װי דער סאָװעטישער ייִד איז געשאַפֿן געװאָרןHow the Soviet Jew was made
אין זײַן ראָמאַן „מידת-הדין‟ ווײַזט דוד בערגעלסאָן ווי פּאָגראָמען האָבן איבערגעצײַגט ייִדן צו שטיצן די סאָוועטישע מאַכט.
זינט דעם אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן רוסישע נאַציאָנאַליסטן געטענהט, אַז ייִדן האָבן „פֿאַרכאַפּט‟ די רוסישע ליטעראַטור. און טאַקע, אַ היפּשע צאָל סאָװעטישע רוסישע שרײַבער, בפֿרט אין די פּאָר צענדליק יאָר צװישן דער אָקטאָבער–רעװאָלוציע און דער צװײטער װעלט–מלחמה, זײַנען געװען פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. לרובֿ פֿון זיי האָבן געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין ייִדן און זײערע דאגות, און אָפֿט מאָל גענוצט רוסישע אָדער אוקראַיִנישע פּען–נעמען, כּדי צו באַהאַלטן זײער ייִדישע אידענטיטעט. אָבער אײניקע שרײַבער האָבן יאָ געשריבן אױף ייִדישע טעמעס, צװישן זײ אַזעלכע באַרימטע מחברים װי יצחק באַבעל, װאַסילי גראָסמאַן און איליאַ ערענבורג.
די פֿאָרשער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור פֿירן לאַנגע װיכּוחים, צי מען קען רעדן װעגן אַן אײגנאַרטיקער „רוסיש–ייִדישער‟ ליטעראַטור, צי זײַנען די „ייִדישע‟ װערק אױף רוסיש גיכער אַ טײל פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. אָבער בלױז געצײלטע פֿאָרשער, צװישן זײ פּראָפֿעסאָר סאַשע סענדעראָװיטש, זײַנען גענוג באַהאַװנט אין דער סאָװעטיש־ייִדישער ליטעראַטור אױף ייִדיש כּדי צו מאַכן אַ פֿאַרגלײַכיקן אַנאַליז צװישן רוסיש און ייִדיש. אַ פּראָדוקט פֿון אַזאַ מין פֿאָרשונג איז סענדעראָװיטשעס נײַ בוך „װי אַזױ דער סאָװעטישער ייִד איז געשאַפֿן געװאָרן‟.
סענדעראָװיטש גײט נאָך די שפּורן פֿון ליטעראַרישע געשטאַלטן, װאָס האָבן פֿאַרלאָזט דעם צאַרישן תּחום–המושבֿ כּדי צו זוכן נײַע גליקן אױף די ברײטע שטחים פֿונעם סאָװעטישן לאַנד, אַזש ביזן סאַמע עק סיביר לעבן דער גרענעץ מיט כינע. זײַנע װעגװײַזער זײַנען די קלאַסיקער פֿון דער סאָװעטיש־רוסישער און ייִדישער ליטעראַטור: דוד בערגעלסאָן, משה קולבאַק, יצחק באַבעל, װי אױך די װײניקער באַקאַנטע מחברים, װיקטאָר פֿינק און שלום (סעמיאָן) געכט. אַ גאַנצער קאַפּיטל באַהאַנדלט סאָװעטישע פֿילמען אױף ייִדישע טעמעס, װי למשל „דער אומקער פֿון נײטאַן בײקער‟. דער העלד פֿונעם דאָזיקן פֿילם איז אַ ייִד, װאָס האָט יונגערהײט אױסגעװאַנדערט קײן אַמעריקע און האָט מיט יאָרן שפּעטער באַשלאָסן צוריקצוקומען אין דער סאָװעטישער אוקראַיִנע כּדי אויפֿצובױען דעם סאָציאַליזם. דעם סצענאַר פֿאַרן דאָזיקן פֿילם האָט אָנגעשריבן פּרץ מאַרקיש און מען האָט געמאַכט צװײ נוסחאָות, אױף רוסיש און אױף ייִדיש.
סענדעראָװיטש דערקלערט אין דער הקדמה, אַז דער באַגריף „סאָװעטישע ייִדנטום‟ האָט זיך אױסגעשטאַלטיקט אין מערבֿ ערשט בעת דער קאַלטער מלחמה. אין די ערשטע יאָרן פֿון דער סאָװעטישער מאַכט, האַלט ער, זײַנען ייִדן נאָך ניט געװען אין גאַנצן סאָװעטיזירט אין זײער לעבנס–שטײגער און װעלטבאַנעם. זײ האָבן געפּרוּװט זיך צופּאַסן צו די נײַע באַדינגונגען אָבער האָבן טיילווײַז נאָך געהיט ייִדישקײט. דװקא אַזאַ מין „איבערגאַנג–טיפּן‟ װערן געשילדערט אין די ליטעראַרישע װערק פֿון יענער תּקופֿה. די דאָזיקע געשטאַלטן זײַנען צװײ–פּנימדיק; אײן פּנים קוקט אין דער סאָװעטישער צוקונפֿט און דאָס אַנדערע בלײַבט געקערט צום עבֿר. די דאָזיקע אַמביװאַלענץ איז די הױפּטטעמע פֿון סענדעראָװיטשעס פֿאָרשונג.
בערגעלסאָנס „מידת–הדין‟ און קולבאַקס „זעלמעניאַנער‟ זײַנען צװײ פֿון די װיכטיקסטע ייִדישע ראָמאַנען, װאָס באַהאַנדלען דעם ענין פֿון אױספֿורעמען אַ נײַעם סאָװעטישן ייִד. אין „מידת-הדין‟ און אַנדערע װערק פֿון די 1920ער יאָרן האָט בערגעלסאָן קינסטלעריש אַנטפּלעקט די טראַװמאַטישע פּועל–יוצאס פֿון די פּאָגראָמען בעת דעם בירגער–קריג אין אוקראַיִנע. די דאָזיקע בלוטיקע געשעענישן האָבן איבערגעצײַגט אַ סך ייִדן צו שטיצן די סאָװעטישע מאַכט. זײ האָבן געגלױבט, אַז בלױז די רױטע אַרמײ איז בכּוח זײ צו באַשיצן פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג.
די באַציִונגען צװישן ייִדן און די נײַע באָלשעװיסטישע באַלעבאַטים זײַנען אָבער ניט געװען גלאַטיק. די סאָװעטן האָבן פֿאַרװערט פּריװאַטע געשעפֿטן אין קלײן-האַנדל און מלאָכות, װאָס זײַנען געװען דער עקאָנאָמישער יסוד פֿונעם ייִדישן שטעטל. אין די 1920ער יאָרן האָבן ייִדן מאַסנװײַז פֿאַרלאָזט די פֿאַראָרעמטע שטעטלעך און זיך באַזעצט אין גרױסע סאָװעטישע שטעט. דאָס האָט גורם געװען אַ גײַסטיקן שפּאַלט צװישן דעם אַלטן דור, װאָס האָט זיך געהאַלטן בײַם אַלטן שטײגער, און זײערע קינדער, װאָס האָבן געװאָלט זיך אַרײַנפּאַסן אינעם נײַעם סאָװעטישן לעבן. דער דאָזיקער קאָנפֿליקט איז די טעמע פֿון קולבאַקס סאַטירישן משפּחה–ראָמאַן „זעלמעניאַנער‟.
דער פּלאַן צו שאַפֿן אַ סאָװעטישע ייִדישע אױטאָנאָמיע אין ביראָבידזשאַן לעבן דער גרענעץ מיט כינע איז געװען דער סאַמע ראַדיקאַלער סאָװעטישער פּראָיעקט צו „פּראָדוקטיװיזירן‟ שטעטלדיקע ייִדן. דער פּראָיעקט איז געװען אַ דורכפֿאַל, אָבער אַ צאָל ייִדן זײַנען טאַקע יאָ געפֿאָרן אױפֿן סאָװעטישן װײַטן מזרח כּדי צו בױען אַ נײַעם ייִשובֿ. געכטס ראָמאַן „די דאַמפֿשיף פֿאָרט קײן יפֿו און צוריק‟ דערצײלט װעגן אַן אָדעסער ייִד, װאָס האָט עולה געװען קײן ארץ–ישׂראל אָבער אַנטױשט געװאָרן אינעם ציוניסטישן חלום און אַריבערגעװאַנדערט קײן ביראָבידזשאַן. געכטס שילדערונגען פֿונעם ציוניסטישן ייִשובֿ אין די 1920ער יאָרן זײַנען קריטיש אָבער פֿול מיט רעאַלע פּרטים, הגם אַלײן איז ער קײן מאָל ניט געװען אין ארץ–ישׂראל. ביראָבידזשאַן װערט, להיפּוך, אױסגעמאָלט װי אַ זיסער חלום, װאָס איז שױן מקוים געװאָרן, אין הסכּם מיט די תּקנות פֿונעם סאָװעטישן, סאָציאַליסטישן רעאַליזם‟.
די סאַמע בולטע פֿאַרקערפּערונג פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער צװײ–פּנימדיקײט איז די געשטאַלט פֿון אַ שװינדלער, װאָס מען געפֿינט למשל אין די ראָמאַנען פֿון איליאַ אילף און יעװגעני פּעטראָװ, „די צװעלף בענקלעך‟ און „דער גאָלדענער קאַלב‟. זײער העלד, דער „גרױסער קאָמבינאַטאָר‟ — אָסטאַפּ בענדער, איז געװען אײנער פֿון די פּאָפּולערסטע ליטעראַרישע פֿיגורן אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור. ער איז אַן אײביקער נע–ונד, װאָס װאַנדערט אַרום דעם סאָװעטן-לאַנד און זוכט קרבנות פֿאַר זײַנע אַפֿעריסטישע שטיק. זײַן ציל איז צו װערן רײַך און זיך באַזעצן אַין ריאָ-דע-זשאַנײראָ, אָבער דער דאָזיקער חלום פֿאַלט דורך װען ער װערט באַראַבעװאַט דורך רומענישע גרענעץ–שומרים.
דער חורבן און די רדיפֿות קעגן דער ייִדישער קולטור סוף-1940ער יאָרן האָבן גורם געװען אַ טיפֿע און טראַװמאַטישע שפּאַלטונג אין דער רוסיש–ייִדישער געשיכטע. די דאָזיקע ביטערע דערפֿאַרונגען האָבן באַפֿאַרבט אין טראַגישע קאָלירן אױך די קולטור־ירושה פֿון די ערשטע סאָװעטישע יאָרן, פֿאַרסך–הכּלט סענדעראָװיטש. ער האַלט, אַז מען האָט גענומען לײענען די װיכטיקע ליטעראַרישע װערק פֿון די 1920ער־1930ער יאָרן װי אַ מין פֿאָרװאָרט צו די טראַגעדיעס פֿון די 1940ער יאָרן. די כּװנה פֿון זײַן בוך איז צו װײַזן, װי אַזױ די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן האָבן געשאַפֿן נײַע לעבעדיקע ייִדישע געשטאַלטן אין דער צײַט צװישן צװײ בלוטיקע קאַטאַסטראָפֿעס, דעם בירגער–קריג און דעם חורבן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO