מענדי טווערסקי, טאַלאַנטירטער מחבר פֿון ייִדישע לידער — און בלויז 19 יאָר אַלטMendy Twerski, talented Yiddish songwriter – and just 19
אין זײַן נײַ ליד, „מיין נישט“, נעמט ער אָן די קריוודע פֿון די אָפּגעפֿאָרענע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ס׳איז שווער צו גלייבן אַז מיר אוהבֿי־ייִדיש האָבן אַ מאָל געזאָגט אַז ס׳איז נישטאָ קיין צוקונפֿט פֿאַר דער ייִדישער קולטור בײַ די חסידים.
כּמעט יעדן חודש די טעג קומט אַרויס אַ נײַ ייִדיש ליד פֿון יענע קרײַזן, און די צאָל מחברים האַלט אין איין וואַקסן. אַחוץ ליפּא שמעלצער וואָס איז די פֿאָרווערטס־לייענער גוט באַקאַנט, האָבן זיך שוין אָנגעזאַמלט לידער פֿון מאָטי אילאָוויטש, שׂרולי גרין, שאולי גראָסמאַן און אַנדערע.
איצט קען מען צוגעבן נאָך אַ נאָמען — מענדי טווערסקי, וואָס דעם יוטוב־ווידעאָ פֿון זײַן נײַ ליד, „מיין נישט“, האָט מען במשך פֿון די ערשטע צוויי וואָכן געזען אויף יוטוב מער ווי 7,000 מאָל. דערצו זינגט ער דאָס ליד אויף אַ שיינעם, ריינעם ייִדיש, און נאָך מער אימפּאָנירנדיק: ער איז בלויז 19 יאָר אַלט.
אינעם ליד נעמט טווערסקי אָן די קריוודע פֿון יונגע ייִדן וואָס גייען אַראָפּ פֿון דרך, ניצנדיק אַ שיינעם משל וועגן משה רבינוס כּעס אויף אַ שעפֿעלע וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון דער סטאַדע. זעט דעם ווידעאָ דאָ:
אויף מיר האָט געמאַכט אַ ספּעציעלן אײַנדרוק נישט בלויז טווערסקיס זיס קול, נאָר אויך ווי גוט ער דריקט זיך אויס אויף ייִדיש. קיין ענגליש איז דאָ נישטאָ און ער באַניצט זיך מיט ווערטער וואָס מע הערט הײַנט ווייניק בײַם ייִנגערן דור חסידים — ווערטער ווי „סטראַשען“ און „סטאַדע“, ווי אויך מאָדערנערע ווערטער ווי „פּלאַנירט“ און „שאָקירט“. (גיכער וועט מען הײַנט הערן „איך האָב געפּלענט צו גיין“ אָדער „ער איז געווען שאַקט פֿון אַזאַ נײַעס“.)
די צוקוקער פֿונעם ווידעאָ וועלן זיכער באַמערקן נאָך אַ טשיקאַווע זאַך: כאָטש ער טראָגט אַ שוואַרץ קאַפּל מיט פּאהלעך, טראָגט ער נישט דעם געוויינטלעכן חסידישן לבֿוש, נאָר גיכער אַ פּאָלאָ־שירט מיט דזשינס. שטעלט זיך די פֿראַגע: איז דאָס אפֿשר אַ נײַע ריכטונג (אָדער ווי מע זאָגט בלע״ז ־ a new look) בײַ דער חסידישער יוגנט?
בעת אַן אינטערוויו מיט מענדי טווערסקי האָב איך זיך דערוווּסט אַז ער וווינט הײַנט אין ירושלים אָבער איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין באָראָ־פּאַרק, צוזאַמען מיט זיבן ברידער און צוויי שוועסטער. זײַן משפּחה געהערט צו די בלאָזשעווער (אַרויסגערעדט „בלוזשעווער“) חסידים, וואָס זייער רבי איז ר׳ צבֿי לצדיק. דאָס בלאָזשעווער חסידות איז געגרינדעט געוואָרן דורך ר׳ צבֿי אלימלך שפּירא אינעם פּוילישן שטעטל בלאָזשעוו אין די אָנהייב־1880ער יאָרן. ס׳רובֿ פֿון די בלאָזשעווער חסידים זענען אומגעקומען אינעם חורבן, אָבער די גרופּע איז ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן אין אַמעריקע, אַ דאַנק דעם רבין ר׳ ישׂראל שפּירא, אַליין אַן על־פּי־נס געראַטעוועטן.
(אַ רירנדיקן בריוו צום רבין פֿון אַ בלאָזשעווער חסיד אין לעמבערג, 1941, קען מען לייענען אין דער ענגלישער איבערזעצונג דאָ.)
ווי אַלע אַנדערע וואָס הייסן טווערסקי, איז מענדי אַ מיטגליד פֿון דער אָנגעזעענער רבנישער משפּחה טווערסקי. אינטערעסאַנט איז אָבער אַז אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ מיטגלידער פֿון דער טווערסקי־דינאַסטיע, וואָס רעדן הײַנט ענגליש (אַפֿילו מענדיס זיידע האָט גערעדט ענגליש מיט זײַן פֿרוי און קינדער) האָט מענדיס טאַטע באַשלאָסן צו דערציִען זײַנע קינדער אין גאַנצן אויף ייִדיש.
נישט געקוקט אויף זײַן מאָדערנעם אויסזען, איז מענדי עד־היום אַ פֿרומער ייִד און לערנט גמרא מיט זײַן חבורה אין ירושלים יעדן טאָג. ער האָט תּמיד ליב געהאַט צו לערנען, אַפֿילו ווי אַ חדר־ייִנגל, אָבער זײַנע יאָרן אין דער ישיבֿה קטנה זענען נישט געווען קיין פֿויגלדיקע. די שטימונג איז געווען אַזאַ שטרענגע אַז ס׳האָט אויף די בחורים געוואָרפֿן אַ פּחד. יעדעס מאָל וואָס אַ תּלמיד האָט געטאָן עפּעס וואָס דער מנהל האָט געהאַלטן פֿאַר נישט־ייִדישלעך, האָט דער בחור געמוזט באַצאָלן שטראָפֿגעלט. „אַז מ׳איז געקומען שפּעט צום דאַווענען — האָט מען געדאַרפֿט באַצאָלן. אויב מע האָט געהערט מוזיק אָדער גערייכערט אַ פּאַפּיראָס — ווידער באַצאָלן. אַפֿילו אויב דו האָסט געבראַכט אַ סענוויטש אויף מיטאָג האָט מען דיך באַשטראָפֿט.“
וואָס איז שלעכט מיט אַ סענוויטש? „דער מנהל האָט געזאָגט אַז ס׳איז אַ פּראָסטע זאַך. אַלץ וואָס ער האָט באַטראַכט פֿאַר עולם־הזהדיק איז געווען ווערט באַשטראָפֿט צו ווערן.“ מיט דער צײַט האָט מענדי געמוזט פֿאַרלאָזן די ישיבֿה, אָבער דער צוגאַנג צו די בחורים איז נישט געווען קיין סך בעסער אין די אַנדערע ישיבֿות. „די מלמדים האָבן אונדז פּשוט נישט געקענט פֿאַרשטיין, און נישט געוווּסט ווי צו רעדן צו אונדז.“
צום גליק האָבן די שווערע איבערלעבונגען נישט צוגענומען מענדיס חשק צום לערנען און די טעג לערנט ער מיט זײַנע פֿרײַנד מסכת ברכות. „מיר לערנען דרײַ שעה אין דער פֿרי און נאָך מיטאָג גיי איך שפּאַצירן איבער ירושלים. ס׳איז תּמיד דאָ וואָס צו זען און צו טאָן דאָרט.“
ספּעציעל האָט ער ליב צו גיין צו קבֿר רחל אין בית־לחם, און ער פּרוּווט זיך אַרײַנכאַפּן אַהין יעדע וואָך. „פֿונעם ערשטן מאָל וואָס כ׳בין דאָרט אַרײַן האָט מיך דאָרט אָנגעכאַפּט אַ וואַרעמקייט,“ זאָגט ער. אַחוץ זאָגן אַ פּאָר קאַפּיטלעך תּהילים מאַכט ער אַ מי שברך פֿאַר זײַנע קראַנקע פֿרײַנד און קרובֿים, לייענענדיק זייערע נעמען פֿון זײַן וואַטסאַפּ.
אויף דער פֿראַגע, צי מע רעדט אים שוין שידוכים, האָט מענדי געגעבן אַ שמייכל. „כ’בין נאָר 19 יאָר אַלט. ס׳איז נאָך דאָ אַ סך זאַכן וואָס איך וויל זען און טאָן איידער איך קלער וועגן דעם.“
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

