דער שרײַבער אַהרן צייטלינס טשיקאַווע פֿאַרכאַפּטקייט מיט איסלאַםAaron Zeitlin’s curious fascination with Islam
זײַן טאַטע, הלל צײַטלין, אַ חסידישער פֿילאָסאָף, האָט זיכער משפּיע געווען אויף זײַן זון.
דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, דעם 2טן מײַ, האָט די מוסולמענישע וועלט געפּראַוועט איד אַל־פֿיטר – די גרויסע חגא, וואָס קומט נאָכן תּענית־חודש ראַמאַדאַן. על־פּי צופֿאַל, איז אין דער פֿייסבוק־גרופּע „ייִדפֿאָרש‟ אין דער זעלבער צײַט פֿאָרגעקומען אַן אינטערעסאַנטע דיסקוסיע וועגן איסלאַמישע מאָטיוון אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אָנגעהויבן דעם שמועס האָט דער ייִדישיסט פֿיליפּ שוואַרץ, וואָס וווינט אין פּוילן און אַרבעט איצט איבער זײַן דאָקטאָראַט אין דער פּוילישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע אין וואַרשע.
באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען אין דער דיסקוסיע געווען די ווערק פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אַהרן צייטלין. אינעם שמועס מיט מיר האָט פֿיליפּ שוואַרץ באַטאָנט, אַז צייטלינס איסלאַמישע מאָטיוון זענען „ניט איבעריק אינטערעסאַנט‟. איך בין נישט מסכּים.
לאָמיר אָבער קודם דערמאָנען אַ פּאָר אַנדערע בײַשפּילן. דאָס ליד פֿון לייב נײַדוסן, מיט וועלכן דער אינטערנעץ־שמועס האָט זיך אָנגעהויבן, הייסט פּשוט „איסלאַם‟. דער פּאָעט שרײַבט: „איך ליב די אַלטע שיינקייט פֿון איסלאַם‟… „כ׳ווער ליכטיק, ווען כ׳דערמאָן זיך אָן אַלאַכן‟ (אויף רוסיש קלינגט „אַלאַ‟ ווי „אַלאַך‟, ווײַל רוסיש האָט נישט קיין „הא‟.)
… „און ס׳פֿאַלט אויף מיר דער שאָטן פֿון מחמד…‟ הגם נײַדוס לויבט אין זײַן ליד די עסטעטיק פֿון דער איסלאַמישער רעליגיע, ווײַזט זײַן וואָרט „אַלאַכן‟ בולט, אַז דאָס איז בלויז אַ טיפּישער אויסדרוק פֿון דעם, וואָס דער באַרימטער פּאַלעסטינער־אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר עדוואַרד סאַיִד האָט גערופֿן אָריענטאַליזם. אינעם בוך מיט אַזאַ נאָמען דערקלערט סאַיִד, אַז הגם אַ סך אייראָפּעיִשע פּאָעטן, שרײַבער און קינסטלער באַזינגען די איסלאַמישע קולטור, בלײַבט זי פֿאַר זיי עקזאָטיש פֿרעמד און ווילד.
לייב נײַדוס (1890 – 1918) איז געווען אַ רײַסישער ייִד פֿון גראָדנע, וועלכער האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף ייִדיש, לשון־קודש און רוסיש, ווען ער האָט זיך געלערנט אין אַ ווילנער גימנאַזיע. אין זײַן „איסלאַם‟ שילדערט ער פּאַלמעס און אַן אימאַם מיט אַ גרינער טשאַלמע (טורבאַן). נײַדוס האָט גרינג געקאָנט זיך באַקענען מיטן פּראַקטישן, טאָג־טעגלעכן איסלאַם אין ווילנע, ווײַל דעמאָלט האָבן דאָרט געוווינט אַ גרויסע צאָל טאָטערן. דער יונגער פּאָעט האָט זיכער געזוכט נישט דאָס, נאָר דווקא די מיזרחדיקע עקזאָטיק.
אַן ענלעכן טעם האָט יחיאל־ישעיה טרונקס „אָריענטאַליש ליבע־ליד‟ , וואָס איז דערשינען אין 1940 אינעם ווילנער ליטעראַרישן אַלמאַנאַך „אונטערוועגנס‟. אין זײַן ליד דערמאָנט טרונק, אַ פּוילישער ייִד, טאַמבורינען, קאַראַוואַנען, דעם שטילן מידבר און די „פֿרומע פּילגרימען‟, וואָס גייען קיין מעקע „מיטן ניגון פֿונעם הייליקן קאָראַן‟. פֿון דעסט וועגן, ווײַזן אַזעלכע לידער, אַז אין דער ייִדישער ליטעראַטור זענען פֿאַראַן מוסטערן פֿון אַ בפֿירוש סימפּאַטישער באַציִונג צו דער מוסולמענישער קולטור.
גאָר אַן אַנדער מעשׂה איז מיט צייטלינען. זײַן טאַטע, הלל צייטלין, איז געווען גאָר אַן אָריגינעלער חסידישער פֿילאָסאָף. ד״ר אַרטור גרין האַלט אים פֿאַר אַ פֿאָרלויפֿער פֿון דער הײַנטיקער נעאָ־חסידישער באַוועגונג. זײַענדיק אַ שטרענג פֿרומער ייִד, איז הלל צייטלין געווען אַ מיסטיקער פֿון אַן אוניווערסאַליסטישן שניט. אין זײַן ספֿר „בחבֿיון הנשמה‟ („אינעם באַהעלטעניש פֿון דער נשמה‟) איז ער זיך משער, אַז מוחמד האָט טאַקע געהאַט אמתע אַנטפּלעקונגען פֿונעם רבונו־של־עולם. כאָטש די קריטיקער האָבן געטענהט, אַז דער גרינדער פֿון איסלאַם האָט זיך געפֿירט ווי אַ משוגענער, באַטאָנט צייטלין, אַז דאָס איז געווען אַ הייליק, נבֿיאיש „משוגעת‟. פֿאַר אַ פּשוטן מענטש זעט אויס איינער, וואָס געפֿינט זיך אין אַ געטלעכן כּמו־פּסיכאָדעלישן התפּעלות־צושטאַנד, דווקא ווי אַ משוגענער.
הלל צייטלין גייט נאָך ווײַטער און באַטאָנט, אַז די גרעסטע פֿילאָסאָפֿן און פּאָעטן, פֿון סאָקראַט ביז דאַנטע, זענען אויך געווען צום טייל נבֿיאים. אויף זײַן אוניווערסאַליזם האָט משפּיע געווען דער אַמעריקאַנער פֿילאָסאָף און פּסיכאָלאָג וויליאַם דזשיימס.
ס׳איז קלאָר, אַז דעם טאַטנס „פּסיכאָדעליזם‟ האָט איבערגעלאָזט אַ גרויסן רושם אויף דעם זון, אַהרן צייטלין. די טעמעס פֿון התפּעלות, „הייליקער ווילדקייט‟, פֿאַרשיידנאַרטיקייטן פֿון מענטשלעכע גײַסטיקע דערפֿאַרונגען איז דער שטענדיקער לייטמאָטיוו אין זײַנע ווערק. אַהרן צייטלינס ליד „ראַביאַ, די הייליקע נזירה‟ איז געווידמעט אַן אָנגעזעענער סופֿי־פֿרוי, ראַביאַ באַסרי, וועלכע האָט געלעבט אינעם 8טן יאָרהונדערט אין באַסראַ, איראַק. שרײַבט אונדזער דיכטער, אַז זי פֿלעגט „פֿון אַלעם בלינדן, ערדישן זיך אויסטאָן‟, זיך פֿאַרטאָן אין טיפֿע תּפֿילות און זאָגן: „אַלאַה געליבטער מײַנער‟.
דאָס ליד איז דערשינען אין 1923, אינעם בוך „שאָטנס אויפֿן דאַך‟. הלל צייטלין האָט דעמאָלט ווײַטער אַנטוויקלט זײַנע מיסטישע שיטות; זײַן „בחבֿיון הנפֿש‟ איז אַרויס מיט 10 יאָר פֿריִער; דער זון האָט עס זיכער געלייענט. צוויי לידער אין דער זעלבער זאַמלונג פֿון אַהרן צייטלינען הייסן „אַלקאָראַניש‟ און „קאָראַן־מאָטיוון‟:
די נאַכט על־קאַדר – עס גייט אין איר
נישט טרויער אָן, נישט האַס
ביז מאָרגנרויט איז פֿרייד אין איר
און רויִקייט אַלאַהס.
אין יענער נאַכט האָט אויפֿגעגליט
אַ ליכטפֿולער קאָראַן,
מײַן רויז האָט דעמאָלט אויפֿגעבליט,
באַגאָסן פֿון גאָטס קאַן.
לויט איסלאַם, איז אַל־קאַדר די געבענטשטע נאַכט, ווען דער קאָראַן איז אַראָפּגעשיקט געוואָרן פֿונעם הימל אויף דער ערד און מוחמד האָט דערהערט די ערשטע פּסוקים דערפֿון. אין אַהרן צייטלינס שפּעטערדיקע ווערק טרעפֿט זיך ווײַטער פֿון צײַט צו צײַט די ליניע פֿון קאָראַניש־איסלאַמישע סוזשעטן.
עס וואָלט געווען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז אַהרן צייטלין איז געווען ממש אַ „קריפּטאָ־מוסולמענער‟. מיט ווײַט־מיזרחדיקע גײַסטיקע טראַדיציעס איז ער אויך געווען באַקאַנט; דער מלאך מטטרון פֿירט בײַ אים אַ דיאַלאָג מיט בודע וועגן אַזעלכע ענינים, ווי קאַרמע און נירוואַנע. פֿון דעסט וועגן, זעט אויס, אַז דער מיסטישער שטראָם פֿון איסלאַם איז געווען, צוזאַמען מיט אַנדערע דרכים און זוכענישן, אינטעגרירט אין אַהרן צייטלינס גײַסטיקן וועג.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor