Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ טאַטע, אַ טאָכטער און אַ נאָזטיכלA father, a daughter and a handkerchief

דער בריוו־אויסטויש, געדרוקט אין „בינטל בריוו“ אין 1937, איז פּאַסיק איבערצודרוקן אין די טעג פֿאַר פֿאָטערס־טאָג

דעם 24סטן מאַרץ 1937, האָט דער עצות־רובריק בײַם פֿאָרווערטס, „אַ בינטל בריװ“, אָפּגעדרוקט אַ שאלה פֿון אַ טאָכטער װעגן אַ חילוקי־דעות צװישן איר און איר טאַטן — איבער אַ נאָזטיכל! לכּבֿוד פֿאָטערס טאָג ברענגען מיר אײַך אַ קיצור פֿון איר פֿראַגע (איבערגעשריבן אויף אַ הײַנטצײַטיקן ייִדיש) און, שפּעטער, אַ קיצור פֿון דעם ענטפֿער פֿון דער רעדאַקציע — צוזאַמען מיט מײַן אייגענעם אױספֿיר װעגן ביידע בריװ.

בקיצור שרײַבט די טאָכטער אַזוי׃

ליבער רעדאַקטאָר,

איך און מײַן טאַטע האָבן אַ חילוקי־דעות. ער האָט זיך פֿאַרקילט, האָט ער אַװדאי אַ סך געניצט זײַן נאָזטיכל. האָט ער מיך געבעטן אַז איך זאָל אױסװאַשן דאָס נאָזטיכל – אָבער מיר דאַכט זיך אַז דער פֿאַרלאַנג איז נישט יושרדיק. ערשטנס איז דאָס נישט היגיעניש און איך וויל זיך נישט פֿאַרקילן. צװײטנס, האָט מײַן טאַטע בײַ אים אין דער הײם אַ טוץ רײנע נאָזטיכלעך! פֿאַר װאָס זשע האָב איך געדאַרפֿט אױסװאַשן עפּעס אַזױ אומרײנס? דריטנס, איז בײַ אונדז אין דער משפּחה דאָ אַזאַ כּלל׃ איך װאַש אױס נאָר די אײגענע אונטערװעש און נאָזטיכלעך. מײַן טאַטע װײסט דאָס. פֿונדעסטװעגן איז ער געװאָרן אין כּעס. סוף־כּל־סוף האָב איך פֿירגעלײגט אַז איך וועל שרײַבן אַ בריװ דעם פֿאָרװערטס כּדי דער רעדאַקטאָר זאָל זאָגן מבֿינות. מײַן טאַטע לײענט געטרײַ אײַער צײַטונג, האָט ער מסכּים געװען. איך רעד נישט קײן ייִדיש, שרײַב איך אײַך אױף ענגליש. איך בעט אײַך, איר זאָלט איבערזעצן מײַנע װערטער אױף ייִדיש. זײַט אַזױ גוט, זאָגט אונדז װער איז גערעכט!

 „אַ פֿאָרװערטס־לײענערס טאָכטער“

מײַן אייגענער אויספֿיר װעגן דער טאָכטערס בריװ:

אױפֿן ערשטן בליק האָבן מיר דאָ נאָר אַ האַלבע צרה; אָבער װען מען הײבט אָן צו באַטראַכטן די פּרטים, געפֿינט מען אַ סך װאָס איז אינטערעסאַנטס.

דער עיקר דאָ איז אַז די טאָכטער האָט געשריבן דעם בריװ אױף ענגליש. תּיכּף־⁠ומיד איז דאָס אַ סימן אַז די פּלוגתּא צװישן איר און איר טאַטן האָט צו טאָן מיט אַ דורות־ריס. די טאָכטער זאָגט נישט װי אַלט זי איז, אָבער עס דאַכט זיך אַז זי איז יונג׃  צוליב דעם וואָס זי רעדט נישט קײן ייִדיש, איז זי מסתּמא געבױרן געװאָרן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װאָס מײנט אויך מסתּמא אַז זי איז אַ גאַנץ יונגע. זי דערמאָנט אױך נישט קײן מאַן – װאָס דערװײַזט גאָרנישט, אָבער איז נאָך אַן עלעמענט אינעם רושם פֿון אַ יוגנטלעכער פֿרױ.פֿון דעם קען מען אויספֿירן אַז דער חילוקי־דעות איז צװישן אַ יונגער, ענגליש־רעדנדיקער, אַמעריקאַניזירטער פֿרױ פֿון אײן זײַט, און אַ מיטל־יאָריקן, ייִדיש־רעדנדיקן טאַטן – מסתּמא אַן אימיגראַנט פֿון מיזרח־אײראָפּע – פֿון דער אַנדערער זײַט. דאָס שמוציקע נאָזטיכל װערט דװקא אַ סימבאָל פֿון צװײ היפּוכדיקע פּערספּעקטיװן אױפֿן לעבן.

פֿונדעסטװעגן איז װיכטיק צו באַמערקן אַז די טאָכטער און טאַטע זײַנען מסכּים װעגן אײן זאַך: די ראָלע פֿונעם „בינטל בריװ“ אינעם ייִדישן לעבן אין ניו־יאָרק. אַװדאי איז די טאָכטער נישט קײן פֿאָרװערטס-לײענערין, װײַל זי רעדט נישט קײן ייִדיש׃ אָבער שרײַבן צום „בינטל בריװ“ איז געװען איר פֿירלײג. אַפֿילו אַ יונגע ענגליש־רעדערין האָט אין יענע צײַטן פֿאַרשטאַנען אַז װען ייִדן זײַנען אױף צרות, קומען זײ אָן צום פֿאָרװערטס. כּדרך־הטבֿע װאָלט זי נישט געשריבן צום „בינטל בריװ“ װעגן פּראָבלעמען מיט אירס גלײַכן, און זי רעדט אפֿשר אַ ביסל פֿון אױבן אַראָפּ װען זי פֿאַררופֿט זיך אױף „דײַן [דאָס הײסט, דעם טאַטנס] צײַטונג“. פֿונדעסטװעגן באַנעמט זי די װיכטיקײט פֿונעם „בינטל בריװ“ װען זי באַציט זיך צום עלטערן דור.

אָבער װעגן אַנדערע זאַכן איז שווער צו געפֿינען דעם צד־⁠השװה. בעצם האַנדלט זיך עס אין מאַכט. זי האָט אױפֿגעשטעלט גרענעצן צווישן זיך און דער משפּחה, און זי װיל אַז דער טאַטע זאָל זײ רעספּעקטירן. ער, להיפּוך, װיל אַז זײַן טאָכטער זאָל אָנערקענען זײַן אױטאָריטעט, און אױך אַז זי זאָל באַװײַזן אַז זײַן װױלזײַן איז איר װיכטיק. אַלץ האָט צו טאָן מיט דרך־ארץ, און ענינים פֿון דרך־ארץ קענען גיך װערן אָנגעהיצט.

אין דעם פֿאַל לאָזן זיך אױך אַרײַן קולטורעלע גורמים: די טאָכטער איז אַן אַמעריקאַנערין װאָס האַלט טײַער דעם אינדיװידואַליזם און פֿילט זיך באַקװעם מיטן זאָגן „נײן“. אין 1937 האָבן אַמעריקאַנער פֿרױען געקענט שטימען שױן כּמעט 20 יאָר, און אַ סך פֿרױען האָבן געאַרבעט. מיר װײסן נישט אױב אָט די יונגע פֿרױ האָט אַן אַרבעט, אָבער ס’איז אין גאַנצן מעגלעך. אַזױ צי אַזױ איז איר פּערספּעקטיװ אַ מאָדערנע און אַן אַמעריקאַניזירטע.

װידער זשע איז דעם טאַטנס שטאַנדפּונקט אַ טראַדיציאָנעלער: ער איז דער טאַטע און זי איז די טאָכטער, דאַרף זי אים גערן דינען. אַװדאי קען ער ניצן אַ רײן נאָזטיכל – ער האָט דאָך אַ טוץ דערפֿון. אָבער בײַ אים גייט עס אינעם פּרינציפּ. ער איז נישט קיין טיראַן; סתּם אַ מיזרח־אײראָפּעיִשער ייִד פֿון אַ געװיסן דור. ס’איז מערקװערדיק אַז אין איר בריװ דערמאָנט די טאָכטער נישט קײן מאַמע/װײַב: איז מעגלעך אַז זי איז די אײנציקע פֿרױ אינעם טאַטנס לעבן. אױב אַזױ װאָלט דער טאַטע געװען בפֿרט אָפּהענגיק פֿון איר. נישט קײן װוּנדער אַז אַ פּשרה בלײַבט שװער צו דערגרײכן.

אָט איז דער ענטפֿער פֿונעם רעדאַקטאָר:

די שרײַבערין איז אַ קלוגע פֿרױ װאָס פֿאַרטײדיקט איר קוקווינקל, ממש װי אַן אַדװאָקאַט. אָבער זי דערקלערט נישט גענוג פֿאַר װאָס זי איז אַזױ אײַנגעשפּאַרט. אַװדאי װיל זי זיך נישט פֿאַרקילן, אָבער איז פֿאַרקילן זיך טאַקע אַזױ ערנסט? טאַטע־מאַמעס טראַכטן נישט װעגן זיך װען זײערע קינדער זײַנען קראַנק; אַזאַ ברײטהאַרציקײט איז אױך אַ מוסטער פֿאַר קינדער. יאָ, דער טאַטע האָט רײנע נאָזטיכלעך בײַ אים אין דער הײם, אָבער אױב אױסװאַשן דאָס דאָזיקע נאָזטיכל איז אים װיכטיק, איז פֿרײַנדלעך אים אָפּצוזאָגן? ס’איז זיכער נישט־נײטיק אַז אַ טאַטע זאָל בעטן אַזאַ קלײנע טובֿה בײַ אַ טאָכטער. און פֿאַר װאָס װאַשט זי אַלע מאָל אױס נאָר די אײגענע אונטערװעש און נאָזטיכלעך? צוליב װאָס פֿאַר אַ סיבה העלפֿט זי קײנמאָל נישט דעם טאַטן מיט דעם? און מסתּמא האָט זי אויך נישט גערעדט מיט אַן איידעלן טאָן. בסך־⁠הכּל איז נישט קײן חידוש אַז דער טאַטע איז געװען אין כּעס; האָפֿנטלעך פֿאַרשטײט זי איצט פֿאַר װאָס.

מײַן אייגענער אויספֿיר װעגן דעם רעדאַקטאָרס בריװ:

ווי עס זעט אויס האָט דער רעדאַקטאָר טאַקע נישט קיין סימפּאַטיע צו דער טאָכטערס קוקװינקל. ס’איז קלאָר אַז ער איז חושד אַז זי פֿאַרלאָזט דעם טאַטן צוליב עגאָיִסטישע סיבות. ער זאָגט נישט בפֿריוש אַז, װי אַ פֿרױ, דאַרף זי דינען דעם טאַטן, נישט געקוקט אױף אירע אײגענע באַדערפֿענישן. מען קען אָבער שטעלן די פֿראַגע, צי אַ זון װאָלט באַקומען דעם זעלביקן אָפּרוף. און אױב די טאָכטער װאָלט געשריבן אױף ייִדיש, װאָלט דער רעדאַקטאָר געהאַט מער מיטגעפֿיל צו איר? צי האָט ער געהאַט אַ פֿאָראורטל קעגן אַ יונגער פֿרױ װאָס האָט, פֿון זײַן שטאַנדפּונקט, געװאַנדערט צו װײַט פֿונעם טראַדיציאָנעלן לעבן־שטייגער?

אָבער אַװדאי, אַפֿילו פֿאַר מאָדערנע לײענערס, רופֿט דער בריװ אַרױס ענינים װאָס זײַנען נישט אין גאַנצן גרינג צו פֿאַרשטיין. ס׳איז נישט קײן ספֿק אַז די טאָכטער האָט דאָס רעכט צו זאָגן „נײן“ און זיך צו באַשיצן; אָבער דעם רעדאַקטאָרס װערטער זײַנען אויך באַרעכטיקט. אין 2022 קען אונדז שטערן זײַן ענטפֿער אָבער ווען מיר זענען אױפֿן טאָכטערס אָרט, װאָס װאָלטן מיר געטאָן פֿאַר אַ טאַטן װאָס זוכט, אַ פּנים, אַ ביסל אָנערקענונג פֿון דער אײגענער װערדע און פֿון זײַן טאָכטערס ליבשאַפֿט? װאָס פֿאַר אַ התחײַבֿות האָט אַ קינד צו טאַטע־מאַמע? צי איז יושרדיק צו פֿאַרגלײַכן דעם חיובֿ צו די עלטערן מיטן חיובֿ פֿון עלטערן צו זײער קינד? װוּ דאַרף מען שטעלן די גרענעצן צװישן דעם רעכט צו באַשטימען פֿאַר זיך אַליין און די באַדערפֿענישן פֿון אַנדערע, באַזונדערש אונדזערע משפּחה־גלידער? װאָס קענען קרובֿים מאָנען אײנער פֿונעם אַנדערן מיט אַ רײן האַרץ, בפֿרט אין הילכות געזונד?

איראָניש, און אַ פּנים על־פּי צופֿאַל, קען מען זען אויף דער זעלבער זײַט פֿונעם בריװ אַ רעקלאַמע פֿאַר „סופּער סאָדס“, אַ שטאַרקע װעשזײַף װאָס מען ניצט אין שפּיטאָלן. בײַנאַנד מיט דער רעקלאַמע איז אַ בילד פֿון אַ יונגער פֿרױ מיט אַ וואַרעמען שמייכל. זי איז אַ פֿעיִקע פּראָפֿעסיאָנעלע קראַנק־שװעסטער, אַן אױסטרענירטע מומחהטע אין באַשיצן געזונט – אַרײַנרעכענענדיק במילא איר אײגענע. אָבער זי איז אױך אַן אידעאַליזירטע פֿאַנטאַזיע פֿון אַ פֿרױ װי אַ העלפֿערין — איר שמײכל זאָגט צו אַז זי װעט זאָגן „יאָ“ און נישט „נײן“. טאַקע אַ געהעריקע אילוסטראַציע פֿאַר דער צװײטײַטשיקער דראַמע פֿונעם שמוציקן נאָזטיכל.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.