Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איסלאַם, מחמד און מוסולמענער אין דער ייִדישער פּאָעזיעIslam, Mohammed and Moslems in Yiddish poetry

דער אַרטיקל באַשרײַבט ווי אַזוי פּאָעטן ווי לייב נײַדוס און א. צײַטלין האָבן געשריבן וועגן דער טעמע.

דאָ ניט לאַנג האָט יואל מאַטװעיעװ איבערגעגעבן אין אַן אַרטיקל מײַן טענה אַז אַהרן צײטלינס „איסלאַמישע“ פּאָעזיע איז „ניט איבעריק אינטערעסאַנט“ און טאַקע בשם־אומרו — װעל איך זיך ניט פֿױלן צו געבן אַ תּשובֿה לתּשובֿה. לכתּחילה װיל איך באַמערקן אַז, מער פֿון אַלץ, איז יענע אַרױסזאָגונג געװען אַ פּועל־יוצא פֿון פּערזענלעכן ליטעראַרישן גוסט. אָבער לאָמיר זיך נעמען צו דער זאַך.

פֿאַרן אַרומשמועסן א. צײטלינס דיכטונג, טראָגט מאַטװעיעװ אַרױס דעם אורטײל אַז לייב נײַדוסעס סאָנעט „איסלאַם“ און די אידעע פֿון איסלאַם װי אַ רעליגיע פֿון שײנקײט און עסטעטיציזם איז „בלויז אַ טיפּישער אויסדרוק פֿון דעם, וואָס … סאַיִד האָט גערופֿן אָריענטאַליזם.“ ס׳טײַטש, „בלױז“? אײנער פֿון סאַיִדס עיקרדיקע בײַשפּילן פֿון „אָריענטאַליזם“ אין פּאָעזיע פֿון 19טן י״ה איז — י. װ. געטעס „מערבֿ־מזרחדיקער דיװאַן“. װעט מען אָבער מן הסתּם קײן טענות ניט האָבן צו געטען אַז זײַן דיכטונג איז „בלױז“ אָריענטאַליזם. געװיס איז דאָס דער ליטעראַטור־פֿאָרשער סאַיִד גופֿא ניט אױסן געװען. פּונקט פֿאַרקערט, ער האַלט טאַקע אַז אַ ליטעראַרישע שאַפֿונג קען זײַן, בבֿת־אַחת, סײַ „אָריענטאַליזם“, סײַ גוטע און אינטערעסאַנטע פּאָעזיע. נאָך מער, סאַיִד טענהט אױך ניט אַז אָריענטאַליזם מײנט רק שרײַבן װעגן איסלאַם װי װעגן אַן „עקזאָטישער, פֿרעמדער און ווילדער“ זאַך. אַחוץ דעם שרײַבט נײַדוס, כאָטש אינעם דאָזיקן ליד, בשום־אופֿן ניט װעגן איסלאַם װי עפּעס „װילדס“. אלא װאָס, נײַדוס שטעלט פֿאָר מחמדס רעליגיע אין אימאַזשן פֿון ראַפֿינירטער שײנקײט און בעת־מעשׂה װי אַ מין קדמוניותדיקע פֿרומקײט, װי עפּעס ליכטיקס, װאַרעמס, װאָס איז פֿאַרטרױט און נאָענט צום האַרצן.

י. װ. געטע, „דער מערבֿ־מזרחדיקער דיװאַן”, שטוטגאַרט 1819 Courtesy of Bavarian State Library

דער יונגער אורי־צבֿי גרינבערג װידער, אין זײַן העברעיִשער ליריק און, למשל, אין דער ייִדישער פּאָעמע „אין מלכות פֿון צלם“, גיט טאַקע איבער אַ בילד פֿון װילדע בני־ישמעאל, בראשיתדיקע פּרא־אָדמס — װאָס זײַנען, לכל־הפּחות אין דעם פּרט, געגליכן צו גרינבערגס ימי־ששתדיקע „װילדע ייִדן“. אין נײַדוסעס סאָנעט אָבער איז ניטאָ קײן זכר פֿון װילדקײט און פּרימיטיװקײט, ניט קוקנדיק דערױף װאָס אַ שמץ פֿון עראָטיק איז יאָ פֿאַראַן אינעם ליד „איסלאַם“.

צוריקגערעדט, אין אַנדערע פֿון נײַדוסעס לידער געפֿינען מיר גענוג סקאַרבאָװע בילדער פֿון װילדן מזרח, אָט למשל אַ פֿראַגמענט פֿון זײַנע „אינטימע ניגונים“:

כ׳האָב ליב, דזשײמאַ, דײַן תּאװה־בליק, דעם פֿאַרחלשט־מידן,

די כװאַליעס פֿון דײַנע לאָקן — שװאַרץ װי קײל,

דײַנע פֿאַרביקע טראַנטעס — טײַערע שטאָפֿן פֿון צידון,

דײַן פֿינצטערעס אױג — אַ מדברשער הײל.

װי שײן דו ביסט, װען דו ליגסט אַזױ װילד־עלעגיש,

און אַ לאַנגער שאָטן פֿאַלט פֿון דײַן ברעם;

מיר דוכט זיך: דו ביסט אַ יונגע, שלאַנקע פּלגש,

געבראַכט אַהערצו פֿון ערגעץ אַ װײַטן האַרעם.

פֿערזן אָנגעשריבענע אין אַן ענלעכן נוסח געפֿינען מיר, דרך אַגבֿ, אױך בײַ א. צײטלינען, אַ שטײגער, אין אָט די דאָזיקע שורות פֿון דער לאַנגער פּאָעמע „מטטרון“:

נאַרגילע־רײכערער פֿון דרעמלענדיקן מזרח,

װאָס זענען יונק קילן גליק אױף קלײנע טאַבורעטלעך

פֿאַר אַ שמוציקן קאַפֿעהױז

דורך גאַנצע טעג פֿון זון און נעכט פֿון טרױמענדיקער תּאװה,

פֿאַרנעמען שױן די שאַלנדיקע שופֿרות פֿון מטטרון

און ס׳פֿאַלן זײ אַרױס די לאַנגע טרײַבלעך פֿון די הענט.

[…]

פֿרעגט דער אַלטער: „שאַ, צי גײט עס נישט אַ נײַער מאָהאַמעד

מיט נײַע װײַבער, נײַע תּורות, נײַע שװערדן? —

[…]

נישט שױן זשע װערט עס איצט דאָרט װײַט געבױרן

אַ פֿונק נײַע װעלט פֿון אַ נײַעם אַלאַה? — — —

„איובֿ“, פֿון א. מ. ליליען Photo by Picryl

א. צײטלין רעדט דאָ װעגן דעם פֿױלן און פֿױלנדיקן „אַלטן מזרח“ אין אױסגעדראָשענע און טײלמאָל מיאוס ראַסיסטישע בילדער. באַקומט זיך דערפֿון ממילא אַז ס׳איז ניטאָ קײן באַזונדערע טיפֿקײט אין דעם באַגריף פֿון איסלאַם צי עפּעס אַן אָפּשײַ אָדער אָפּשאַצונג פֿון דער מוסולמענישער גײַסטיקער ירושה.

מאַטװעיעװ איז אַװדאי גערעכט װען ער באַמערקט אַז נײַדוס — און מיר גיבן צו, אױך א. צײטלין — רעדט װעגן איסלאַם נאָר און בלױז אין װײַטע מקומות, דער עיקר אין די אַראַבישע לענדער. דאָס איז ריכטיק בנוגע ס׳רובֿ ייִדישע דיכטער און פּראָזאַיִקער (אין מזרח־אײראָפּע) װאָס האָבן געשריבן אױף אַזעלכע טעמעס. מיר איז באַקאַנט נאָר אײן יוצא־מן־הכּלל, דהײַנו יוסף אָפּאַטאָשוס אַ טשיקאַװע דערצײלונג א״נ „אַבֿרהם און הגר“ (געדרוקט צוערשט אינעם ניו־יאָרקער „טאָג“, דעם 5טן יולי 1931) װעגן אַ טאָטערישן „מולאַ“ װאָס בעט דעם רבֿ און מוהל פֿון שכנישן ייִשובֿ, ער זאָל באַשנײַדן ס׳יונגװאַרג בײַ די טאָטערן צוליב דעם װאָס דער מולאַ איז שױן אין די הױכע יאָרן און ס׳ציטערן בײַ אים נעבעך די הענט. די מעשׂה קומט פֿאָר ניט בײַ די טײַכן פֿון בבֿל, נאָר אין דער ליטע, ניט װײַט פֿון סמאַרגאָן. די קורצע דערצײלונג ענדיקט זיך אױף אָט אַזאַ מין אופֿן:

אַרום, פֿון בײדע זײַטן שליאַך, האָט דער מאַי געאָטעמט מיט הימל, מיט זון, מיט בײמער און װאַסער. פֿון לױטערקײט איז אַלץ געשװילן. דער מאַי איז אױך געלעגן אינעם רבֿ, אין זײַנע צעװאַקסענע גלידער, אין דעם אױפֿגעבױטעטן בלוט, װאָס האָט זיך געגאָסן אין די הענט, אין די פֿיס. דער מאַי האָט אים אײַנגערױמט, אַז דאָס האָט אַבֿרהם ניט באַשניטן קלײנװאַרג, נאָר צעשלאָגן כּדרלעומרן מיט די מלכים. זײַנע שװאַרצע אױגן זײַנען גרעסער געװאָרן, טיפֿער. די אױגן האָבן געבלאָנדזשעט איבער די צעאַקערטע פֿעלדער, געזוכט הינטער די בײמער הגרן.

לאָמיר זיך אומקערן לעניננו, דהײַנו צו צײטלינען און — צו די טײַכן פֿון בבֿל װוּ ס׳האָט געלעבט די איסלאַמישע „נזירה“ — ראַביאַ. מיט אָט אַזאַ מין ייִדישלעכן טיטל, „נזירה“, האָט א. צײטלין מזכּה געװען די מוסולמענישע צדקתטע ראַביאַ. נאָך מער, מחמדס האַרץ צערעדט זיך גאָר „אױף נבֿיא־שפּראַך“ אין א. צײטלינס ליד „אַלקאָראַניש“. פֿון דעם איז שױן געדרונגען אַז דאָ באַציט זיך דער פּאָעט, אין פֿלוג, יאָ מיט דרך־ארץ צום איסלאַם װי עפּעס װאָס האָט אױף אַן אמת אַ שײַכות צו געטלעכקײט, אַנדערש װי אין די פֿריִער געבראַכטע שורות פֿון דער פּאָעמע „מטטרון“. דאָ איז אָבער שײך זיך אָפּצושטעלן אױף אַ װיכטיקן פֿאַקט: אױב הלל צײטלין װאָלט אָנגערופֿן מחמדן אַ נבֿיא, װאָלט עס טאַקע געװען אַ חידוש. װעגן זיך אַלײן האָט הלל צײטלין געשריבן אַז ער איז פֿאַר קײן שום פֿאַל ניט קײן נבֿיא, נאָר ער האַלט אַז, אױב די נבֿיאים װאָלטן מגולגל געװאָרן און געזאָגט נבֿיאות אין זײַן דור, װאָלטן זײ זיכער געזאָגט מער־װײניק דאָס װאָס ער.

איז אָבער פֿאָרט אַ גרױסער חילוק װען דער זון, אַהרן, רעדט װעגן „נבֿיאות“, להבֿדיל אלף אַלפֿי הבֿדלות. דאָ רעדט ניט קײן בעל־מקובל װאָס באַמיט זיך צוציִען יונגעלײַט צו חסידות־חב״ד אָדער װאָס סטאַרעט זיך צונױפֿקלײַבן רעדלעך יחידי־סגולה װאָס זײַנען מסוגל מכוון זײַן כּוונות און מיחד זײַן יחודים (װי דער טאַטע, הלל, האָט טאַקע געטאָן). נאָר װאָדען, דאָ רעדט אַ מאָדערניסטישער פּאָעט װאָס ער און אַזױנע װי ער האַלטן זיך פֿאַר בני־נבֿיאים פּשוטו־כּמשמעו. דאָס הײסט, „נבֿיאות“ איז בײַ א. צײטלינען שיִער ניט געגליכן צו פּאָעזיע, און די „מוזע“, די פּאָעטישע התעוררות איז, אַ שטײגער, װי דער רוח־הקודש װאָס אַנטפּלעקט זיך פֿאַרן דיכטער. דאָס דאַרף מען האַלטן אין זינען אַז א. צײטלין שרײַבט װעגן „נבֿיא־שפּראַך“.

א. צײטלין אַלײן גיט אונדז צו װיסן מיטן אונטערקעפּל, אַז „ראַביאַ, די הײליקע נזירה“ איז קודם־כּל אַן „אַראַבישער סיוזשעט“, ד״ה טאַקע אָריענטאַליזם, כאָטש קאָמבינירט מיט דער טעמע פֿון רוחניותדיקע „אַנונגען“. כ׳בין מסכּים מיט יואל מאַטװעיעװן אַז אינעם ליד װעגן ראַביאַן און אין די קאָראַנישע זאַכן פֿונעם ציקל לידער „אַנונגען“ װײַזט זיך פֿון דעסט װעגן אַרױס אַ פּאָזיטיװע באַציִונג צו איסלאַמישער פֿרומקײט, הײַנט, די לעצט דערמאָנטע לידער קלינגען אַ מאָל אַפֿילו װי כּמו־מוסולמענישע פּיעוטים. נאָר ס׳איז ניט קײן רעליגיעזע פֿילאָסאָפֿיע װי בײַם טאַטן, װאָס האָט זיך טאַקע באַמיט צו אַנטװיקלען אַ חסידישע פֿילאָסאָפֿיע באַזירט אױף אַ „פּאָזיטיװער װיסנשאַפֿט“ פֿון אינערלעכע איבערלעבונגען און נסיונות (לױט דעם פֿראַנצײזישן פֿילאָסאָף אַנרי בערגסאָנס באַגריפֿן). נײן, בײַ אַהרן צײטלינען זעען מיר גיכער אַ שפּילעװען זיך מיט עקזאַלטירטע, כּמו־פֿרומע אימאַזשן פֿון התעוררות און בענקעניש.

אַזױ װי מאַטװעיעװ ברענגט אָבער הלל צײטלינס פֿילאָסאָפֿיע װי אַ מין ראַיה פֿאַרן זונס צוגאַנג צום איסלאַם, װעל איך זיך דאָ אױך אָפּשטעלן אױף דעם ענין. אמת, הלל צײטלין האָט אָנגעשריבן דעם עסײ „בחבֿיון הנשמה“ („אין דער נשמהס באַהאַלטענעם אָרט“) װי אַן אָפּרוף אױף װיליאַם דזשײמסעס „די פֿאַרשײדענע מינים רעליגיעזע איבערלעבונג“. אָבער ער איז בעת־מעשׂה ניט מושפּע געװאָרן פֿון דזשײמסעס אוניװערסאַליזם, װי ס׳מײנט פֿרײַנד מאַטװעיעװ. פּונקט פֿאַרקערט, ער האָט דװקא געהאַט טענות צו דזשײמסן צוליב דעם װאָס די דוגמאות פֿון רעליגיעזער דערפֿאַרונג, װעלכע ער ברענגט, זאָגן ניט גענוג עדות װעגן דעם „אחד“ װאָס איז דער יסוד פֿון דער תּורה און פֿונעם גאַנצן װעלטבאַשאַף — אלא װאָס, װעגן יענעם „אחד“, װעגן דעם „אין עוד מלבֿדו“ („ניטאָ װײַטער קײנער אױסער אים אַלײן“) זאָגן עדות די ייִדישע מקורים: די נבֿיאים, שפּעטער קבלה און חסידות. הלל צײטלין שאַצט אָפּ אַנדערע רעליגיעזע שטרעמונגען און באַציט זיך צו זײ מיט גרױס אינטערעס, אַפֿילו אין די שפּעטערדיקע יאָרן, נאָר ס׳איז קלאָר פֿון זיך אַלײן אַז צו ייִדישקײט — און דער עיקר צו חסידות — איז ניטאָ קײן גלײַכן, אַפֿילו אַז צײטלינס צוגאַנג צו „רעליגיעזער מעטאַפֿיזיק“ איז פֿאַקטיש אינספּירירט געוואָרן דורכן רעליגיעזן עקזיסטענציאַליזם לױטן רוסישן נוסח.

דרך־אַגבֿ, אינטערעסאַנט צו באַמערקן אַז נאָכן חורבן האָבן געשטערט א. צײטלינען אַפֿילו אַזעלכע שפּורן פֿון אוניװערסאַליזם, און ער האָט זײ אָפֿטמאָל אָפּגעמעקט אין די שפּעטערדיקע אױסגאַבעס פֿונעם טאַטנס כּתבֿים, װי ס׳האָט ניט אײנמאָל אָנגעװיזן דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער יונתן מאיר.

נאָך אַן אינטערעסאַנטער חילוק פֿון הלל צײטלין ביזן זון אהרן איז דאָס װאָס אין א. צײטלינס ליד װעגן ראַביאַן, למשל, אַנטפּלעקט זיך אלקות אין „זיסקײט פֿון קוש“, אין „שטערן־בלױען גרוס“ און גאָטס „גנאָד־בליק“, בעת דער טאַטע טענהט: „אין אָנפֿאַנג איז געװען דאָס לײַדן.“ (אָנהײב פֿון עסײ „די אינערלעכע װעלט“) — און דאָס איז אין תּוך אַרײַן אױך דער הױפּטגעדאַנק פֿון „בחבֿיון הנשמה“: ניט „פּסיכאָדעליזם“, װי ס׳שרײַבט מאַטװעיעװ, נאָר װײטיק, פּײַן און שרעק זײַנען דער װאָרצל פֿון רעליגיעזער איבערלעבונג. ובֿכן, אין „בחבֿיון הנשמה“ באַשרײַבט הלל צײטלין אַלערלײ מינים פּחד און יראה, בהלה און השתּוממות. דער װאָס לעבט איבער אַזאַ געטלעכן פּחד איז געגליכן צו די װאָס „הציצו ונפֿגעו“, װאָס האָבן געכאַפּט אַ קוק אַרײַן אין פּרדס (גאָרטן) פֿון חכמת־הנסתּר אַרײַן און זײַנען פֿאַרװוּנדיקט געװאָרן.

אַזאַ מין פֿאַרװוּנדיקונג פֿון גײַסט און שׂכל קען לױט צײטלין גורם זײַן, למשל, אַז מע פֿאַלט אַרײַן אין אַ גרויס התפּעלות, מע חלומט װאַכעדיקערהײט, מע זעט חזיונות, ס׳זינגען די מאָרגענשטערן און ס׳קלינגען קולות פֿון די בני־האלהים (איובֿ ל״ח ז׳), צדיקים טאַנצן, און ס׳כאַפּט אײנעם אָן אַ מוראדיקע אימה. בײַ אַהרן צײטלינען זײַנען אױך דאָ משונהדיקע חזיונות, נאָר אין די לידער מכּוח איסלאַם רעדט זיך ניט װעגן אימה און שרעק. נאָר װאָדען, פּרישות און התבודדות, ד״ה אָפּשײדן זיך פֿון דער װעלט, מעשׂה נזיר, האָט בײַ אים צו טאָן מיט פֿאַרליבטקײט אין אַלאַה און באַהעפֿטן זיך מיט אים. הײסט עס, בעת דער טאַטע רעדט װעגן דעם װעג פֿון אָפּקומעניש און יסורים (לױט דעם פֿאָרשער יוסף װײַסעס טיפּאָלאָגיע, ר׳ נחמנס פּעסימיסטישער דרך), לײגט אַהרן צײטלין דעם טראָפּ אױפֿן האַרמאָנישן באַהעפֿטן זיך מיטן אײבערשטן, מיטן אור אין־סוף (לױט דער, מיט װײַס גערעדט, „אָפּטימיסטישער“ שיטה פֿון חב״ד).

אַ קיצור, ס׳איז באַלערנדיק צו פֿאַרגלײַכן דעם זונס פּאָעזיע מיטן טאַטנס פֿילאָסאָפֿיע, נאָר ניטאָ קײן קלאָרע, פּשוטע השפּעה — און, לױט מיר, אױך ניטאָ בײַ אַהרן צײטלינען קײן טיפֿע מחשבֿות װעגן איסלאַם צי גאָר אַן אָננעמען די מוסולמענישע רעליגיע װי אַ באַרעכטיקטע רוחניותדיקע שיטה. אמת, הלל צײטלין האָט געהאַלטן אַז מחמד איז װי אַראָפּ פֿון זינען דערפֿאַר װײַל ער האָט געהאַט אמתע רעליגיעזע איבערלעבונגען, נאָר דערפֿון איז נאָך גאָרנישט ניט געדרונגען בנוגע יענעמס תּורות אָדער, להבֿדיל, בנוגע אַהרן צײטלינס פֿריִיִקער „קאָראַנישער“ פּאָעזיע און זײַן פּאָעטישער באַציִונג צום איסלאַם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.