Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חסידישע מעשׂיות אין אַ נײַ-אַלטן לבֿושRewritten Hasidic stories that retained their traditional character

אין אַ. אײַזענשלאָסעס מעשׂה „וועלוועלע מתנגד“ זעט מען ווי דורך דעם רבינס נסים, ווערט אַ מתנגד אַ הייסער חסיד.

הײַנט באַטראַכט מען די חסידישע באַוועגונג ווי אַ זײַטיקע גרופּע, אָבער מע פֿאַרגעסט, אַז פֿאַרן חורבן איז חסידיזם געווען די הויפּט־פֿרומע באַוועגונג בײַ די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, און ווײַט נישט קיין קליינער קולט. אַפֿילו מיט דער וואַקסנדיקער אַסימילאַציע פֿון די ייִדן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען זיך סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל, געדאַרפֿט רעכענען מיט די חסידישע ייִדן און זייער השפּעה.

אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור האָט די חסידישע פֿאָלקס־מעשׂה אויך משפּיע געווען אויפֿן אופֿן פֿון דערציילן אַ מעשׂה, נישט נאָר ווי מע געפֿינט אין י. ל. פּרצעס ווערק „חסידיש“, נאָר אויך בײַ אַ שלל ייִדישע שרײַבער במשך פֿון עטלעכע דורות. די פּרץ־טראַדיציע פֿון באַאַרבעטן און איבערדערציילן חסידישע מעשׂיות פֿאַר אַ נײַעם עולם אין אַ נײַערער צײַט האָט זיך אָנגעהאַלטן ביז אונדזערע טעג. אין דער דאָזיקער פֿאָלקס־ליטעראַטור אויף ייִדיש — די שפּראַך, אין וועלכער מע האָט זיי, לכתּחילה, דערציילט — געפֿינען זיך אוצרות, וואָס מע זעט נישט בײַ אַנדערע שפּראַכן, און פֿון דעם גרויסן קוואַל האָט מען געשעפּט.

פֿאַרן פֿאָלקלאָריסט איז אַן עובֿדה בײַם לייענען די מעשׂיות — צו דערקענען, וועלכע עלעמענטן זענען פֿאָלקישע, און וועלכע — „מאָדערנע“. די ליטעראַטור־קריטיק באַהאַנדלט סײַ די טראַדיציאָנעלע מעשׂיות, סײַ די מאָדערנע באַאַרבעטונגען, און ביידע מינים האָבן זייער אייגענעם כאַראַקטער און זענען ווערט אַ טיפֿערן אַנאַליז.

עס דערמאָנט זיך אַן אַרטיקל אין אַ חב״ד-פֿרויען זשורנאַל אויף ענגליש אין די 1990ער יאָרן, וואָס האָט געוואָרנט אַ לייענערין, זי זאָל אויסמײַדן פּרצעס חסידישע „פֿאָלקס־מעשׂיות“, ווײַל כאָטש זיי זעען אויס ווי אמתע פֿאָלקס־מעשׂיות, שטאַמען זיי פֿון אַפּיקורסישע קוואַלן. וועגן פּרצעס „שאַפֿערישער בגידה“ האָט באַריכות געשריבן פּראָפֿ׳ דוד ראָסקעס. וואָס ציט צו דעם מאָדערנעם שרײַבער צום זשאַנער פֿון דער חסידישער פֿאָלקס־מעשׂה? איך האַלט, אַז מיט איין וואָרט קען מען ענטפֿערן — די אמונה; די אמונה אינעם רבין; די אמונה אינעם אייבערשטן; די אמונה, אַז דאָס מזל וועט זיך געבן אַ דריי צום גוטן.

דער רומעניש־ייִדישער שרײַבער ברוך האַגער, מיט זײַן רביישן ייִחוס, האָט איבערגעגעבן די טיף גײַסטיקע און לומדישע אַספּעקטן פֿון די מעשׂיות, אָבער זיך נישט פֿאַרלוירן צו טיף, ער זאָל אויך נישט איבערגעבן די פֿאַרכאַפּנדיקע דערציילערישקייט פֿונעם זשאַנער. זײַן באַנעמען פֿון דער חסידישער מעשׂה קען מען לייענען אין זײַן אַרײַנפֿיר צו דער זאַמלונג „אין גאולה אומרו“ (תּל־אָבֿיבֿ, 1969). ער איז צווישן די זעלטענע שרײַבער, וואָס גיבן זיך אָפּ בפֿירוש מיט דער שפּראַך פֿון דער חסידישער מעשׂה אויף ייִדיש.

„ערשט חסידות האָט אונדזער לשון אויסגעבלאָנדזשעט פֿון דער ווילדעניש, גערייניקט עס און געוואַשן פֿון ווילדן אָנוווּקס און אויפֿגעשטאָכן אים די אויערן: צו דערהערן דעם ציטער פֿון דער אייגענער סטרונע; דאָס שפּיל פֿון אייגענעם בלוט. און ערשט דעמאָלט האָט זיך לשון־ייִדיש צעזונגען מיט ייִדישער נגינה דורך געלײַטערט וואָרט און מיט מעשׂה פֿון אייגענעם נוסח.“

אין זײַן דערציילונג „דער בלאָנדזשענדיקער וועג“, (געדרוקט אינעם 100סטן נומער „גאָלדענע קייט“) לייענט מען אַ פֿײַנעם משל פֿון האַגערס הויך קינסטלערישקייט. אין פֿאַרגלײַך מיט פּרצעס „חסידיש“, געפֿינט מען בײַ האַגערן מער נישט־פֿאַרענטפֿערטע קשיות, מער מיסטעריע, מער אומקלאָרקייטן. ער צעלייגט עס נישט אויף טעלערלעך. האַגערס מעשׂיות וועט מען קיין מאָל נישט פֿאַרבײַטן אויף פּרצעס, און נישט אויף די עכטע חסידישע מעשׂיות.

נאָך אַ שרײַבער וואָס איז אינספּירירט געוואָרן פֿון די חסידישע מעשׂיות איז געווען דער וואַרשעווער־מאָנטרעאָלער שרײַבער, יהודה עלבערג. אַ בעל־לשון און געלערנטער ווי האַגער, האָט עלבערג זיך געהאַלטן נענטער צו דעם בל־פּהיִשן סטיל. דער נאַראַטאָר גיט צו אַ „ברוך־השם“ דאָ, און אַן „אם־ירצה־השם“ דאָרט, כּדי נאָכצומאַכן דעם פֿאָלקישן כאַראַקטער. מע פֿילט נישט אַזוי בולט די האַנט פֿון אַ קינסטלער.

לעצטנס, איז כּדאַי צו דערמאָנען די זאַמלונג חסידישע מעשׂיות, „מײַן זיידענס מעשׂהלעך“ (1923) פֿון אַ. אײַזענשלאָס. דער מחבר איז געבוירן געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד, אָבער געוווינט אין וואַרשע.

אין דער מעשׂה „וועלוועלע מתנגד“ דערקענט מען אַן אָפֿטע טעמע אינעם זשאַנער — ווי דורך די נסים פֿונעם רבין, ווערט אַ מתנגד אַ הייסער חסיד. פּרצעס דערציילונג „אויב נישט נאָך העכער“ איז אַ באַקאַנטער מוסטער פֿון דעם מין.

„וועלוועלע מתנגד“, אַ נגיד, האָט געוווינט אין אַ שטעטל פֿון חסידים, און געגעבן צדקה צו אַלעמען, אַפֿילו צו די חסידים. אָבער גיין צום ליובאַוויטשער רבין — דעם אלטן רבין ר’ שניאור זלמן פון לאדי — האָט ער נישט געוואָלט. ווען מע האָט געפּרוּווט אים איבערצורעדן, האָט ער געענטפֿערט: „שוין צו שפּעט אַ ביסל. אַ חסיד קען מען ווערן אין דער יוגנט, ווען מע האָט דאָס גײַסטיקע פֿײַער דערצו, דעם נייטיקן ברען, די שטאַרקע אמונה… מיר פֿעלט דאָס אָבער שוין.“

אָבער ווען זײַן אייניקל איז מסוכּן קראַנק געוואָרן, און די דאָקטוירים האָבן שוין אויפֿגעגעבן די האָפֿענונג, האָט ער געפֿאָלגט זײַן חסידישן געהילף, רב שמעלקע, און טאַקע געפֿאָרן צום רבין, „דער אַלטער“. די סצענע בײַם רבין שרײַבט אײַזענשלאָס מיט גרויס דראַמאַטישקייט. איידער ר׳ וועלוועלע האָט געקענט אַרויסזאָגן אַ וואָרט, זאָגט אים דער רבי מיט אַ שטאָך: „ביסט צו אַ גרויסער עקשן געווען, וואָלף! זייער פֿיל אַרבעט געמוזט אָנווענדן, אַז דו זאָלסט אַהערקומען…“

דער מתנגד, אָבער, האָט דאָס נישט אָנגענומען ווי אַן ענטפֿער, און דערציילט וועגן דעם שווערן מצבֿ פֿון קינד, ווי די דאָקטוירים „זאָגן אים אָפּ דאָס לעבן“. שרײַט דער רבי: „שוטה! דו מיינסט טאַקע אויף אַן אמת, אַז די דאָקטוירים האָבן אַ דעה אויף כּבֿיכולס יצירה?“ דאָס קינד האָט, פֿאַרשטייט זיך, געהאַט אַ רפֿואה־שלימה.

עס איז זיכער דאָ אַן אויסגעדראָשענע פֿאָרמול אין דער נאַראַטיווער סטרוקטור פֿון דער חסידישער מעשׂה, אָבער כּדי הנאה צו האָבן בײַם לייענען אָדער הערן די מעשׂה, איז מער וויכטיק די קונסט פֿון דערציילן, און אײַזענשלאָס האָט די דערציילערישע קונסט דערגרייכט אויף אַ מדרגה. וויפֿל נאָך אומבאַקאַנטע מײַסטער פֿון דער חסידישער פֿאָלקס־מעשׂה געפֿינען זיך אין אונדזער ליטעראַטור?

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.