די ישיבֿה װי אַ װיגעלע פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטורThe yeshiva as a cradle of modern Hebrew literature
אין משך פֿון הונדערטער יאָרן איז העברעיִש געבליבן די שפּראַך פֿון די מענער. זײ האָבן לכתּחילה זיך אױסגעלערנט דעם לשון–קודש אין חדר און דערנאָך אין דער ישיבֿה. און דװקא די ישיבֿישע בילדונג–סיסטעם האָט געהאַט אַ מכריעדיקן אײַנפֿלוס אױף דער פֿאָרמירונג פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, טענהט פּראָפֿעסאָר מאַרינאַ זילבערגערץ אין איר בוך, „די ישיבֿה און דער אױפֿקום פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור‟. איר טעזיס מעג קלינגען פּאַראַדאָקסאַל, װײַל דער פֿרײַדענקערישער גײַסט פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור איז געװען גאַנץ קריטיש לגבי רעליגיע בכּלל און דער רעליגיעזער דערציִונג בפֿרט. אין דעם זין, האַלט זילבערגערץ, זײַנען די מאָדערנע העברעיִשע ליטעראַטן געגאַנגען אין די שפּורן פֿון יענע רוסישע שרײַבער און קריטיקער פֿון יענער צײַט, װאָס האָבן זיך געלערנט אין קריסטלעכע רעליגיעזע סעמינאַרן און זײַנען דערנאָך „אַראָפּ פֿון דרך‟.
די מאָדערנע העברעיִשע ליטעראַטור איז אױפֿגעקומען אינעם רוסישן קולטורעלן קאָנטעקסט, װאָס איז לרובֿ פֿאַרבליבן מחוץ דעם פֿאָרשערישן שפּאַקטיװ פֿון הײַנטיקע היסטאָריקער אין ישׂראל און אַמעריקע. אַזױ װי רוסישע דענקער פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, „האָבן די משׂכּילים באַטראַכט ליטעראַטור װי אַ כּלי פֿאַר דערגרײכן זײער הױפּטצװעק פֿון אױספּועלן רעפֿאָרמען אין רעליגיע, דערציִונג און קולטור‟. דערבײַ האָבן די משׂכּילים אױך געהאַט „נאַציאָנאַליסטישע שטרעבונגען פֿאַר ייִדן אין דער רוסישער אימפּעריע. אַ װיכטיקער צװעק זײערער איז געװען צו דעפֿינירן דעם אײגענעם ‘עצם’ פֿון דער ייִדישער קולטור, אמונה און פֿאָלקסטימלעכקײט אין רוסלאַנד‟, שרײַבט זילבערגערץ.
אין דער ישיבֿה האָט מען זיך אױסגעלערנט, אַז דער טעקסט איז דער יסוד פֿון דער רעאַליטעט. אין די אױגן פֿון די געװעזענע ישיבֿה–בחורים איז דאָס װעלטלעכע בוך געװען אַזױ חשובֿ װי דער רעליגיעזער ספֿר. כּדי משׂיג צו זײַן די מאַטעריעלע װעלט פֿון גשמיות האָבן זײ גענוצט די מעטאָדן פֿון לערנען און אױסטײַטשן טעקסטן װאָס זײ האָבן זיך אױסגעלערנט אין די ישיבֿה-יאָרן. ליטעראַטור איז בײַ זײ געװאָרן אַ נײַע תּורה, און זײערע װעגװײַזער אין דער דאָזיקער נײַער װעלט זײַנען געװען די ראַדיקאַלע רוסישע קריטיקער, װאָס זײַנען אַלײן געװען תּלמידים אין קריסטלעכע סעמינאַרן. סײַ די, סײַ יענע האָבן פֿאַרלױרן זײער אמונה און האָבן געזוכט נײַע דרכים אין דער מאָדערנער קולטור.
ש. אַנ–סקי האָט לעבעדיק געשילדערט אַזאַ מין אַפּיקורסישן „נעסט‟ אין זײַן נאָװעלע „פּאיאָנערן‟. צװײ געװעזענע ישיבֿה–בחורים האָבן דאָ גערעדט װעגן דעם ראַדיקאַלן רוסישן קריטיקער דמיטרי פּיסאַרעװ. אײנער פֿרעגט בײַם צװײטן: „אין װאָס זשע באַשטײט זײַן [פּיסאַרעװס] גרױסקײט? ער איז טיף, אָדער שװער?‟ ענטפֿערט דער צװײטער: „הױפּזאַכלעך איז ער טיף, זײער טיף.‟ מען פֿאַרגלײַכט פּיסאַרעװס קריטישע אַרטיקלען מיט די מער באַקאַנטע משׂכּילישע כּתבֿים, „מורה נבֿוכי הזמן‟ פֿון נחמן קראָכמאַל און „תּעודה בישׂראל‟ פֿון יצחק בער לעװינזאָן. די געװעזענע ישיבֿה–בחורים — שרײַבט זילבערגערץ — האָבן פֿאַרלאָזט אײן מין טעקסט–שטודיעס כּדי זיך צו נעמען צו אַן אַנדערן‟ — שטודירט די רוסישע קריטיקער פּונקט אױף אַזאַ אופֿן װי זײ האָבן געלערנט גמרא.
פּיסאַרעװ און אַנדערע ראַדיקאַלע רוסישע קריטיקער האָבן געטענהט, אַז ליטעראַטור מוז זײַן זאַכלעך און נוצלעך. זײ האָבן ניט געגלױבט אין קונסט לשם קונסט. דאָס האָט געשטעלט די צוקונפֿט פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור אונטער אַ פֿרעגצײכן, שרײַבט זילבערגערץ, װײַל העברעיִש איז דעמאָלט ניט געװען קײן לעבעדיקע שפּראַך און ניט געהאַט קײן פּראַקטישע ניצלעכקײט. און פֿאַרקערט, ייִדיש, װאָס די משׂכּילים האָבן געהאַלטן פֿאַר אַ „מיאוסן זשאַרגאָן‟, האָט גוט געפּאַסט פֿאַרן נײַעם קריטישן געשמאַק, װאָס האָט גורם געװען דעם אױפֿבלי פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין די 1870ער-1880ער יאָרן. העברעיִש איז געראַטעװעט געװאָרן דורך דעם אױפֿקום פֿון ציוניזם. אַ װיכטיקע ראָלע אין דעם אױפֿלעבן פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור האָט געשפּילט די באַרימטע װאָלאָזשינער ישיבֿה.
אין װאָלאָזשין האָבן זיך געלערנט צװײ גרינדער פֿונעם העברעיִשן ליטעראַרישן מאָדערניזם, מיכה יוסף בערדיטשעװסקי און חײם נחמן ביאַליק. בײַ בערדיטשעװסקין איז די ישיבֿה געװען דער עצם ייִדישקײט, װוּ לערנען איז געװען דאָס לעבן. אָבער אײניקע ישיבֿה–בחורים זײַנען געװען גיריק צו פֿאַרברײטערן די גרענעצן פֿון זײער לערנען מחוץ די ד’ אַמות פֿון סיפֿרי–קודש. בײַ נאַכט האָבן זײ בסוד געלײענט ספֿרים-חיצונים און צײַטשריפֿטן, און אײַנגעזאַפּט פֿרעמדע אידעען און אימאַזשן. פֿון די רוסישע קריטיקער איז בערדיטשעװסקי אַריבער צו דעם דײַטשישן דענקער פֿרידריך ניטשע. בײַ ניטשען האָט ער זיך געלערנט דעם באַגריף פֿון „איבערשאַצונג פֿון װערטן‟ און גערופֿן צו אַ נײַעם אופֿן פֿון איבערטײַטשן די אַלטע ייִדישע ליטעראַטור װי אַ קװאַל פֿאַרן אױפֿװעקן נײַע שעפֿערישע כּוחות בײַם ייִדישן פֿאָלק.
אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָט דער נײַער סימבאָליסטישער שטראָם אין רוסלאַנד אַװעקגעװאָרפֿן דעם פּראַגמאַטישן צוגאַנג צו ליטעראַטור. רוסישע ליטעראַטן און דענקער האָבן זיך געװענדט צו רעליגיע װי אַ מקור פֿון עסטעטישער אינספּיראַציע. ביאַליק איז געגאַנגען אויף אַן ענלעכן דרך. ער האָט „געשעפּט פֿון דער גמרא־קולטור װי אַ רעזערװוּאַר פֿון דער שפּראַך, טײַטשן און עסטעטישע אױסדרוקן אין דער נײַער העברעיִשער פּאָעטיק‟. אין זײַנע לידער האָט ביאַליק אױפֿגעװעקט די זכרונות פֿון זײַנע ישיבֿה-יאָרן מיט אַ געמישטן געפֿיל פֿון בענקשאַפֿט און אָפּשטױס. די מאָדערנע העברעיִשע ליטעראַטור איז דורכגעגאַנגען עטלעכע אידעאָלאָגישע גילגולים, אָבער אין תּוך איז זי פֿאַרבליבן געטרײַ דעם קריטיש–אַנאַליטישן מעטאָד פֿון לערנען, װאָס איז אײַנגעװאָרצלט אין דער ישיבֿה-טראַדיציע.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor