די „באַהאַלטענע אַפּיקורסים‟ שאַפֿן אַ נײַע קולטור אױף דער אינטערנעץThe “hidden heretics” are creating a new culture on the internet
מענער און פֿרױען פֿון חסידישע קהילות דריקן אויס זײערע דאגות אין פֿאָרומס אױף ייִדיש, ענגליש, „ייִנגליש‟ און „ישיבֿיש‟
„די אינטערנעץ איז ערגער פֿונעם חורבן. דעמאָלט האָט מען פֿאַרניכטעט אונדזערע גופֿים, און איצט װערן פֿאַרניכטעט אונדזערע נשמות‟, טענהן אײניקע חרדישע רבנים. זײ שטײען בראָש פֿונעם קאַמף קעגן דער נײַער סכּנה פֿאַר ייִדישקײט. אַ װיכטיקע ראָלע אינעם דאָזיקן קאַמף װערט געגעבן די פֿרױען. זײער אױפֿגאַבע איז צו האַלטן אַן אױג אױף זײערע קינדער און ניט לאָזן זײ זיך שפּילן מיט עלעקטראָנישע כּלים, בפֿרט מיט סמאַרטפֿאָנען — אָדער „שמד־פֿאָנען‟, װי מען רופֿט זײ אין יענע קרײַזן. צוליב דעם דאַרפֿן די פֿרומע מאַמעס אײַנשטעלן ספּעציעלע „כּשרע‟ עלעקטראָנישע פֿילטערס, װאָס קאָסטן 15$ אַ חודש. אַ ניט, װעט מען אַרױסטרײַבן זײערע בנים פֿון דער ישיבֿה.
װי באַרעכטיקט זײַנען די דאָזיקע פּחדים? צי איז די אינטערנעץ טאַקע אַזױ געפֿערלעך פֿאַר די נשמות פֿון פֿרומע ייִדן? װי עס באַװײַזט דאָס נײַע בוך „באַהאַלטענע אַפּיקורסים: ייִדישע ספֿקות אין דער דיגיטאַלער תּקופֿה‟ פֿון איילה פֿעדער, אַן אַנטראָפּאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָרין בײַם פֿאָרדהעם־אוניװערסיטעט אין ניו־יאָרק, איז די סכּנה טאַקע יאָ פֿאַראַן, כאָטש אַװדאי ניט צו פֿאַרגלײַכן מיטן חורבן.
פֿעדער האָט אָנגעהױבן איר פֿאָרשונג אין די 2000ער יאָרן, װען עס האָבן זיך באַװיזן די ערשטע חרדישע בלאָגער, װאָס האָבן אַרומגערעדט כּלערלײ ענינים פֿון אמונה און לעבנסשטײגער. זײ האָבן געשריבן אונטער אױסגעטראַכטע צונעמענישן, און אַרום זײ האָבן זיך צעוואַקסן אינטערנעץ-קרײַזלעך פֿון „אַנשי-שלומינו‟. דער פֿאָרום „קאַװע-שטיבל‟ שטעלט זיך פֿאָר צו נײַע מיטגלידער אַזױ: „אַן אָרט וווּ חרדישע ייִדן זאָלן קענען פֿאַרברענגען אין אַ היימישן גײַסט‟ און דערבײַ אָפּהיטן זײער פּריװאַטע אידענטיטעט.
פֿעדער האָט געלײענט די דאָזיקע בלאָגס און געפּרוּװט אױפֿשטעלן קאָנטאַקטן מיט די מחברים. דאָס איז ניט געװען פּשוט װײַל זײ האָבן געהאַלטן זײערע אמתדקע נעמען בסוד, כּדי אױסצומײַדן רדיפֿות אין זײער סבֿיבֿה. אַ היפּשע צאָל פֿון זײ זײַנען „באַהאַלטענע אַפּיקורסים‟, װאָס האַלטן זײערע ספֿקות בסוד אַפֿילו פֿון זײער משפּחות אָבער קענען פֿרײַ אויסדריקן די געפֿילן אױף דער אינטערנעץ. אײניקע פֿון די בלאָגערס פֿאַרלאָזן טאַקע דעם חרדישן ציבור, אַנדערע פֿאַרבלײַבן דערין עד-היום. דערפֿאַר זײַנען זײערע נעמען און פּריװאַטע פּרטים געענדערט געװאָרן אינעם בוך.
אין דער השׂכּלה-תּקופֿה אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט האָבן וועלטלעכע ביכער און צײַטשריפֿטן מאָטיווירט יונגע ייִדן צו ווערן אַפּיקורסים; הײַנט שפּילן דיגיטאַלישע בלאָגן און אַנדערע טעכנאָלאָגישע כּלים די הויפּטראָלע אין פֿאַרשפּרײטן נײַע אידעען אין דער טראַדיציאָנעלער סבֿיבֿה. אײניקע פֿון די הײַנטיקע בלאָגערס ווייסן טאַקע וועגן די אַמאָליקע חיבורים, װאָס גיבן איבער די שװערע דערפֿאַרונגען פֿון די אַמאָליקע משׂכּילים.
די אַפּיקורסים פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה האָבן פֿאַרפֿאַסט זײערע װערק אױף העברעיִש, ייִדיש, רוסיש און דײַטשיש. די הײַנטיקע חרדישע בלאָגערס אין אַמעריקע נוצן ענגליש און ייִדיש, װי אױך די אײגנאַרטיקע לינגװיסטישע װאַריאַנטן, װאָס פֿעדער רופֿט „ישיבֿיש‟ (ענגליש מיט ייִדישע און לשון־קודשדיקע װערטער און אױסדרוקן, װאָס מענער רעדן אין חרדישע ישיבֿות), און „ייִנגליש‟ (ענגליש געמישט מיט הײמישע ייִדישע װערטער, װאָס װערט גענוצט צװישן פֿרױען). די גערעדטע שפּראַך בײַ פֿרויען, דערקלערט פֿעדער, איז טאַקע אַנדערש ווי בײַ מענער. „אין דער הײם רעדן פֿרױען און מײדלעך אַ חסידישן װאַריאַנט פֿון ענגליש (ענגליש געמישט מיט ייִדיש און לשון-קודש), בעת מענער און ייִנגלעך רעדן דעם חסידישן ייִדיש (ייִדיש געמישט מיט ענגליש און לשון-קודש). עס איז מערקװירדיק, אַז אַן ענלעכע לינגװיסטישע סיטואַציע איז אַ מאָל געװען בײַ אַ סך ייִדישע משפּחות אין מזרח־אײראָפּע: פֿרױען און מײדלעך האָבן גערעדט רוסיש אָדער פּױליש, בעת מענער און ייִנגלעך האָבן גערעדט ייִדיש.
די פֿאָרשונג פֿון דער חרדישער אינטערנעץ-סבֿיבֿה אַנטפּלעקט, אַז אַ היפּשע צאָל בלאָגערס פֿירן אַ צװײ-פּנימדיק לעבן. די אינטערנעץ-פֿאָרומס זײַנען דאָס אײנציקע אָרט, װוּ זײ קענען זיך פֿילן רעלאַטיװ פֿרײַ און אױסטױשן זײערע אידעען, געפֿילן און פּראָבלעמען מיט די, װאָס טראַכטן ענלעך, און דערבײַ ניט לאָזן דערקענען זײער אידענטיטעט. „קאַװע שטיבל‟ פֿאַרזיכערט נײַע מיטגלידער, אַז „דאָ קען יעדער זײַן הונדערט פּראָצענט רויִק אַז קיינער, אַרײַנגערעכנט די מנהלים, וועט נישט פּרובירן פֿאָרשן און גרינטעווען אין אײַער מהות אָדער אידענטיטעט‟.
אין אײניקע פֿאָרומס, להיפּוך צו דער רעאַלער װעלט, קענען חרדישע מענער און פֿרױען שמועסן פֿרײַ צװישן זיך, זיך טײלן מיט זײערע געשיכטעס און בכלל קאָמענטירן אויף די בלאָגן. דערבײַ שרײַבן פֿרױען כּסדר אױף ענגליש אָדער „חסידישן‟ ענגליש, װײַל דער „חסידישער ייִדיש‟ איז אָפֿט מאָל צו שװער פֿאַר זײ. מיט דער צײַט, בפֿרט װען מען רוקט זיך װײַטער „אַראָפּ פֿון דרך‟, ניצט מען אַלץ מער ענגליש. די בלאָגערס זײַנען לכתּחילה געװען ניט װיליק צו מאַכן קאָנטאַקט מיט פֿעדערן צוליב צװײ סיבות. ראשית, האָבן זײ מורא געהאַט, אַז זי װעט זײ דעמאַסקירן אין איר בוך, און צװײטנס, האָבן זײ ניט געװאָלט דינען פֿאַר „ים-חזירימלעך‟ לטובֿת אַן אַקאַדעמישער פֿאָרשונג. עס האָט געדױערט עטלעכע יאָר ביז פֿעדער האָט געקענט אָנקניפּן באַציִונגען מיט אײניקע פֿון די בלאָגערס און אַפֿילו זיך טרעפֿן מיט זײ פּנים־אל־פּנים.
די חרדישע מנהיגים זײַנען געװױר פֿון דער פּראָבלעם פֿון פֿרײַער בלאָגערײַ אין זײער סבֿיבֿה און האָבן זײערע אײגענע מיטלען פֿאַר באַהאַנדלען זי דורך „קירובֿ‟. למשל, אַ ספּעציעל אױסגעשולטער רבֿ דערקלערט אַ „באַהאַלטענעם אַפּיקורס‟, אַז זײַנע ספֿקות שטאַמען פֿון זײַנע פּערזענלעכע פּראָבלעמען אין דער משפּחה. מען באַנוצט פּראַגמאַטישע אַרגומענטן, אַז עס װעט ניט שאַטן זיך צו האַלטן בײַם פֿרומען דרך, אַפֿילו װען מען האָט צו מאָל ספֿקות אין געװיסע אַספּעקטן פֿון דער אמונה װי, למשל, תּחית-המתים. עס איז דאָ אַן אײגנאַרטיקע פֿרומע בראַנזשע פֿון פּסיכאָלאָגישער טעראַפּיע, װאָס מישט פּסיכאָלאָגישע מעטאָדן מיט רעליגיעזע השׂגות. די װאָרצלען פֿונעם דאָזיקן מעטאָד ליגן אין דער שיטה פֿון מוסר, װאָס איז אַנטשטאַנען אין די ליטװישע ישיבֿות סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט. דער עיקר-פּרינציפּ איז דאָ דער אינערלעכער קאַמף קעגן דעם יצר-הרע, װאָס אַ מענטש מוז פֿירן טאָג און נאַכט.
די חרדים האָבן אױפֿגעבױט אין אַמעריקע אַ מעכטיקע נעץ מיט אינסטיטוציעס, כּדי צו באַשיצן זײער ציבור פֿון כּלערלײ הײַנטצײַטיקע השפּעות. אָבער זײ זײַנען ניט בכּוח אין גאַנצן אײַנצוצאַמען זײערע לײַט פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע. מיט צװײ הונדערט יאָר צוריק האָבן די נײַע אױפֿקלערערישע אידעען אָנגעהױבן אַרײַנצודרינגען אין דער ייִדישער סבֿיבֿה אין מזרח-אײראָפּע דורך געדרוקטע טעקסטן, און פֿון דעם איז געבױרן געװאָרן די מאָדערנע ייִדישע און העברעיִשע קולטור. איז מעגלעך, אַז מיט דער צײַט װעט פֿון די חרדישע בלאָגן אַרױסװאַקסן אַ נײַע ייִדישע קולטור אויף אײגענע ייִדישע שפּראַכן?
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor