ווי איך, בעת מײַנע היימלאָזע טעג, האָב אויף שבֿועות געפֿונען אַ געלעגער How I, during my homeless days, found a bed on Shavuos
הערנדיק אַז די אַמשינעווער חסידים קומען צום רבין אויף שבֿועות, האָט דעם מחברס חבֿר געהאַט אַ גאָלדענע עצה.
דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.
פרעגט נישט קיין קשיא אויף א מעשה, אבער אזוי איז געווען: איך האב מיך א שטיק צייט געוואלגערט אין ירושלים אן קיין דאך איבערן קאפ. געשלאפן בין איך אין די פאלישער פון די בתי מדרשים ביז דער ערשטער מענטש איז אנגעקומען פארטאגס. דאן האב איך מיך במשך פֿונעם טאג ארויסגעלאזט איבער די גאסן פון ירושלים עיר הקודש, און אין די שפעטע נאכט שעה׳ן בין איך צוריק אריין אין פינצטערן ליידיגן פּאליש פון שיל כאפן מיין שלאף.
א חבר האב איך געהאט אין ירושלים, א ידיד נאמן, אבער א דירה׳לע האט ער געהאט אזוי גרויס ווי א גביר׳יש בית הכבוד׳ל… און ער איז געווען א גרויסער לייענער, האט ער די ״דירה״ אנגעשטאפט מיט ספרים און ביכער. אזוי אז ס׳שוין נישט געווען קיין פלאץ אריינצושטופן דארטן אפילו אן איבעריגער קאפעלוטש.
מיינע רוקנביינער האבן געשפירט ווי זיי ברעכן זיך שוין, פון אזוי לאנג שלאפן אויף בענק און טישן אין די שילן און פאלישער. איך האב מיך קוים געקענט דערווארטן צו קענען האבן א בעט, זיך קענען אויסציען מיינע צאמגעבראכענע ביינער ווי א גומענער יאשטשערקע.
האט זיך דערנענטערט דער שבועות, און מיין חבר האט אן המצאה: „היות די אמשינעווער חסידים קומען צו פארן צום רבי׳ן אויף יום טוב און עס ווערט צוגעשטעלט בעטן צו שלאפן בחינם, גיי אהין אויף יום טוב,“ האט ער געעצהט. „היות דער רבי הייבט אן פראווענען דעם יום טוב ווען ס׳טאגט שוין אום שבועות בייטאג, און אפילו שפעט אין טאג, וועסטו צוויי נעכט קענען שלאפן אין א בעט.“
זאג איך: „ביסט משוגע, איך בין דאך נישט קיין אמשינעווער חסיד! זאל איך מיך גיין חסיד׳ן פאר א פרעמדן רבי׳ן?“
זאגט מיין חבר: „נו, וועסטו זיך מאכן אן אמשינעווער חסיד פאר צוויי טעג. ס׳דאך שלאף בחינם און אויך יום טוב׳דיגע סעודות.“
איך האב מיך צוגעכאפט צו דעם רעיון, און קוים געקענט זיך דערווארטן אויף שבועות נאכט צו קענען אויסשטרעקן מיינע ביינער אויף א בעט, מעשה מענטש.
קום איך אן קיין בית וגן מיטן אויטאבוס, איך דערנענטער זיך צום ״הויף״. א בהלה, חסידים לויפן אריין, ארויס, מיט רענצלעך, מען פרעגט נומערן און מען ווייזט אן צימערן. איך טרעף מיך אין א גרויסן צימער מיט בערך פופצן מאטראצן אויף די ערד איינס נעבן אנדערן. ווי אין א מיליטערישער באזע. מיין מאטראץ איז א דינינקער. דאס גייט זיין מיין געלעגער פאר פילע צוויי נעכט, מיין ערווארטעטער געלעגער.
איך וואש מיך ארום אין מקווה, איך גרייט זיך צו גיין אין רבי׳נס שיל אריין. איך גיי זיין אן אמשינאווער חסיד פאר די קומענדיגע צוויי טעג. איך שפיר זיך ווי דער גוי ביים שולחן עורך, ווי א יוון אין דער סוכה. אבער וואס טוט מען עס דען נישט פאר אן אומזיסטער געלעגער?
גיי איך אריין אין שילעכל. איך כאפ מיך מיט מיטן מנין מערבית וואס די חסידים מאכן אנעם רבי׳ן. דער רבי גייט אנהויבן פראווענען מארגן נאכמיטאג דעם היינטיגן נאכט סדר, מאכן די חסידים אן אייגענעם מנין, און די חסידים דארטן מיט די ספאדיקעס וואס זעען אויס ווי גערער חסידים, טאנצן א חסידישן טאנץ, אבער נישט ווי די גערער מיטן שטייפן גראדן רוקן און קורצע מארשירנדע בת יענה טריט, נאר ווי עכטע חסידים, מיט א חמימות, א צוגעלאזנקייט. איך שטיי און קוק און שטוין און קען נישט גלייבן: ״ספאדיקעס״, און טאנצן פארהויקעט און איינגעבראכן, ווי כניאקישע חסידים?
און נאכן דאווענען, אז עס האט עמיצער דארטן אין שטיבל געהערט אז איך בין פון זיין שטעטל אין קאנאדע, האט ער מיר איינגעלאדן צו דער יום טוב׳דיגער סעודה מעשה חשוב׳ער גאסט. יענער האט נישט גע׳חלום׳ט אז איך גלות זיך יעצט ארום. יענער האט א געזינדל קיין עין הרע — קינדער, שנירן און איידעמער, און איז מיך מכבד ווי א לאנדסמאן, איז מלא שמחה צו האבן דעם ״גאסט״ ביי זיך אין שטוב, און דערציילט די משפחה מיטגלידער וועגן דעם ״באזוכער״ פון זיין היים שטאט… שמועסט מיט מיר איבער זכרונות פון שטעטל, און צום בענטשן איז ער מיר מכבד מיט דעם רבותי, אלס כהן. (דאס איז אגב געווען דאס ערשטע מאל ווען איך האב געזען אז מען גיט א כהן דאס בענטשן, ווייל ביי רוב גאליציאנער חסידים גיט מען דעם כהן בלויז די ערשטע עליה אין שיל, און בענטשן גיט מען אנגעזעענע געסט).
קום איך צוריק אין שיל און צום גאנצן חצר, דארטן ווי די מאטראצן געפונען זיך… אבער ס׳איז איצט תיקון ליל שבועות — קען איך נאך נישט גיין שלאפן, איך וועל דאך אויסזען ווי א גוי… מען דארף ווארטן ביזן עלות השחר, ביזן זון אויפגאנג … דריי איך מיך ארום מיטן זאגער׳ל, זאג און זאג, מיינע קניען ברעכן זיך, איך האלט שוין ביי ״נביאים״ – ביי ״כתובים״ – מגילת רות, קוק יעדע וויילע אויפן גרויסן זייגער, עס ווערט פירע; צוואנציג נאך פיר; שוין האלב פינף, און דער הימל איז נאך שווארץ ווי א ראב פויגל. באין ברירה זאג איך ווייטער, משניות, זוהר, איך גרייך שוין דעם תרי״ג מצוות… איך מאך זיך אפ, איך גיי נישט קוקן מער אויפן זייגער, ווייל פארוואס זיך נאכאנאנד אנטוישן? אבער בגנבה גיבן מיינע אויגן נאך א בליק אויפן גרויסן ליימענעם גולם… צען פאר פינף. ״נו, כ׳האב דיר שוין געזאגט – זאג איך צו מיר אליינס מיט א טאן פון ״איך קען שוין די מעשיות״ – ״עס גייט היינט נישט ווערן טאג אן א נס… משיח וועט קודם קומען.“
און אז עס באווייזט זיך ענדליך דער מארגן שטערן, א שטיקל בלוי ביים מזרח האריזאנט, לויף איך אן קיין שהיות אין צימער אריין, און איך פאל אריין אינעם מאטראץ, אדער בעסער געזאגט, א ״לאפא״ ברויט בצורת מאטראץ… אבער אז דאס איז מיין אזוי ״אויסגעבעטענער״ געלעגער, פאל איך אריין דערינען ווי אין די מאמעס ארעמס, שלאף איך דערינען, און אז איך שלאף – שלאף איך ווי א גוי.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO