די קליידער וואָס מײַן מומע האָט אונדז גענייט, נאָכגייענדיק די פֿוסטריט פֿון דער באָבעןThe dresses that my aunt sewed for us, following in Bubbe’s footsteps
אױף דער װאַנט פֿון מײַן שלאָפֿצימער הענגט אַ גרױסע, סעפּיע־געפֿאַרבטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ גרופּע פֿרױען מיט אַ פּאָר מענער. זײ זיצן אַ ביסל שטײַף און שמײכלען נישט, װי מע זעט אָפֿט אין פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער דאָזיקער תּקופֿה. אויף דער פֿאָן פֿון פֿאָרנט שטייען די ווערטער: Educational Club of Local 41 ILGWU (דערציִונג קלוב פֿון צווײַג 41, פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן יוניאָן פֿון באַקליידונג־אַרבעטאָרינס).
די פֿרוי וואָס זיצט אין דער ערשטער רײ, אויף רעכטס, איז די באָבע פֿאַני, מײַן מאַמעס מאַמע, װאָס האָט עמיגרירט פֿון װיטעבסק אין 1913 צו 17 יאָר. נאָך איר באַזעצן זיך אין ניו־יאָרק האָט זי געאַרבעט אין אַ באַקלײד־פֿאַבריק, פּונקט װי אַ סך אַנדערע נײַ־אָנגעקומענע ייִדישע פֿרױען. די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיע געפֿעלט מיר שטאַרק; איך בין שטאָלץ וואָס מײַן משפּחה האָט געשפּילט אַ ראָלע אין דער באַקלײד־אינדוסטריע.
לעצטנס האָב איך אַנטדעקט נאָך אַ זאַך וואָס באַטאָנט די ענגע פֿאַרבינדונג צװישן מײַן משפּחה און דער באַקלײד־אַרבעט. קוקנדיק איין מאָל אױף אָט דער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער באָבען און איר קלוב, האָב איך זיך דערמאָנט אַז ערגעץ אין שטוב ליגט אַ פֿאָטאָ פֿון מײַנע קינדעריאָרן װוּ איך טראָג אַ ראָזעווע קלײד אויפֿגענייט פֿון עמעצן פֿון דער מאַמעס צד. צום גליק וווין איך צוזאַמען מיט טאַטע־מאַמע, האָב איך די מאַמע געפֿרעגט וועגן דעם. זי האָט באַלד געפֿונען די פֿאָטאָגראַפֿיע און האָט באַשטעטיקט אַז איר שװעסטער פּאָלין — װאָס איז געבױרן געװאָרן אין 1922 — האָט גענײט דאָס קלײנע געבלימטע קלײד מיט דער האַנט.
פּאָלין איז געשטאָרבן פֿון ראַק אין 1989, װען איך בין געװען 20 יאָר אַלט. איך האָב זי אָבער נישט גוט געקענט ווײַל זי האָט לאַנגע יאָרן געװױנט אין צפֿון־קאַראָלינע. מײַן מאַמע האָט מיר דערציילט אַז פּאָלין האָט פֿאַרענדיקט די מיטלשול אין 1939 און באַקומען אַ שטעלע אין אַ באַקלײד־קראָם אין קװינס, װוּ זי האָט געאַרבעט בײַ אַ נײמאַשין פּונקט װי איר מאַמע פֿאַני האָט געטאָן מיט 25 יאָר פֿריִער אין מאַנהעטן. אין יוני 1973 האָט פּאָלין מיר גענײט דאָס קלײד פֿאַר אַ משפּחה־חתונה, און איך האָב עס אויך שטאָלץ געטראָגן אויף מײַן פֿערטן געבוירן־טאָג אין אױגוסט. איצט, קוקנדיק אויף דעם בילד וווּ איך טראָג אַ קלייד אויפֿגענייט פֿון אַ באַקלײד־קראָם אַרבעטערין, ווי אויך די טאָכטער פֿון אַן ILGWU מיטגלידערין — האָט עס מיך שטאַרק גערירט.
בעת איך און די מאַמע האָבן באַװוּנדערט דאָס ראָזעווע קלײד אין בילד, האָט מײַן מאַמע דערמאָנט אַז פּאָלין האָט אױך גענײט איר — דאָס הײסט, מײַן מאַמעס — חופּה־קלײד. דאָס איז געװען אַ חידוש׃ שױן לאַנגע יאָרן האָב איך ליב צו קוקן אויף די פֿאָטאָס פֿון מײַן מאַמעס חתונה, אָבער איך האָב קײן מאָל נישט געװוּסט אַז דאָס קלייד האָט איר אייגענע שװעסטער גענײט! צוזאַמען האָבן מיר געפֿונען אַלע בילדער פֿון דער כּלה און ממש באַװוּנדערט פּאָלינס האַנטאַרבעט. פּונקט דעמאָלט האָט מײַן טאַטע, וואָס איז פֿריִער געהאַט צוגעקומען צו אונדז, געזאָגט: „דזשעניפֿער, דו װײסט אַז דאָס חופּה־קלײד איז בײַ אונדז אין קעלער, יאָ?”
מאָדנע, וואָס איך האָב דאָס נישט געװוּסט! דער טאַטע איז אַראָפּ אין קעלער און צוריקגעקומען מיט אַ פּלאַסטישן זאַק װאָס מען האָט מסתּמא נישט געעפֿנט שױן צענדליקער יאָרן. אינעװײניק איז געלעגן דאָס קלײד, אָדער, בעסער געזאָגט — אַ טײל פֿונעם קלײד. ערשט דעמאָלט האָט די מאַמע זיך דערמאָנט אַז זי האָט איין מאָל געליגן אַ חבֿרטע די יאַק מיט קרוזשעװע אַרבל און קאָלנער װאָס מען זעט אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס; די חבֿרטע האָט אים אָבער קײן מאָל נישט צוריקגעגעבן. אָבער דאָ האָב איך אין די הענט כאָטש דאָס אונטער־קלײד, אָן אַרבל, מיט אַ שײנעם, עלעגאַנטן קלײדל און פֿינקלעננדיקע פֿליטערלעך. מײַן מומע פּאָלינס האַנטאַרבעט! ס’איז געװען צעקנײטשט און אַ ביסל פֿאַרפֿלעקט, מיטן מאָדנעם ריח פֿון אַלטן זײַד — אָבער אין אַ גוטן מצבֿ.
איך האָב עס אָנגעטאָן׃ ס’איז געװען צו קלײן (מײַן מאַמע איז געװען 20 יאָר אַלט בײַ דער חופּה און איך בין שוין איבער 50), אָבער נישט געפֿערלעך. טראָגנדיק דער מומעס קלייד האָב איך דערפֿילט אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג צו איר, און דורך איר צו דער באָבען און צו דער װעלט פֿון דער סעפּיע־געפֿאַרבטער פֿאָטאָגראַפֿיע. ס׳האָט זיך מיר געדאַכט ווי די באָבע פֿאַני — װאָס איז געשטאָרבן װען איך בין געװען בלויז צוויי מיט אַ האַלב יאָר אַלט — איז טאַקע מיט מיר. צום ערשטן מאָל האָב איך „פֿאַרשטאַנען“ מיט די פֿינגער, מיט דער הױט, אַז די ייִדישע באַקלײד־אַרבעט איז אַ װיכטיקער טײל פֿון מײַן משפּחה־געשיכטע. איך האָב אױסגעטאָן דאָס קלײד און עס ציכטיק צונױפֿגעלײגט.
צוזאַמען מיט דער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון זיך אַלײן אויפֿן פֿערטן געבוירן־טאָג, און מײַן מאַמעס אַ כּלה־בילד, האָב איך דאָס חופּה-קלייד אַרײַנגעלייגט אין אַ רײנעם זאַק אין דער שאַפֿע. איך ווייס אַז די באָבע איז געווען אַן אַטעיִסטקע וואָס האָט מסתּמא נישט געגלייבט אין גן־עדן אָבער פֿאָרט האָף איך אַז זי שעפּט איצט נחת דערפֿון, וווּ זי זאָל נישט זײַן!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor