Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּוטינס מלחמה שטאַמט פֿונעם אימפּעריאַליזם פֿון צאַרישן רוסלאַנדPutin’s war is rooted in the imperialism of the Tsarist empire

שוין אין 1898 האָט דער אונטערנעמער יאַן בליאָך געװאָרנט װעגן רוסלאַנדס אימפּעריאַליסטישע אַמביציעס.

יעדן טאָג רוקט זיך די װעלט אַ ביסל נענטער צו דער דריטער װעלט–מלחמה. מען זאָגט, אַז דער רוסישער פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין האָט אין זינען (אױף װיפֿל ער האָט נאָך אַ שטיקל זין) צוריקצוברענגען די װעלט אין דער תּקופֿה פֿון גרױסע אימפּעריעס פֿונעם נײַנצטן יאָרהונדערט. עס איז כּדאַי צו דערמאָנען אַ חשובֿן דענקער, װאָס האָט נאָך דעמאָלט פֿאָרױסגעזאָגט די קומעדיקע מלחמות אין פּינקטלעכע פּרטים. ער האָט געהײסן אױף רוסיש איװאַן בליאָך, אױף פּױליש יאַן גאָטליב בלאָך, אױף דײַטשיש יאָהאַן פֿאָן בלאָך, אָבער געבױרן איז ער בײַ אַ ייִדישער משפּחה אין 1836. זײַן פֿאָטער איז געװען דער בעל–הבית פֿון אַ באַװל–פֿאַבריק אין דער פּױלישער שטאָט ראַדאָם, דעמאָלט אין דער רוסישער אימפּעריע.

בלאָך האָט פֿאַרדינט אַ סך געלט פֿונעם בױען אײַזנבאַנען אין רוסלאַנד אין די 1860ער יאָרן און געװאָרן אײנער פֿון די רײַכסטע אונטערנעמער און באַנקירן אין װאַרשע. פֿון דאָרטן איז ער אַריבער קײן פּעטערבורג, װוּ ער האָט געביטן זײַן ייִדישע אמונה אױף קאַלװיניזם. דאָס האָט אים געעפֿנט טירן אין דעם צאַרס פּאַלאַץ און אין דער רוסישער רעגירונג, װוּ ער האָט געדינט װי אַ בעל–יועץ בײַ דער פֿינאַנץ–מיניסטעריע.

אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן איז בלאָך געװען פֿאַרטאָן אין ייִדישע עסקים. ער האָט אונטערגעהאַלטן פּראָיעקטן פֿון ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין ארץ–ישׂראל און אַנדערע טײלן פֿון דער װעלט, האָט זיך געחבֿרט מיט טעאָדאָר הערצל. ער האָט אױך געשטיצט די ערשטע ייִדישע סטאַטיסטישע עקספּעדיציע איבער פּױלישע שטעטלעך אין 1890, אין װעלכער עס האָט זיך באַטײליקט י. ל. פּרץ. אױפֿן סמך פֿון זײַנע אײַנדרוקן האָט פּרץ אָנגעשריבן זײַן קלאַסיש װערק „בילדער פֿון דער פּראָװינץ–רײַזע‟. די מאַטעריאַלן פֿון דער עקספּעדיציע זײַנען אַרײַן אין אַ סטאַטיסטישער שטודיע פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אָבער די דאָזיקע פּובליקאַציע איז פֿאַרװערט געװאָרן דורך דער רעגירונג צוליב פּאָליטישע סיבות.

בלאָך איז געװען אַ געטרײַער חסיד פֿון קאַפּיטאַליזם. ער האָט פֿאַרפֿאַסט עטלעכע װאָגיקע שטודיעס פֿון רוסישע אײַזנבאַנען און זײער חשיבֿות פֿאַר דער עקאָנאָמישער אַנטװיקלונג. אָבער זײַן הױפּטװערק איז געװען געװידמעט אַן אַנדער טעמע. זײַן זעקס-בענדיקע שטודיע „די קומעדיקע מלחמה און אירע עקאָנאָמישע פּועל–יוצאס‟ איז אַרױס אױף רוסיש אין 1898 און איז איבערגעזעצט געװאָרן אױף פּױליש, דײַטשיש, פֿראַנצײזיש און ענגליש. אין דער אמתן איז בלאָך ניט געװען דער אײנציקער מחבר פֿונעם דאָזיקן װאָגיקן װערק. װי עס דערמאָנט דער דעמאָלטיקער רוסישער פֿינאַנץ–מיניסטאָר סערגײ װיטע, האָט בלאָך געדונגען אַ גאַנצע פֿאָרשערישע קאָמאַנדע פֿון מיליטערישע אָפֿיצירן פֿאַר זײַן פּראָיעקט, אָבער ער האָט אין ערגעץ ניט דערמאָנט זײער בײַטראָג.

שרײַבנדיק מער װי פֿופֿצן יאָר פֿאַר דער ערשטער װעלט–מלחמה, האָט בלאָך קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז די קומעדיקע מלחמה װעט זײַן די סאַמע בלוטיקסטע אין דער װעלט–געשיכטע און װעט חרובֿ מאַכן די אײראָפּעיִשע אימפּעריעס. ער האָט אױך דערװיזן, אַז דװקא אַ קריזיס אױף די באַלקאַנען װעט גורם זײַן אַ מלחמה צװישן עסטרײַך און דײַטשלאַנד אױף אײן זײַט, און רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד אױפֿן צד–שכּנגד. בלאָך האָט באַגרינדט זײַנע אױספֿירן אױף אַ טיפֿן אַנאַליז פֿון דעם צושטאַנד פֿון אַלע מאָדערנע אַרמײען, זײער געװער און זעלנער, װי אױך דעם דעמאָגראַפֿישן און עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון די אײראָפּעיִשע לענדער.

די סטאַטיסטישע דאַטן אין בלאָכס שטודיע זײַנען הײַנט ניצלעך בלויז פֿאַר היסטאָריקער, אָבער זײַנע אױספֿירן און געדאַנקען בלײַבן עד–היום רעלעוואַנט, בפֿרט בשעת דער רוסישער מלחמה קעגן אוקראַיִנע. בלאָך האָט געװאָרנט, אַז די פּאָליטישע און מיליטערישע פֿירערשאַפֿט פֿון די אײראָפּעיִשע אימפּעריעס זײַנען ניט געװען קאַפּאַבל משׂיג צו זײַן דעם ריזיקן פּראָגרעס פֿון מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס. ער האָט פּרטימדיק אַנאַליזירט אַלע נײַע מינים געװער און זײער מערדערישן פּאָטענציאַל. ער האָט געװאָרנט, אַז די קומעדיקע װעלט–מלחמה װעט גורם זײַן הונגער, עפּידעמיעס און רעװאָלוציעס. ער האָט שאַרף קריטיקירט די מיליטערישע פֿירער פֿאַר „האַלטן זיך בײַ דעם זכר פֿונעם אַלטן מצבֿ װאָס איז שױן לאַנג אָפּגעשטאָרבן […] דאָס איז קאָסטיק און געפֿערלעך‟.

בלאָך איז געשטאָרבן אין 1902 און ניט דערלעבט ביז דער ערשטער װעלט–מלחמה. װאָס זשע האָבן זײַנע נבֿואות צו זאָגן דעם הײַנטיקן לײענער? אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט האָט רוסלאַנד געפֿירט אַגרעסיװע פּאָליטיק לגבי דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע. רוסלאַנד האָט געשטיצט דעם קאַמף פֿון סלאַװישע פֿעלקער אין בולגאַריע און מאַקעדאָניע קעגן דער טערקישער שליטה אונטער דער לאָזונג פֿון אַל–סלאַװישן אַחדות. מען האָט געטראַכט װעגן אַרײַננעמען די פּראַװאָסלאַװנע פֿעלקער פֿון בולגאַריע, סערביע, רומעניע און אַפֿילו גריכנלאַנד אינעם באַשטאַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע. בלאָך האָט געבראַכט אַ גאַנצע רײ סיבות, פֿאַר װאָס אַזאַ מין פּלאַן האָט ניט קײן זין, ניט פּאָליטיש און ניט עקאָנאָמיש. „לעת–עתּה קען רוסלאַנד שױן מער ניט טראַכטן װעגן אַ מלחמח פֿאַר דורכצופֿירן אַזאַ מין ‘גריכישן פּראָיעקט’‟.

פּוטינס פּלאַן פֿון פֿאַרכאַפּן די דרומדיקע געגנטן פֿון אוקראיִנע איז היסטאָריש אײַנגעװאָרצלט אין די אימפּעריאַליסטישע חלומות פֿון דער צאַרישער תּקופֿה. פּונקט װי אין די 1870ער יאָרן רופֿט פּוטינס מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע צו „באַפֿרײַען‟ די סלאַװישע אָרטאָדאָקסישע „ברידער‟ פֿון רדיפֿות. דעמאָלט, װען די שׂונאים זײַנען געװען מוסולמענער טערקן, האָט דער דאָזיקער ציל נאָך געהאַט אַ שטיקל זין. הײַנט שרײַט די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע װעגן ראַטעװען די רוסיש–רעדנדיקע באַפֿעלקערונג פֿון אױסגעטראַכטע אוקראַיִנער „נעאָנאַציסטן‟. אַװדאי האָט דער דאָזיקער תּירוץ גאָר ניט צו טאָן מיט פּוטינס װירקלעכע כּװנות צו צעשטערן אוקראַיִנע װי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה און אָפּשנײַדן אַ שטיק פֿון איר לאַנד. דװקא די רוסיש–רעדנדיקע תּושבֿים פֿון דרום–אוקראַיִנע זײַנען די קרבנות פֿון דער רוסישער אַגרעסיע. װאָס עס פֿעלט אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד איז אַ קלוגער ייִדישער בעל–יועץ װי יאַן בלאָך, װאָס זאָל דערקלערן דעם צאַר פּוטין, אַז זײַן פּלאַן איז אַ גאָלע נאַרישקײט און װעט חרובֿ מאַכן זײַן אײגענעם לאַנד.

 

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.