ראָמאַן לעבט אויף לעצטע תּקופֿה פֿון סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטורNew Yiddish novel brings to life the last era of Soviet Yiddish literature
אין די מיט–1990ער יאָרן קומט אַ ייִדישער שרײַבער פֿון ישׂראל קײן מאָסקװע כּדי צו פֿאָרשן היסטאָרישע דאָקומענטן װעגן דער ייִדישער קולטור אין די רוסישע אַרכיװן. דער שרײַבער אַלײן שטאַמט פֿון בעסאַראַביע און האָט אָנגעהױבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע נאָך אין די סאָװעטישע צײַטן. נאָכן קראַך פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָט ער עולה געווען און איצט העלפֿט ער שאַפֿן אַ דיגיטאַלישן אינדעקס פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין ירושלים.
דער לײענער, װאָס איז אַ ביסל באַקאַנט מיט דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם ייִדישן שרײַבער באָריס סאַנדלער, דעם געװעזענעם רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרװערטס‟, װעט אים גלײַך דערקענען אין דער געשטאַלט פֿון דובֿ–בער קרופּניק, דעם העלד פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן „מיט אַ שליחות קײן מאָסקװע‟. עס איז אױך ניט שװער צו דערקענען די רעאַלע פּראָטאָטיפּן פֿון די פּערסאָנאַזשן פֿונעם ראָמאַן, אַזעלכע װי אַבֿרהם [נאָװער]שטערן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט, אַהרן [װערגע]ליס, דער רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקװער ייִדישן זשורנאַל „סאָװעטיש געזעמלאַנד [הײמלאַנד]‟, דער קעשענעװער שרײַבער רחמיאל ראַשקאָװאַן [יחיאל שרײַבמאַן] און אַ סך אַנדערע. דער דאָזיקער קינסטלערישער כּלי לאָזט דעם מחבר מער רױם פֿאַר זײַן פֿרײַען כּח–הדמיון. אין דער סאָװעטיש־ייִדישער ליטעראַטור איז שוין פֿאַראַן אַ מוסטער פֿון אַזאַ מין שרײַבן, װאָס האָט מסתּמא משפּיע געװען אױף סאַנדלערן. דאָס איז שמואל גאָרדאָנס ראָמאַן „יזכּור‟, װאָס דערצײלט װעגן דער תּקופֿה פֿון די סטאַליניסטישע רדיפֿות סוף–1940ער יאָרן.
אַזױ װי גאָרדאָן אין זײַן ראָמאַן, ציט סאַנדלער דעם סך–הכּל פֿון אַ קולטור־היסטאָרישער תּקופֿה. זײַן טעמע איז די באַשײדענע אױפֿלעבונג פֿון ייִדיש אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט דער שאַפֿונג פֿונעם זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟ אין 1961. די הױפּטפֿיגור איז אין משך פֿון די גאַנצע דרײַסיק יאָר געװען דער שעף–רעדאַקטאָר אַהרן װערגעליס. די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל איז דער ערשטער אַדרעס, װאָס קרופּניק באַזוכט גלײַך נאָכן אָנקומען קײן מאָסקװע. ער געפֿינט דעם רעדאַקטאָר, ליס, אינעם אַלטן ביוראָ אָבער דער זשורנאַל האָט געביטן דעם נאָמען אױף „ייִדישע גאַס‟. פֿון דער גאַנצער רעדאַקציע זײַנען פֿאַרבליבן בלױז צװײ מיטאַרבעטער, אָבער דער אַלטער ליס האָט ניט אָנגעװױרן זײַן אָפּטימיזם. דער אַמאָליקער קאָמוניסט דערקלערט די נײַע פּאָליטיק פֿון זײַן זשורנאַל: „מיר עפֿענען ברײט די טירן פֿאַר די ייִדישע שריפֿטשטעלער פֿון אַלע מקומות. […] ס׳איז װיכטיק צו װיסן, אַז דער זשורנאַל איז נישט קײן אָרגאַן פֿון אַ פּאָליטישער גרופּע אָדער פּאַרטײ.‟ דער דאָזיקער באַזוך לאָזט אין גאַנג אַ קײט זכרונות, װאָס זײַנען אַזױ אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיטן זשורנאַל.
דער פֿאָדעם פֿון דער דערצײלונג װיקלט זיך צװישן פֿאַרשײדענע היסטאָרישע שיכטן, פֿונעם פּאָסט–סאָװעטישן איצט צום סאָװעטישן עבֿר און צוריק. „יעדער היסטאָרישער שיכט, אײַנגעפּרעסט אינעם זכּרון פֿון דורות, האָט װאָס צו דערצײלן — ריר זיך צו אים נאָר צו,‟ באַמערקט דער נאַראַטאָר. אַ װיכטיקער שיכט אין סאַנדלערס אײגענער ביאָגראַפֿיע איז געװען זײַן לערנען זיך אױף די העכסטע ליטעראַטור–קורסן אין מאָסקװע. דאָס איז געװען אַ פּראָגראַם פֿאַרן אױסלערנען די ליטעראַרישע מלאָכה, ענלעך צו דעם אַמעריקאַנער מאַגיסטער–פּראָגראַם אין „שײנע קונסטן‟. אין 1981 האָט װערגעליס אױסגעפּועלט בײַ די העכסטע סאָװעטישע אינסטאַנצן אַ דערלױבעניש אױפֿצונעמען אַ גרופּע פֿון פֿינף תּלמידים זיך צו לערנען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור. דער ציל איז געװען צוצוגרײטן אַ נײַעם דור ייִדישע ליטעראַטן און רעדאַקטאָרן פֿאַר „סאָװעטיש הײמלאַנד‟. דערצו איז געװען נאָך אַ פּאָליטישע סיבה, דערקלערט סאַנדלער, „אַ גוטע פּראָפּאַגאַנדע–אַקציע אין דער צײַט פֿון דער ׳קאַלטער מלחמה׳‟, כּדי צו װײַזן דער װעלט, אַז עס איז אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד ניטאָ קײן דיסקרימינאַציע קעגן דער ייִדישער קולטור.
די דאָקומענטן פֿונעם ייִדישן אַנטי–פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, װאָס זײַנען קאָנפֿיסקירט געװאָרן דורך דער סאָװעטישער געהײם–פּאָליצײ און זײַנען נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד װידער געוואָרן צוטריטלעך אינעם מלוכישן אַרכיװ פֿון רוסלאַנד, טראָגן קרופּניקן אַריבער אין די 1940ער יאָרן. ער האָט „דערפֿילט װי עס שטיקט אים אַ בענקשאַפֿט נאָך יאָרן און מענטשן, װאָס ער האָט מיט זײ אין דער װירקלעכקײט זיך קײן מאָל ניט געטראָפֿן, אָבער שטענדיק געװען און פֿאַרבליבן מיט זײ גײַסטיק געקניפּט און געבונדן.‟ די כּתבֿ-ידן פֿון דוד בערגעלסאָן, דעם נסתּר, פּרץ מאַרקיש און אַנדערע שרײַבער, װאָס זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן דורך סטאַלינס רעזשים, װערן בײַ קרופּניקן אַ מין ייִחוס–בריװ אין דער ייִדישער ליטעראַטור. און „װאָס טיפֿער דובֿ–בער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין דער שאַכטע פֿון צײַט, אַלץ שאַרפֿער האָט ער זיך אײַנגעקוקט אינעם אַרום פֿון הײַנט‟.
און טאַקע הײַנט, װען די גאַנצע װעלט שטײט פּנים–אל–פּנים מיט דער רוסישער אַגרעסיע קעגן אוקראַיִנע, באַקומט סאַנלדערס ראָמאַן אַ נײַע אַקטועלקײט. סטאַלינס רעזשים, װאָס האָט אומגעבראַכט מיליאָנען קרבנות; צװישן זײ — די פּני פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור, האָט באַקומען אַ נײַעם גילגול אין פּוטינס רוסלאַנד. װען מען לײענט הײַנט די אַרכיװאַלע פּראָטאָקאָלן פֿונעם סטאַליניסטישן משפּט איבער די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי–פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין 1952, זעט מען בפֿירוש, אַז אינעם הײַנטיקן רוסישן געריכט װאָלט מען זײ װידער פֿאַרמישפּט װי „אַגענטן פֿון אױסלענדישע אָרגאַניזאַציעס‟.
„מיט אַ שליחות קײן מאָסקװע‟ איז כּמעט ווי אַ דאָקומענט פֿון אַ תּקופֿה, װאָס באָריס סאַנלדער האָט דורכגעלעבט אי װי אַ טוער אי װי אַן עדות. זײַן זכּרון האָט אָפּגעהיט אַ סך פּינקטלעכע פּרטים, װאָס מאַכן זײַן קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿון דער תּקופֿה לעבעדיק און פֿריש. אינעם לעצטן קאַפּיטל פֿונעם ראָמאַן, ערבֿ זײַן צוריקפֿאָרן פֿון מאָסקװע קײן ישׂראל, באַזוכט קרופּניק דעם ייִדישן שרײַבער שמואל דאָגנאַר, װאָסער פּראָטאָטיפּ איז שמואל גאָרדאָן, דער מחבר פֿונעם „יזכּור‟–ראָמאַן. ער האָט „דער ערשטער און אפֿשר דער אײנציקער פֿון אַלע זײַנע אומגעקומענע און לעבעדיקע שלאַכט–ברידער זיך דורכגעשלאָגן צו דער סאַמע אײבערשטער פֿראָנט–ליניע, כּדי צו דערצײלן דעם פֿאַרשװיגענעם גרױסן אמת‟. סאַנדלער האָט געשאַפֿן זײַן אײגענעם „שרײַבערישן אַני–מאמין‟ װי אַ מין המשך צו גאָרדאָנס מאָנומענטאַלן װערק.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor