Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס אַ משומד האָט געשריבן וועגן די ייִדן What this convert to Christianity wrote about the Jews

זײַן בוך וועגן פֿאָלקלאָר פֿון די פּוילישע ייִדן האָט געהאַט אַזאַ סוקצעס, אַז עס זענען דערשינען דרײַ אויפֿלאַגעס.

אין 1836 איז אַרויס אַ בוך אין ענגלאַנד אונטערן טיטל „צערעמאָניעס, מינהגים, טראַדיציעס פֿון די ייִדן”, געשריבן פֿון חיים אײַזיקס, „אַ געשמדטער ייִד”. דער מחבר האָט צוגעגעבן, אַז אין בוך האַנדלט זיך וועגן די פּוילישע און דײַטשע ייִדן. דאָס בוך האָט געהאַט אַזאַ סוקצעס, אַז עס זענען דערשינען נאָך צוויי אויסגאַבעס.

ס’איז דאָ אַ לאַנגע געשיכטע וועגן ייִדן וואָס האָבן זיך אויסגעביטן דאָס רענדל און דערנאָך אַנטפּלעקט די „סודות” פֿון די ייִדן. געוויינטלעך האָט מען געשריבן מיט ביטערקייט און ליגנס וועגן דער פֿריִערדיקער אמונה. אָבער אײַזיקס׳ „אַנטפּלעקונג” טראָגט אַן אַנדערן כאַראַקטער. עס איז קלאָר, אַז ס׳איז געבליבן בײַ אים אַ ליבשאַפֿט צום ייִדישן פֿאָלק און פֿון צײַט צו צײַט, בייזערט ער זיך אויף די קריסטן, וואָס זיי קענען זיך נישט פֿירן מער ווי די ייִדן.

ווען די עגנלישע שרײַבערין דזשאָרדזש עליאָט האָט געפֿאָרשט די ייִדן און זייער געשיכטע פֿאַר איר קלאַסישן ראָמאַן וועגן ייִדן, „דאַניעל דעראָנדאַ”, האָט זי איבערגעלייענט אײַזיקס׳ בוך און זיך באַקלאָגט אין אירע נאָטיצן: „זעט אויס, אַז דער ייִד, אַפֿילו נאָכן שמדן זיך, האָט בעסער ליב די ייִדן ווי די קריסטן”. זי שרײַבט, אַז נאָך אַ באַווײַז פֿון זײַן געטרײַשאַפֿט צו די ייִדן איז וואָס ער האָט נישט אױסגעביטן זײַן ייִדישן נאָמען אויף אַ קריסטלעכן ווי עס האָט זיך געוויינטלעך געפֿירט בײַ געשמדטע ייִדן אין דער ענגלישער געזעלשאַפֿט.

דאָס בוך נעמט אַרײַן גאָר אינטערעסאַנטע באַשרײַבונגען און אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישע מינהגים בײַ די פּוילישע ייִדן בײַם אָנהייב נײַנצטן יאָרהונדערט. למשל אין זײַן בילד פֿון אַ ייִדישער חתונה שרײַבט ער, אַז דער חתן צעטרעט און צעברעכט דאָס גלאָז „מע זאָל זיך דערמאָנען אינעם טויט… און אַזוי אַרום פֿירן אַ לעבן בעת וועלכן מע זאָל זיך נישט שרעקן פֿאַרן טויט”. דער „אָפֿיציעלער” טעם פֿאַר צעברעכן דאָס גלאָז שוין דורות לאַנג איז כּדי מע זאָל זיך דערמאָנען אינעם חורבן בית־המיקדש. אײַזיקס דערמאָנט דאָס אין גאַנצן נישט.

נאָך אַ מינהג וואָס אײַזיקס מאָלט אָפּ זייער פּינקטלעך איז חליצה: אַ צערעמאָניע וואָס מע טוט ווען אַ חתונה־געהאַטער מאַן שטאַרבט און לאָזט נישט איבער קיין קינדער. לויט דער תּורה דאַרף די אלמנה חתונה האָבן מיטן ברודער פֿונעם מאַן, אָבער ווען דער ברודער האָט נישט חתונה מיט דער אלמנה, פֿירט מען דורך די חליצה־פּראָצעדור און דערבײַ באַפֿרײַט מען סײַ די אַלמנה, סײַ איר שוואָגער, חתונה צו האָבן מיט וועמען מע וויל. אין די פֿרומע קרײַזן פֿירט מען עד־היום דורך חליצה אין אַזוינע פֿאַלן.

בײַ אײַזיקן ווערט חליצה באַשריבן אַזוי: דער ברודער טוט אָן אַ שיך געמאַכט פֿון שוואַרצן טוך, אויסגעשטריקט אויף אַ ספּעציעלן אופֿן. ער טוט אויס דעם שוך, ער זאָל דאָס קענען אויפֿוויקלען, וואָס איז אַ גרויסע צרה, ווײַל ער מעג נאָר ניצן די צוויי גראָבע פֿינגער און צוויי קליינע פֿינגער. אין געוויסע ייִדישע מוזייען קען מען אַמאָל זען אַזוינע חליצה־שיך. אין מײַן באָבעס בוך זכרונות דערציילט זי, אַז בײַ חליצה אין איר שטעטל האָט די אַלמנה געדאַרפֿט אויפֿוויקלען אַ גרויסן קנופּ און קיין שוך ווערט אין גאַנצן נישט דערמאָנט.

וואָס שייך די דעמאָלטדיקע בר־מיצווה־טראַדיציעס, שרײַבט אײַזיקס, אַז אויף מאָרגן נאָך דער גרויסער שׂימחה דאַרף דער טאַטע פֿונעם בר־מיצווה אים שוין איבערגעבן אַ בעל־מלאכה אָדער אים געבן סחורה צו פֿאַרקויפֿן, און פֿון אים מאַכן אַ סוחר. אַוועק די יונגע יאָרן!

ס’איז בולט, אַז דער מחבר איז געווען אַ געלערנטער ייִד, אויב נישט קיין למדן, איידער ער האָט זיך געשמדט. ער האָט גוט געקענט די גמרא און מדרשים און אַפֿילו קבלה. ווען ער דערציילט די קריסטן וועגן דעם ייִדנס גלויבן אין משיח, גיט ער דאָס איבער מיט אַלע פּרטים: „ווען משיחס טרומייט וועט בלאָזן וועלן אַלע ייִדן איבער דער וועלט דאָס הערן און אויפֿן אָרט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין מלאכים און תּיכּף זיך געפֿינען אין ירושלים, וווּ דער משיח וועט איבער זיי קעניגן. דאָס וועט זײַן פֿאַר זיי אַ גן־עדן. אַלע ייִדן וואָס זענען געשטאָרבן און באַגראָבן געוואָרן זינט דעם בראשית פֿון דער וועלט וועלן קריכן ווי קראָטן דורך טונעלן און אַרויסקומען פֿון אונטער דער ערד פּונקט וווּ דער בית־המיקדש איז אַמאָל געשטאַנען”.

אײַזיקס דערמאָנט אַנדערע אינטערעסאַנטע טראַדיציעס. פּורים האָט מען אין די פּוילישע שילן געקליבן געלט לטובֿת די רבנים אין ירושלים. ווען אַ ייִד איז געשטאָרבן האָט מען איבער זײַנע אויגן געשיט ארץ־ישׂראל־ערד. כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די ערד האָט טאַקע געשטאַמט פֿון ארץ־ישׂראל, האָט מען אין יעדן פֿאַס ערד אַרײַנגעלייגט פֿאַרשיידענע זאַכן — אַ מעסער, אַ שטיקל סחורה — און דאָס פֿאַרשריבן אינעם חשבון, מע זאָל שפּעטער נישט אָפּגענאַרט ווערן, און אויסבײַטן די הייליקע ערד אויף סתּם ערד.

נאָך אַן אומבאַקאַנטן מינהג באַשרײַבט ער: נאָך דעם ווי אַ פֿרוי בענטשט די שבת־ליכט, גייט זי אַרום זיי דרײַ מאָל מיט אויפֿגעהויבענע הענט און בענטשט גאָט פֿאַר דער מיצווה, וואָס זי קען טאָן.
מע קען אַפֿילו לייענען וועגן ענגליש־ייִדישע טראַדיציעס פֿון יענער צײַט (1830ער יאָרן): אין ענגלאַנד האָבן די ייִדענעס נישט געבאַקן זייער אייגענע חלה במשך פֿון דער וואָך — די בעקערײַען האָבן דאָס געטאָן פֿאַר זיי. אָבער דאָנערשטיק אין אָוונט און פֿרײַטיק אין דער פֿרי איז געשטאַנען אַ ייִד אין דער בעקערײַ און בודק געווען דאָס באַקן.

וועגן די מנהגים אַרום קראַנקייט און טויט שרײַבט אײַזיקס אויך באַריכות. אין שיל מאַכט מען אַ ברכה פֿאַרן קראַנקן, אַבער מע שטעלט אַרײַן אַ פֿרעמדן נאָמען און מע זאָגט, אַזוי וועט ער פֿון הײַנט אָן הייסן (כּדי אָפּצונאַרן דעם מלאך־המוות). אויב דער קראַנקער ווערט געזונט, קומט ער שבת אַרויף אויף דער בימה און גיט צדקה וויפֿל ער קען.

נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער מחבר איז געווען אַ געשמדטער ייִד, איז „צערעמאָניעס, מינהגים, טראַדיציעס פֿון די ייִדן” טאַקע אַן אוצר פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version