Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די „גיבורים“ אין די ווילאַמסבורגער חדרים האָבן געוואָרפֿן אַ שרעק We all feared the tough guys of the Williamsburg cheders

יהושע כּהנא רעכנט אויס די ייִדישע ווערטער פֿאַר די קלעפּ וואָס יענע שטאַרקע ייִנגלעך האָבן געקענט דערלאַנגען.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

ביי אונז אין חדר, פונקט ווי אין אנדערע חדרים,  איז געווען איינער וואס מע האט אים געהאלטן פארן „גיבור פון דער כיתה“.

גבורה אין א נארמאלער געזונטער תלמיד תורה צווישן תלמיד תורות, מיינט נישט הכובש את יצרו – געוועלטיגן אויפן יצר. עס מיינט נישט אן עיליי’ש  קעפל אדער שארפע בליקן וועלעכע שניידן אריין אין יענעם׳ס בני מעיים, אין די געדערים אריין. ס’מיינט אויך נישט א שארף פיסקל, א הויך קול, נישט אַפֿילו אַ חברמאן׳ישקייט.

הגם מיר האבן זיי אלע נישט אוועק געמאכט, און וואויל איז אוודאי צו דער וואס פארמאגט צווישן די צוויי שפורדלדיגע באקן זיינע א מיילעכל וואס איז ביכולת אריינצושניידן ווי א שפיז אין יענעם׳ס געהיר אריין, באגלייט מיט א פּאָר געפינטלטע אייגעלעך ווי כישוף׳דיגע קוגעלעך געמאכט פון אנטארקטישע אייז. בכל זאת, גבורה אין א חדר מיינט פשוטו כמשמעו, ווי ס׳אויער הערט – צו קענען דערלאנגען א פאר זבענגן (קלעפ) א פאר כמעלעס, אן קיין שהיות אין וועמען מען דארף, און אין וועמען מען דארף נישט, אזעלעכע געבריקעטע קאָפּעס (שטויסן), געצאנקטע פליקן, געהאמערטע פויסטן, אז מען זאל האבן צום הערן און צום געדענקען. מאכן אזעלעכע געקינצלטע שלשלת׳ן מיט די הענט און פיס; דערלאנגען א בחינם׳דיגע קאזשעליקע – איבערדרייען אויפן קרבן דאס וועלטל אין אן אחיזת עניים אז ער זעט זיך א ליגעדיגער אויף גאטס אויסגעבעטע ערד ווי אין טאג פון געבוירן און פרעגט זיך, וואו בין איך עס אויף דער וועלט… דאס אלץ אין א בליץ פלינקייט ווי ״כהרף עין״, ווי דאס שנעלקייט פון דאס ווארט ״כלם״ וואס גאט זאגט אין א צארענדיגער מינוטקאלע… אט דאס איז גבורה, גארנישט קיין פשט׳ל, גארנישט קיין תורה׳לע, נאר פשוטו של מקרא.

און שוין איינמאל רבותי האט גבורה געשפילט א ראלע אין אונזער ״חדר׳דיגן״ קאסמאס. א גיבור צווישן אונז איז געזען געווארן ווי א סארט סופער מאן, עמיצער פאר וועמען מען האט דרך ארץ… און דוקא האבן מיר דאס גע׳ירש׳נט פון די דערוואקסענע, וועלעכע האבן עס גע׳ירש׳נט פון זייערע דערוואקסענע בימי ימיהם, ביז די קדמונים. און טאמער וועט איר מיינען אז מיר זענען געווען ספארטס לייט, זאג איך אייך: ניין, אפגעהיט זאל מען ווערן אזוי צו קלערן אויף אונזערע געוויקלטע חסידים׳לעך, אבער אז עס האט פלוני נאר געוויזן אז ער פארמאגט הארטע ״גומי״ צווישן זיינע ביינער און ווייסט די מלאכה פון ״חליקה״ – יענעם אזוי ״אראפגליטשן״ פלאך ווי ברעט אויפן פאדלאגע… איז דאס גאנץ פיין געווען א ״דבר חשוב״… און עס האבן אלע געהאט דאס יראת הכבוד ארום אזא ״אנוועזנהייט״…

נאר וואס, לשבחם של ישראל, צו אונזער קרעדיט, קען איך זאגן, אז מען קען די מלאכה, האט נישט געמוזט קומען דוקא דורך׳ן ווייזן ווער ס׳איז דא באלעבוס, כלומר, עמיצן אנלערנען בלק, זאל ער געדענקען וויאזוי זיין באבע האט געהייסן… ווייל עס איז גענוג געווען נאר אנצייגן וויפיל ״קארטאפל״ מען וואלט ווען נאר געקענט אריינשטעלן אין אן אויבער-ארעם אדער אין א בוזעם, האט ער יוצא געווען, האט יעדער געוואוסט אז דא רעדט מען נישט פון א מפּיל קינד; אדער לאז שוין זיין וויפיל שווערע טישן פונעם אלטן ספרים צימער ער קען אויפהייבן מיט א פאק גמרות און שולחן ערוך’ס דערויף, האט ער יוצא געווען, און מיט אים וועט זיך שוין קיינער נישט אנהייבן. און אז עס איז דא א שווערער באלעמער אינמיטן צימער צו שטופן פון איין עק היכל צום אנדערן, איז דאס אויך א גוטער צייכן אז אט איז עמיצער פאר וועמען מען זאל דרך ארץ האבן – ס׳רעדט מען דא פון א כרתי ופלתי׳ניק, א בחור מיט ביינער.

מיין חדר, דער סאטמארער חדר אין אנטווערפן, האט אוודאי נישט געפראוועט קיין נזירות אין דעם געביט. פארוואס זאל זי יא, איז דאס דען אן אנשטאלט פאר אינוואלידן, פאר קריפלען, פאר ווייבליכע פחדך׳נידעס? מען רעדט דאך דא פון לעבעדיגע געזונטע בנים, איז וואס׳זשע האלטן די ביינער פאר זיך?… האט מען בכלל אויך דא געוואוסט וואזוי מען ניצט סיי דעם קול פון יעקבן סיי די האנט פון  עשיו. נאר וואס, בשבחם של ישראל קען איך זאגן, ס’איז געווען איידל און מילד כלפי דעם אנדערן סאטמארן חדר ווי איך בין געגאנגען.

פון וועלעכן אנדערן סאטמארן חדר רעד איך דא? וועל איך אייך דערציילן, און איר וועט זען מיט רעכט אז כאטש עס האנדלט זיך פונעם זעלבן סאטמאר, רעדט זיך אבער דא פון צוויי אנדערע וועלטן. ס׳הייסט, כלפי ציונות זענען זיי ביידע גלייך, אבער ווען עס קומט צו הענט רעדט מען דא נישט פונעם זעלבן סארט בעל חי בכלל… און רעדן רעד איך דא פון וויליאמסבורג:

איינמאל אין צוויי יאר זענען מיר געקומען קיין וויליאמסבורג צו דער באבען, זאל זי זיין געזונט און שטארק, און יעדעס מאל אז איך בין געקומען צוגאסט אהין האט מיר געכאפט א ויחד יתרו – אן ״אוי וויי״ און אן ״או ווא״ באזאמען, ווייל כ׳האב זיך אוודאי געשעצט גליקליך אז איך געפין זיך אין דעם פלטרין של מלך (דער מיטאלאגישער הויפט שטאט פון ״אידיש״ לאנד), אבער אויך האב איך געוואוסט אז דא וועל איך נישט זיין דער צעלייגער וואס איך בין אין דעם קליינעם אנטווערפענעם תלמיד תורה. אין וויליאמסבורג געפינט זיך דער חדר אין א בנין, גרויס און פארכטיג ווי א מאנאסטיר, א ״בילדינג״ פון זיבן שטאק מיט איבער הונדערט צימערן וואס גיט באלד אנצוהערן אז דא ביסטו נישט אין די באבעס קיך. שוין ביים אריינקומען אינעם ״בילדינג״ צאפלט דאס הארץ, עס נעמט א קאלטקייט ארום די ביינער. און דא, מיינע פריינד, שלאגן די רבי׳ס, נישט ווי אין אנטווערפן וואו מען גיט פעטשלעך ווי מומע יענטל גיט פארן נישט פערטיגן דעם וועטשערע, דא שמייסט מען ווי אין גיהנום און עס טוט וויי… און א מנהל, ער איז דא ווי א גרויסער אינקוויזאטאר, אז נאר ער שטעלט א בליק אויף דיר חלשסטו.

און אט דא, אין דעם ריזיגן כמו פאבריק חדר, האט מיין קאזין, א בריון מיט ביינער, מיר מיט גרויס שטאלץ אויסגערעכנט די גיבורים זיינע, דא זענען דא אפיציעלע גיבורים, און וויי וויי ווער עס פארטשעפעט זיך מיט זיי, אפילו די גרויסע טאטעס האבן מורא פֿאר זיי… און גיבורים האט ער א ליסט נישט נאר פון זיין אייגענער כיתה, ער האלט ביי א סך מער, פונעם גאנצן בנין מיט די כל הצענדליגע כיתות וכיתי כיתות. און יעדער אזא גיבור האט אן אנדער אייגנשאפט, איינער איז די גרעסטע גיבור, פשוטו כמשמעו, דער איז א בריא, פארמאגט “מאסלס”. הערסטע, די ערשטע מאל אין מיין לעבן איך האב געהערט פון אזא באגריף ״מאסלס״ אט דא צווישן די אמעריקאנער וויליאמסבורגער יאטן. נאר שפעטער האב איך אין די צייטשריפט ״ביילייכטונגען״ געזען דאס ווארט ״מוסקלען״ און פארשטאנען אז דאס רעדט מען פון די זעלבע זאך וואס איך האב אמאל געקענט אלץ די וויליאמסבורגער ממזרישע ״מאסלס״.

אן אנדערער גיבור פון דעם תלמיד תורה, איז א פלינקער קאראטיסט, דער פשוט קען די מלאכה פון טיילן מכות, ער קען פליקן שטיקער אז ער וויל נאר, און אוי היטן זיך אלע די ביינער פאר אים, אים וועט קיינער נישט וואגן צו טשעפענען. א דריטער איז א גלאטער אכזר, א לעמפערט, קיינער וויל מיט זיינע הענט נישט האבן קיין מגע ומשא… דער  גייט נישט ארויס פון קיין געשלעג אן א בינטל האר אין די הענט. זיינע הענט באהאגלען ווי א ווינטערלאטור, רייסט וואו מען קען רייסן, בייסט וואו מען קען בייסן, ביז יענער, דער קרבן, ליגט ווי א קנאספ אויף די פאדלאגע און בעט זיך ביים ביסל לעבן וואס איז אים נאך געבליבן.

נו א חידוש דען?… אז זיי די וויליאמסבורגער בריונים קענען אריינהייבן שלעק פונעם רבי’ן אחת ואחת אחת ושלושים וואס אין אנטווערפן וואלט מען באלד געפאלן חלשות, זאלן זיי נישט האבן קיין  ״מאסלס״?… און זע נאר וואס  פארא עסן מען עסט דא, כלפי די אנטווערפענע זענען די וויליאמסבורגער זולל  ושובעניקעס. וואס פארא פיצאס און וואורשטן די חברה דא זענען בולע אז מען קען דערפון קריגן וואנצען הויט, עלעפאנטן הויט. אמאל האט מען געזאגט: געזונט ווי א גוי, אבער ביי אונדז אנטווערפער האט מען  געזאגט: געזונט ווי א וויליאמסבורגער יאט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.