֿסטע פּאָליטישע און אינדוסטריעלע סאָוועטישע מיטלפּונקטן מיט אַ פֿיל־פֿעלקערלעכער באַפֿעלקערונג פֿון מער ווי אַ מיליאָן מענטשן.

ווען איך האָב לעצטנס דערזען די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם אָנגעווייטיקטן מצבֿ אין די גאַסן אַרום דעם אָדעסער אָפּערע־בנין האָב איך זיך דערמאָנט אין מײַן חבֿרטע אַנאַ אײַזיטש, אַן אַמעריקאַנער פּסיכאָלאָג, און אין איר רירנדיקן בוך זכרונות אויף ענגליש וועגן אירע סאָוועטיש־ייִדישע וואָרצלען אין אָדעס. דאָס בוך, „קרײַזן פֿון לעבן: די אוקראַיִנישע משפּחהס אָדיסעי פֿון סודות, ליבע און רעטונג“, איז אַרויס אין צוויי אויפֿלאַגעס: אינעם יאָר 2014, במשך פֿון פּוטינס ערשטער מלחמה קעגן אוקראַיִנע און אַ צווייטע דערגאַנצטע אויפֿלאַגע מיט דרײַ יאָר שפּעטער.

סײַ דאָס בוך, סײַ אַנאַס גורל בכלל שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ געשיכטע פֿון מוטיקייט און געוואַלדיקע מענטשלעכע כּוחות. נאָך דעם ווי די מחברטע — דאָס אייניקל פֿון אַ ייִדישן כּלל־טוער אין סאָוועטישן אָדעס, מאיר דאַווידאָוויטש־סקולסקי ז״’ל — האָט באַקומען אַ דיאַגנאָז פֿון ראַק האָט זי באַשלאָסן אָנצושרײַבן אירע זכרונות פֿאַר אירע קינדער, כּדי זיי זאָלן וויסן וועגן זייער חשובֿער משפּחה־געשיכטע, וואָס איז ממש אַ ראָמאַן, אָנגעפּיקעוועט מיט סודות. דאָס בוך האָט אַן אינטערעסאַנטע פֿאָרעם – אַ זאַמלונג פֿון ניט־אָפּגעשיקטע בריוו, דורך וועלכע אײַזיטש שאַפֿט אַ פּערזענלעכן און אויך קאָלעקטיוון היסטאָרישן דאָקומענט.

מע דאַרף באַמערקן, אַז די געאָגראַפֿיע און אַ צײַט־ליניע פֿונעם בוך וואָס זײַנען זייער ברייט, אָנהייבנדיק ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה אין אָדעס ביז הײַנט־צו־טאָג: עליה קיין ישׂראל, די יום־כּיפּור־מלחמה און דאָס נײַע לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַנאַ באַשרײַבט אירע טאַטע־מאַמעס עוואַקואַציע פֿון אָדעס קיין בוכאַראַ (פֿערגאַנאַ־געגנט, הײַנט אוזבעקיסטאַן); די מאַמעס קינדער־יאָרן אין ווין אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַצע; דאָס אויפֿבויען פֿון ס’נײַ דאָס לעבן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אין סאָוועטישן אָדעס; די וויכטיקע טעטיקייט פֿון אַנאַס זיידן ווי אויך אַ לעבנס־באַשרײַבונג פֿון אַ צאָל אַנדערע מענטשן, וואָס האָבן געלעבט אינעם אַנטיסעמיטישן ראַטן־פֿאַרבאַנד.

איינע פֿון די גרעסטע פֿיגורן, וואָס ווערט דערמאָנט אינעם בוך איז די גרויסע ייִדישע זינגערין פֿון ווילנע, נחמה ליפֿשיץ ז״ל (1927–2017) וועלכע ווערט באַצייכנט ווי „אַ פֿאַרטיידיקער פֿון די פֿרײַהייט־רעכט“. נחמה ליפֿשיץ האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1969. ביז אירע לעצטע טעג האָט זי געפֿירט אַ סטודיע פֿאַרן ייִדישן קונסטליד אין תּל־אָבֿיבֿ, װוּ איך האָב זיך געלערנט און אַליין אויפֿגעטראָטן מיט ייִדישע לידער במשך פֿון פֿינף יאָר.

די ייִדישע זינגערין נחמה ליפֿשיץ Courtesy of Anna Aizic

דער צענטראַלער העלד פֿון אַנאַס סאָוועטישער קינדהײט אין אָדעס, ווי אויך פֿונעם אַלגעמיינעם משפּחה־נאַראַטיוו, איז איר זיידע – מאיר דאַווידאָוויטש־סקולסקי ז״ל. במשך פֿון איבער 25 יאָר האָט ער געאַרבעט ווי אַ לעקטאָר פֿון בוכהאַלטעריע אין דעם אָדעסער פֿינאַנצן־אינסטיטוט. דאַווידאָוויטש־סקולסקי איז אויך געווען אַן אַקטיוויסט פֿון דער אָדעסער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע און אַ דעלעגאַט אויף דער כאַרקאָווער קאָנפֿערענץ אין 1903, אָרגאַניזירט דורך מנחם אוסישקין.  ווי אַנאַ זאָגט אַליין, האָט דער זיידע געהאַט אַ געוואַלדיקע השפּעה אויף איר.

עס איז אָבער כּדאַי צו באַמערקן אַז דאָס בוך פֿאַרנעמט זיך ניט מיט ציוניזם, נאָר גיכער מיט דער מיסטעריע, איראָניע און טראַגיזם אַרום דעם לעבן פֿון אַ סאָוועטישער פֿיגור, ווי אויך פֿון אַ רויטער קאַץ וואָס הייסט „סטאַלין“. יעדעס מאָל ווען אַנאַ האָט באַזוכט דעם זיידנס דירה איז די באַגעגעניש געווען פֿול מיט חידוש און איבערראַשונג, סודות און אַנטדעקונגען, אײַנגעוויקלטע אין אַ שווערן פֿאָרהאַנג פֿון געפֿאַר — אָבער גלײַכצײַטיק די צאַרטע קלאַנגען פֿון מענטשלעכע רייד און דעם געשמאַקן ריח פֿון דער מומע מיאַס געפּרעגלטע קאַרטאָפֿל.

 

אַנאַס זיידע, מאיר דאַווידאָוויטש Courtesy of Anna Aizic

 

אין דער תּקופֿה צווישן 1964–1971 איז דעם זיידנס דירה אויף דער גאַס אָסטראָווידאָבאַ 97 פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין „אַ זיכערן גן־עדן“ – דער ערשטער „אולפּן“ אין סאָוועטישן אָדעס, אַ געהיימע שול, װוּ ייִדישע סטודענטן און יונגע לײַט זײַנען געקומען אויף וועכנטלעכע לעקציעס וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, ייִדישקייט און מוזיק – אַלץ װאָס איז געװען פֿאַרבאָטן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. לויט אַנאַס זכרונות, זײַנען אַנדערע ייִדישע אַקטיוויסטן געווען באַקאַנט מיטן זיידן דורך זײַן תּלמיד און חבֿר באָריס גימלפֿאַרב, וועלכער האָט אים באַקענט מיט אַנדערע בחורים אויף איינעם פֿון נחמה ליפֿשיצעס ייִדישע קאָנצערטן.

במשך פֿון יענע זיבן יאָר, איין מאָל אַ וואָך, איז אָנגעקומען אַ גרופּע יונגע אינטעליגענטן כּדי אײַנצוזאַפּן די ייִדישע קולטור־ירושה, נײַע געדאַנקען און די נײַע האָפֿענונגען פֿאַר דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. צווישן זיי: אַן אָנגעזעענער פֿאָטאָגראַף, נחום סלאָפּאַק, און אַן אינזשעניר, לעאָניד שאַלץ.

אין איין פּיקאַנטן עפּיזאָד דערציילט אַנאַ ווי אַזוי דער זיידע און זײַנע חבֿרים פֿלעגן אויפֿכאַפּן די ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס פֿון דער מערבֿ־וועלט – אַ װוּנדער־מעשׂה פֿון „בי־בי־סי“: דיי ראַדיאָ איז געווען „אַ ברוין לאַקירט קעסטל, פֿון פֿאָרנט, אײַנגעװיקלט מיט געלן וואַנטגעוועב, מיט די הילצערנע קנעפּלעך אין מיטן. נאָך אַ ווײַלע האָט זיך די קאַקאָפֿאָניע פֿון מאָדנע קלאַנגען פֿאַרוואַנדלט אין ווייכן מורמלען.“ ניט געקוקט אויף דער ניט־געראָטענער טראַנסמיסיע האָט דער זיידע באַוויזן איבערצוזאַצן די טראַנסמיסיע אויף אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אופֿן, וואָס האָט יעדעס מאָל אַרויסגערופֿן גרויסע דעבאַטעס.

מאיר דאַווידאָוויטש־סקולסקי איז נפֿטר געוואָרן מײַ 1971 און דער „אולפּן“ האָט זיך צעפֿאַלן. ער איז באַערדיקט געוואָרן אויפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם אין אָדעס וואָס ער פֿלעגט אָפֿט באַזוכן. אינעם זעלבן בית־עולם געפֿינען זיך די קבֿרים פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, שמעון פֿרוג, די מאַמע פֿונעם העברעיִשן פּאָעט שאול טשערניכאָווסקי; דער גרינדער פֿונעם ערשטן רוסישן נויטפֿאַל־דינסט (EMS) — פּראָפֿעסאָר י. באַרדאַ און אַנדערע באַרימטע ייִדישע שרײַבער און טוער. אַ חודש שפּעטער זײַנען אַנאַס עלטערן עמיל און אַלאַ, אַנאַ און איר שוועסטער מרגלית, געוואָרן די ערשטע מיטגלידער פֿונעם זיידנס אולפּן עולה צו זײַן קיין ישׂראל.

פּסח איז די צײַט ווען מיר געדענקען אונדזער לעבן אין מצרים זוכנדיק ווידער אַ מאָל אַן אָרט און אַ פֿאַרבינדונג צווישן אַ פּערזענלעכן זכּרון פֿון יחיד און אַ קאָלעקטיווער ייִדישער געשיכטע. דורך אַנאַס „פּערזענלעכער הגדה“ קען דער לייענער אַ סך בעסער פֿאַרשטיין די גײַסטיקע פֿינצטערניש פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה און דעם אָדעסער ייִדישן ניגון.

 

 

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.