ווען אַ חדר־ייִנגל ווערט אַ ישיבֿה־בחורGoing from cheder boy to yeshiva student
מער זיצט מען נישט אין די זומער־הייזעלעך; איצט טראָגט מען אַ הוט און רעקל אַזוי ווי די טאַטעס צו מינחה־מעריבֿ.
דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.
נו, איך בין שוין א בר מצווה בחור, מער נישט קיין אינגל, אדער ווי מיין טאטע שליט״א פלעגט זאגן – א ״בּאָק״ מצווה בחור, ווייל געוואוסט האט ער גוט אז א בר מצווה בחור איז נישט מער ווי א בעקל אין טאטע־קליידער (א באק איז א מענליכער ציג און ווערט געניצט אין מאמע לשון פאר א ווילד אויסגעוואקסן יינגל). אבער מיר קינדער האבן דאס נישט געוואוסט, געקלערט האבן מיר אז איבערנאכט ווערן מיר פארוואנדלט אין מלאכים׳לעך, אין טאטעלעך, און די עלטערן אונזערע, זאלן זיי געזונט זיין מיט זייער צינישקייט.
הכלל, מ׳איז א בר מצווה בחור, מער נישט מיט די „פּלויווערלעך“, די געשטרייפטע העמדלעך, זומער הייזלעך… מער שלאגט מען זיך נישט ארום ווי קליינע קינדער, מער אמפערט מען זיך נישט צווישן טישן און בענק, מער שפרינגט מען נישט ווי די קאזעס, מע ווילדעוועט נישט ארום ווי די צאפן, און מער לויפט מען נישט ווי די העזעלעך אראפ און ארויף איבערן בנין.
און אז שוין אזוי, וועט מען דאך אודאי געוויס זיך נישט פאר׳מסר׳ן פארן רבי׳ן איינער דעם אנדערן ווי חדר-יינגלעך, ווייל זאגט איר מיר, וואס א פנים האט עס זיך ארומצורייסן ביי די קעפ פאר׳ן רבי׳נס שרייבטיש אז מען איז א ישיבה בחור? ס׳צייט אויף ערנסטקייט. מער עסט מען נישט שטייענדיג און גייענדיג אזוי אינמיטן דערינען, מער לייענט מען נישט קיין „מעשה׳לע כעס׳עלע“ אין אידיש מיט די קאלירטע בילדער וכו׳. מ׳איז א בחור, מ׳גייט מיט א הוט, א רעקל, אזויווי די טאטעס צו מנחה מעריב, אזויווי די רבי׳ס אין חדר – מ׳טראגט אן ערנסט פנים, מ׳גייט אין גאס בכובד ראש, און מען לייענט בלויז „ספרים“ אין לשון הקודש, און ווי באבע חייטשע זאל זיין געזונט זאגט שטענדיג: „פון ישיבה בחור׳ימלעך טראגט זיך א ריח פון טאטן עליו השלום׳ס ספרים שראנק.“
איי, דערמאן איך זיך ווי איך האב אלס אינגל זיך קוים געקענט דערווארטן צו ווערן א לייט אין הוט און רעקל. אמאל אין חדר, אלס „יינגל“, איז געווען בלויז איין הוט מיט איין רעקל אינעם גאנצן פאָרלערן כיתה — דעם רבי׳נס; איז יעצט אלס „בחור“, ווערט דער צימער אנגעפילט מיט יונגע הוט און רעקלעך, יעדער זיין אייגן הוט אזויווי דער טאטע גייט, משמע מיר אלע זענען קליינע טאטעס.
און צום אלעם בעסטן, מער כאפט מען נישט מיטן שטעקן פונעם רבי׳ן, ווייל ווי גיט מען דאס א „משכנתא“ א בחור מיט הוט און רעקל פונקט ווי א טאטע? אבער אמ׳חשוב׳סטן פון אלעם, מער גייט מען נישט אין חדר, חדר איז פאר קינדער, און מיר זענען מער נישט קיין קינדער, מיר זענען בחורים, און מיר גייען אין ישיבה.
וועט איר אפשר פרעגן, וואס איז דאס א ישיבה? מיט וואס איז דאס אנדערש ווי א חדר? מען לערנט אין ביידע חומש מיט גמרא, א יא?! מען גייט אין כיתות הערן דעם רבי׳ן פארלערנען, א יא?! מען דארף קומען באצייטנס, א יא?! מען דארף קענען אויפן פארהער, נו?! טא מיט וואס, געוואלד און געשריגן, איז דאס אנדערש ווי א חדר?
אבער דא במחילת כבודך וועל איך אייך מוזן זאגן אין פנים אריין, אייער פראגע איז א נארישע, און יעדעס א משלנו אין גאס וואלט מיט מיר מסכים געווען. ווייל קודם כל, דא לערנען „בחורים“, בעת אין א חדר לערנען בלויז „קינדער“, איז שוין דאס אליינס א גרויסער חילוק.
צווייטנס כל, אין דער ישיבה זענען מער נישטא קיין רבי׳ס, מלמדים, אדער דרדקים ווי מען רופט זיי. דא זענען דא „מגידי שיעורים“, שואל ומשיב׳ס, און משגיחים, און איבער אלעם. דא האבן מיר מער נישט קיין מנהל, נאר א ראש ישיבה, איז דאס דאך אין גאנצן אן אנדער געשעפט, איז ווי פארגלייכט איר יקום פרקן צו נתנה תוקף, חרוסת צום כזית מצה?
וואס איז דער חילוק צווישן א ראש ישיבה און א מנהל, פרעגט איר? דאס ווייסט דאך יעדער חדר אינגל: א ראש ישיבה איז איבער א ישיבה און א מנהל איבער א חדר! ס׳איז גלייך ווי מע פרעגט, וואס איז דער חילוק צווישן אן עפל-קוגל ביז אן עפל-טארט, צווישן א בולקע ביז א זעמל, צווישן חתן תורה ביז מפטיר יונה.
און דריטנס כל, איידער איך פארגעס, דא אין א ישיבה זענען די יארגאנג קלאסן נישט איינגעטיילט אין „כיתות“ אזויווי אין חדר: כיתה א׳, כיתה ב׳ אאז״וו., דא אין ישיבה זענען זיי איינגעטיילט אין „שיעורים“ – שיעור א׳, שיעור ב׳, האט איר דאך באשיינפערליך דעם חילוק צווישן א ישיבה און א חדר.
הכלל, איז שוין געקומען די צייט צו גיין אין ישיבה אריין, ווייל אויך איך בין שוין געווען א בחור, מיט א הוט, מיט א רעקל, און די גאנצע קלאפע געצייג, מ׳ציילט זיך צו מנין, מ׳קען זיין חזן, קריגן אן עליה, און אננעמען א הגבה ביי די ביינער. הכלל א מענטש צום טיש, א פארנעם, א מנין און א בנין, א לייטל צווישן לייטן, א געשטעל צווישן געשטעלן. בלויז די „שתי שערות“ (סימני בגרות – ערשטע הערעלעך ביים אותו מקום) האט מיר נאך געפעלט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO