לײַפּציג־קאָנפֿערענץ באַטראַכט דעם דערפֿאָלג און מפּלה פֿון סאָװעטיש־ייִדישער קולטורLeipzig conference discusses the making and unmaking of Soviet Yiddish culture
אינעם ערשטן נומער פֿונעם אַלמאַנאַך „הײמלאַנד‟ (1947) האָט דער חשובֿער סאָװעטישער ליטעראַטור־פֿאָרשער יצחק נוסינאָװ אונטערגעפֿירט די סך–הכּלען פֿון די ערשטע דרײַסיק יאָר פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור.
נוסינאָװס טאָן איז געװען אָפּטימיסטיש. אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד, האָט ער געשריבן, „איז אױפֿגעקומען אַ נײַ ייִדיש פֿאָלק‟. אָבער די אַטמאָספֿער אין דער סאָװעטישער קולטור איז צו יענער צײַט געװאָרן אַלץ פֿינצטערער. מיט עטלעכע חדשים פֿריִער האָבן די אָנפֿירער פֿונעם סאָװעטישן שרײַבער–פֿאַראײן באַשולדיקט נוסינאָװן אינעם אידעאָלאָגישן חטא פֿון קאָסמאָפּאָליטיזם. בערך אין אַ יאָר אַרום איז ער אַרעסטירט געװאָרן און געשטאָרבן אין תּפֿיסה אין 1950. אַן ענלעכער גורל האָט געטראָפֿן זײַנע קאָלעגן און פֿרײַנד, די פֿירנדיקע סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן, װאָס זײַנען געװען מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.
הײַיאָר מערקט מען אָפּ אַ יאָרטאָג און אַ יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן אַנטי–פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דער קאָמיטעט איז געשאַפֿן געװאָרן מיט אַכציק יאָר צוריק אין 1942 און זײַנע אָנפֿירער זײַנען דערשאָסן געװאָרן מיט זיבעציק יאָר צוריק אין 1952. אין פֿאַרשײדענע לענדער קומען פֿאָר קאָנפֿערענצן, סעמינאַרן און עפֿנטלעכע אָװנטן געװידמעט די דאָזיקע צװײ דאַטעס. אין יעדן לאַנד האָט די דאָזיקע דאַטע אַן אײגענע אױסטײַטשונג. אין דײַטשלאַנד האָט די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אינעם שמעון-דובנאָװ–אינסטיטוט אין לײַפּציג געטראָגן דאָס אונטערקעפּל „דאָס מאַכן און דאָס חרובֿ–מאַכן פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור‟. מען האָט אַרומגערעדט די װערק און די לעבנס–געשיכטעס פֿון די באַרימטע פֿיגורן אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור: דוד האָפֿשטײן, פּרץ מאַרקיש, איציק קיפּניס, דוד גערגעלסאָן, דער ניסתּר און איציק פֿעפֿער.
די רעפֿערענטן זײַנען געװען אײנשטימיק, אַז די קינסטלערישע װערק פֿון די דאָזיקע און אַנדערע סאָװעטישע שרײַבער און דיכטער זײַנען געװען פֿון אַ הױכער עסטעטישער קװאַליטעט און מען דאַרף זײ מאַכן צוטריטלעך פֿאַרן הײַנטיקן לײענער. אין דײַטשלאַנד האָט דער ענין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אַן אײגענעם חשיבֿות. ייִדיש איז דאָך אַ גערמאַנישע שפּראַך און אָפֿט מאָל האַלט מען, אַז ייִדיש איז מער אָדער װײניקער פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ דײַטשיש-רעדנער. אָבער דאָס איז אַ טעות, דערקלערט פּראָפֿעסאָר אפֿרת גל–עד. די גערמאַנישע װערטער אין ייִדיש האָבן אָפֿט מאָל אַן אַנדער באַטײַט אײדער אין דײַטשיש, שױן אָפּגערעדט פֿון די לשון–קודשדיקע װערטער, װאָס קלינגען דעם דײַטשישן אױער פֿרעמד.
דער דאָזיקער חילוק איז געװאָרן בפֿירוש קלאָר װען מען האָט בעתן ליטעראַרישן אָװנט רעציטירט די װערק פֿון סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער אױף ייִדיש און אױף דײַטשיש. דערפֿאַר פֿאַרנעמען נײַע איבערזעצונגען פֿון באַרימטע און פֿאַרגעסענע װערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אַ חשובֿן אָרט אין די דײַטשישע אַקאַדעמישע פֿאָרשפּראָיעקטן װעגן ייִדיש.
די טראַגישע געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרשײדענע אַספּעקטן. איז דאָס געװען אַ דערפֿאָלג אָדער אַ מפּלה? אױף װיפֿל איז די סאָװעטישע ייִדישע קולטור געװען ייִדיש און אױף װיפֿל סאָװעטיש? דער ענין פֿון די באַציִונגען צװישן אָט די צװײ אַספּעקטן איז אַ קלאָץ-קשיא, װאָס װערט אַזױ אָדער אַנדערש באַהאַנדלט כּמעט אין אַלע פֿאָרשונגען פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. הײַנט זוכט מען אַרױסצושאָלעכצן דעם ייִדישן קערן, „דאָס פּינטעלע ייִד‟ פֿון די סאָװעטישע אידעאָלאָגישע „קליפּות‟.
עס איז מערקװירדיק, אַז די דאָזיקע פֿראַגע האָט פֿאַראינטערעסירט אױך די סאָװעטישע פּאָליטישע משגיחים פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין 1943 האָט מען באַשולדיקט די פֿירערשאַפֿט פֿונעם קאָמיטעט אין אַ נטיה צו ציוניזם, װײַל זײ האָבן געװידמעט אַ סך אופֿמערקזאַמקײט ייִדישע ענינים. אױף דער דאָזיקער טענה האָט שכנא עפּשטײן, דער אױספֿיר-סעקרעטאַר פֿונעם קאָמיטעט דערקלערט דעם סעקרעטאַר פֿונעם צענטראַל–קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ — אַלעקסאַנדר שטשערבאַקאָװן, אַז כּדי דורכצוברעכן די אידעאָלאָגישע „בלאָקאַדע‟ קעגן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד אין דער אױסלענדישער ייִדישער פּרעסע (קודם–כּל געמײנט האָט ער דעם „פֿאָרװערטס‟), מוז מען פֿאַרפּאַקעװען דעם סאָװעטישן אינהאַלט אין אַ ייִדישן „הײַטל‟. בײַ די קאָמוניסטן איז דער ייִדישער קאָמפּאָנענט געװען דאָס הײַטל אָבער הײַנט האַלט מען אים פֿאַרן עיקר. דער פּרינציפּ פֿון אַנטקעגנשטעלן זיך אָט די קאָמפּאָנענטן איז דער אײגענער.
װען די סאָװעטישע רעגירונג האָט געשאַפֿן דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין 1942, איז דער מצבֿ אױפֿן סאָװעטיש–דײַטשישן פֿראָנט געװען אַ שװערער. די רױטע אַרמײ האָט זיך דרינגענדיק גענײטיקט אין הילף, און דאָס שליחות פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז געװען צו זאַמלען געלט בײַ ייִדן אין אױסלאַנד. צוליב דעם האָט מען געדאַרפֿט אַפּעלירן צו דעם געפֿיל פֿונעם ייִדישן אַחדות.
דער בולטסטער סימן פֿונעם דאָזיקן נײַעם קער אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור איז געװאָרן דאָס ליד פֿון איציק פֿעפֿער „איך בין אַ ייִד‟. דאָס דאָזיקע ליד און זײַן װעלט-װײַטע פּאָפּולאַריטעט איז געװען די טעמע פֿון רעפֿעראַט פֿון יאַקאָב שטורמאַן (דובנאָװ–אינסטיטוט). דאָס ליד איז געדרוקט געװאָרן אין דער מאָסקװער צײַטונג „אײניקײט‟ אין 1942, און פֿעפֿער האָט עס רעציטירט אױף פֿאַרשײדענע פֿאַרזאַמלונגען אין אַמעריקע בעת זײַן באַזוך אין 1943. די רעקאָרדירונג דערפֿון קען מען הערן אינעם דיגיטאַלן אַרכיװ פֿון דער ייִדישער ביכער–צענטראַלע. דאָס איז מסתּמא דער סאַמע בולטער בײַשפּיל פֿון דער שמעלצונג צװישן ייִדישע און סאָװעטישע מאָטיװן. פֿעפֿער שאַפֿט אַ לאַנגע רשימה פֿון באַרימטע ייִדישע פּערזענלעכקײטן פֿון משה-רבינו און בר–כּכבא ביז סטאַלינס מיניסטער לאַזאַר קאַגאַנאָװיטש.
מעג זײַן, אַז דװקא אױף דעם דאָזיקן ליד האָט זיך אָפּגערופֿן דוד בערגעלסאָן אין זײַן דראַמע „פּרינץ ראובֿיני‟ װעגן אַ מיטלאַלטערלעכן פֿאַלשן משיח, װאָס האָט געװאָלט מציל זײַן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון גלות. שלמה מיכאָעלס, דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און דער הױפּט-רעזשיסאָר פֿונעם מאָסקװער מלוכישן ייִדישן טעאַטער, האָט בדעה געהאַט אױפֿצופֿירן דעם דאָזיקן ספּעקטאַקל אינעם יאָר 1944, אָבער דאָס איז קײן מאָל ניט געשען. די האַנדלונג קומט פֿאָר צװישן געשמדטע ייִדן און קריסטן אין פּאָרטוגאַל און איטאַליע. אײנער אַ העלד, אַ לץ מיטן נאָמען שבתי, האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ ייִד אינעם ליסאַבינער צירק פֿאַרן קריסטלעכן עולם. דערבײַ האָט ער געזונגען אַזאַ לידל: „איך בין אַ ייִד! / אױף װעלט-יריד / איך זיד און זיד – / פֿון אײביק אָן. אָט בין איך גרױס, / אָט װער איך אױס‟. דאָס דאָזיקע ליד לאָזט זיך לײענען װי אַ פּאַראָדיע אױף פֿעפֿערס פּראָקלאַמאַציע פֿון זײַן ייִדישן שטאָלץ. די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן זײַנען געװען „גרױס‟ װען סטאַלינס מלוכה האָט זיך גענײטיקט אין זײער הילף בעת דער מלחמה מיט היטלערן, אָבער זײ זײַנען געװאָרן „אױס‟, װען עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ נײַע, „קאַלטע‟ מלחמה מיט אַמעריקע. מעג זײַן, אַז דװקא צוליב אָט דעם לידל האָט די סאָװעטישע צענזור ניט דערלאָזט די אױפֿפֿירונג פֿון בערגעלסאָנס „פּרינץ ראובֿיני‟.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor