מיר באַזוכן וואַרשעס נײַעם דענקמאָל לכּבֿוד דעם „עונג־שבת“־אַרכיווVisiting the memorial for the rescued Warsaw Ghetto archive “Oyneg Shabes”
אַחוץ דער גרויסער צאָל דענקמעלער אין וואַרשע זײַנען די נעמען פֿון די „ייִדישע גאַסן“ פֿאַרבליבן ווי דענקמעלער פֿאַר זיך.
„וואָס הערט זיך אין וואַרשע“ איז געווען דער טיטל פֿון אַ טעגלעכן בלאַט אין דער צײַטונג „הײַנט“, וואָס איז אַרויס אין וואַרשע פֿאַר דער קריג. און היות ווי די צײַטונג דערשײַנט שוין פֿון לאַנג נישט, דאַרף מען פֿאָרן קיין וואַרשע כּדי זיך צו דערוויסן וואָס הערט זיך טאַקע דאָרט.
בכן בין איך סוף חודש יוני געפֿאָרן קיין פּוילן „זוכן די נעכטיקע טעג“ און זען ווי אַזוי זיי זײַנען פֿאַרקערפּערט אין די הײַנטיקע טעג. וואַרשע איז טאַקע אַ לעבעדיקע שטאָט, אָבער זי געדענקט אויך אירע אַמאָליקע אײַנוווינערס, און צווישן זיי — די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרן חורבן באַטראָפֿן אַ דריטל פֿון איר באַפֿעלקערונג.
אין קיין שום אַנדער שטאָט אויף דער וועלט זײַנען נישטאָ אַזוי פֿיל דענקמעלער ווי אין וואַרשע. מיט אַ יאָר צוריק האָב איך געלייענט אַז אין נאָוואָליפּקי-גאַס 28 האָט מען געשטעלט אַ נײַעם דענקמאָל לכּבוד דעם „עונג שבת“־אַרכיוו. דער „עונג שבת“ איז געווען אַן אונטערערדישע אָרגאַניזאַציע פֿון מענער און פֿרויען פֿון כּל־מיני פּאַרטייען און גלויבנס, וואָס האָבן צוזאַמען געזאַמלט מאַטעריאַלן, געפֿאָרשט און געשריבן וועגן וואַרשעווער געטאָ און אַנדערע ערטער אין פּוילן, און דערצו – דאָקומענטירט די ערשטע ידיעות וועגן טרעבלינקע.
איצט האָב איך סוף-כּל-סוף געהאַט די זכיה דאָס צו זען פּנים-אל-פּנים. אַ גאַנץ יאָר האָט מען אין „בית שלום עליכם“ אין תּל-אָבֿיבֿ געלערנט וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין וואַרשע — איר געשיכטע, ליטעראַטור, קונסט, טעאַטער אאַז״וו, און צום סוף יאָר איז אַ גרופּע תּלמידים און לערערס טאַקע געפֿאָרן קיין פּוילן, און איך בתוכם.
ווי באַוווּסט, איז קיין סך נישט געבליבן פֿונעם ייִדישן עבֿר דאָרט; מער ווי אַכציק פּראָצענט פֿון דער שטאָט איז חרובֿ געוואָרן אין דער מלחמה, און אין דער ייִדישער געגנט, מוראַנאָוו, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם געטאָ, איז כּמעט אַלץ אויסגעמעקט געוואָרן. אָבער דאָס רובֿ נעמען פֿון די „ייִדישע גאַסן“ — קאַרמעליצקע, זאַמענהאָף, פּאַוויע און דזשעלנע גאַסן — זײַנען פֿאַרבליבן ווי דענקמעלער פֿאַר זיך. דערצו זײַנען דאָ אַ סך, אַ סך געדענק-טאָוולען, וואָס מע האָט אַרויפֿגעשטעלט כּדי צו דערמאָנען דעם ברייטן עולם די אָנגעווייטיקטע געשיכטע, וואָס מע הייבט שוין אָן צו ביסלעך צו פֿאַרגעסן.
אין דעם זעלביקן אָוונט ווען איך בין אָנגעקומען קיין וואַרשע האָב איך זיך געאײַלט צו גיין זען דעם נײַעם טאָוול אויף נאָוואָליפֿקי 28, און צומאָרגנס האָט אויך אונדזער גרופּע באַזוכט דעם אָרט. אייגנטלעך איז אונדזער באַזוך געווען אין דער שכנדיקער סמאָטשקע־גאַס, וואָס וועגן איר האָב איך געשריבן אַ בוך אויף העברעיִש, „סמוצ’ה – ביוגרפיה של רחוב יהודי בוורשה“ (סמאָטשע – אַ ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישער גאַס אין וואַרשע). יצחק באַשעוויס-זינגער, וואָס האָט געוווינט נישט ווײַט, האָט אַ מאָל געשריבן אַז „יעדע ייִדישע גאַס אין וואַרשע – געווען אַ שטעטל פֿאַר זיך“, און די ווערטער האָט מען אײַנגעקריצט אויף ייִדיש, פּויליש און ענגליש אויף אַ טאָוול אין קאַרמעליצקע-גאַס. אָבער אַפֿילו אויב יעדע גאַס איז „אַ שטעטל פֿאַר זיך“,זענען מיר נישט געבליבן בלויז אויף סמאָטשקע־גאַס; מיר האָבן אויך באַזוכט נאָוואָליפּקי — און ס׳איז
טאַקע כּדאי געווען.
דער נײַער דענקמאָל געפֿינט זיך אין אַ הויף פֿון נאָוואָליפּקי 28, און ער איז נישט קיין בולטער. אדרבה: ער ליגט אויף — און אונטער — דער ערד: אַ מין ליידיקע ווײַסע גרוב וואָס איז פֿאַרדעקט מיט גלאָז, און אין מיטן ליגט אַ פֿאַרגעלטער בלאַט – אַן אָריגינעלער בלאַט פֿונעם „עונג שבת“־אַרכיוו, וואָס מע האָט דאָ בשתּיקה באַגראָבן. לעבן דעם, אויף דער ערד, זעט מען שוואַרצע טאָוולען, און אויף זיי שטייט געשריבן אויף ייִדיש, פּויליש, עבֿרית און ענגליש: „דאָס וואָס מיר האָבן נישט געקענט אַרויסשרײַען פֿאַר דער וועלט, האָבן מיר פֿאַרגראָבן אין דער ערד. […] זאָל דער דאָזיקער אוצר אַרײַנפֿאַלן אין גוטע הענט, זאָל ער זיך דערוואַרטן בעסערע צײַטן, זאָל ער אַלאַרמירן די וועלט, וואָס האָט זיך פֿאַרלאָרן. […] איך וואָלט געוואָלט דערלעבן דעם מאָמענט ווען מע וועט קומען אויסגראָבן דעם גרויסן אוצר און צעשרײַען דעם אמת, זאָל זיך די וועלט דערוויסן.“
דאָס איז א ציטאַט פֿון ד״ר עמנואל רינגעלבלום, דער גרינדער און דער פֿאַרוואַלטער פֿון „עונג שבת“ — די טעמע פֿון שמואל קאַסאָווס גלענצנדיקן בוך, „ווער וועט אָנשרײַבן אונדזער געשיכטע?“. אפֿשר טאַקע אַ דאַנק דעם בוך, און דער דאָקאָ-דראַמע אויף דער זעלבער טעמע (אַ פֿילם וואָס נענסי ספּילבערג האָט פּראָדוצירט), האָט מען דאָ איצט געשטעלט דעם מאָנומענט?
פֿון די 70 חבֿרים פֿון „עונג שבת“ זײַנען נאָך דער מלחמה געבליבן נאָר דרײַ: הערש וואַסער, זײַן פֿרוי בלומע און די שרײַבערין רחל אויערבאַך. אין דעצעמבער 1946 האָט וואַסער געפֿונען צען קעסטלעך, און אין יאָר 1950 זײַנען געפֿונען געוואָרן נאָך דרײַ מילכקרוגן, און אין זיי – די אוצרות פֿונעם וואַרשעווער געטאָ.
הײַנט ווערן די מאַטעריאַלן פֿונעם „עונג שבת“־אַרכיוו באַטראַכט ווי אַ טייל פֿון יונעקסקאָס רשימה פֿון די וויכטיקסטע אָנדענק־מאַטעריאַלן אויף דער וועלט, און ווערן געהיט אין וואַרשעס ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט, וואָס געפֿינט זיך אין טלאָמאַצקע, אַ קליין געסל, אַ זכר-לחורבן פֿון דער אַמאָליקער חשובֿער גאַס, וווּ ס׳איז אַ מאָל געשטאַנען די גרויסע „דײַטשע שול“ און דער ליטעראַטן־פֿאַראיין — טלאָמאַצקע 13. צענדליקער בלעטער, צייכענונגען און אַנדערע מאַטעריאַלן זײַנען דאָרטן אויסגעשטעלט פֿאַרן פּובליקום, צוזאַמען מיט איין מילכקרוג, און מע קאָן נישט בלײַבן גלײַכגילטיק אַנטקעגן זיי: דער גרויל און די גבֿורה שטייען דיר פֿאַר די אויגן. אָבער אויך דאָ, אין נאָוואָליפּקי 28 (דעם אַמאָליקן נאָוואָליפּקי 68), דערפֿיל איך שטילערהייט סײַ די גבֿורה סײַ דעם גרויל, צווישן די בלעטער פֿונעם טאָפּאָליע-בוים און די טראָפּנס פֿונעם זומערדיקן רעגן וואָס האָט זיך פּלוצעם צעגאָסן אין אַ הייסער דעמערונג.
די שטילקייט פֿון דער איצטיקער נאָוואָליפּקי־גאַס איז אַ שטומער עדות צו דער געגנט, וואָס האָט פֿאַרן חורבן געקאָכט און גערוישט. דאָ, אינעם גרויסן הויף פֿון נאָוואָליפּקי 68, וואָס ציט זיך אַזש ביז סמאָטשע גאַס, זײַנען געווען נישט ווייניק ווי פֿיר שולן: די ציש״אָ פֿון בונד; די באָראָכאָוו-שול פֿונעם לינקן פּועלי-ציון, די העברעריִשע „תּרבות־שול“, און אַ „שאַבעסוווּקע“ – אַ פּוילישע שול פֿאַר ייִדן. דערצו זײַנען דאָ טעטיק געווען „פֿאָלקס-אוניווערסיטעטן“, פֿאַרשיידענע אָוונטשולן און ווער ווייסט נאָך וויפֿל חדרים, תּלמוד-תּורות אאַז״וו. אַרום הויף האָבן געוווינט הונדערטער ייִדן, און עטלעכע ייִדישע שרײַבערס אויך.
„דאָ פֿלעגן אַרױסקומען די אײַנװױנער, אַ פּאָר הונדערטער ייִדן פֿון יעדן הױף. הערצער האָבן געקלאַפּט, אױגן האָבן געלױכטן“, האָט געשריבן דער באַרימטער „בונד“־דערציִער און טעטיקער, יעקבֿ פּאַט. משה זאָנשיין, דער מחבר פֿונעם בוך זכרונות „ייִדיש-וואַרשע“, האָט אינעם קאַפּיטל „מײַן הויף“ געשילדערט עטלעכע פֿון די שכנים: חיים שוסטער, מענדל סטאָליער, יאָסל טרעגער און אַנדערע. „פֿון די שול-צימערן האָבן זיך געלאָזט הערן קלינגענדיקע קולעכלעך. טאַנצנדיקע מיט געפֿלאָכטענע הענטלעך אין אַ ראָד, האָבן זײ פֿאַרקלונגען דעם הױף מיט ‘משהלע, משהלע, ביסט דאָך זײער שײן, שװאַרצינקע אײגעלעך, װײַסינקע צײן’, אָדער ‘שׂרהלע, שׂרהלע, ביסט דאָך זײער מיאוס, אַ ביסעלע פֿאַרקאָפּטשעט, אַ ביסעלע פֿאַרריסט’“. דערפֿון איז געדרונגען אַז נאָוואָליפּקי 68 איז געווען אַ באַטײַטפֿולער הויף אין פֿאַרמלחמדיקער וואַרשע. נישט סתּם אַזוי האָט מען דווקא אויף דעם אָרט באַגראָבן דאָס רובֿ מאַטעריאַלן פֿון „עונג שבת“ אַרכיוו.
אַזוי האָבן מיר עולה־רגל געווען צו דעם שיינעם און באַשיידענעם דענקמאָל, אויספּלאַנירט פֿון די אַרכיטעקטן לוקאַש מיעשקאָווסקי און מאַרטשין אורבאַנעק, לויט דער איניציאַטיוו פֿון „סטאַנציע מוראַנאָוו“, אַ גרופּע פּוילישע אַקטיוויסטן מיט פּראָפֿ׳ יאַצעק לעאָשטעק בראש, וואָס שטרעבן איבערצוצײַגן די אָרטיקע פּאָליאַקן אין דער וויכטיקייט פֿון פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם ייִדישן עבֿר פֿון וואַרשע. זענען מיר דאָרט געשטאַנען, פֿאַרטיפֿט אין אונדזערע געדאַנקען קוקנדיק אויפֿן דענקמאָל וואָס איז געלעגן אונדז צופֿוסנס. בכלל קען מען זאָגן אַז אַ סך פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער דראַמע געפֿינט זיך איצט ממש אונטער דער ערד פֿון וואַרשע. אויף פּראָסטע גאַס נומער 51, למשל, זעט מען נאָך אַ דענקמאָל לכּבֿוד די געטאָ־קעמפֿערס וואָס זײַנען אויף יענעם אָרט אַרויסגעקראָכן פֿון דער קאַנאַליזאַציע. יענע קעמפֿערס זײַנען שוין מער נישטאָ; אַפֿילו דער ייִנגסטער פֿון זיי אַלע — שׂמחה רותם, אויך באַקאַנט ווי „קאַזשיק“ —איז שוין אַוועק. דאַרף מען זיך באַנוגענען מיט דענקמעלער.
נאָך אַ נײַע „אונטערערדישע“ זאַך האָט אונדז באַרירט לעבן מילע 18. דאָס איז געווען, ווי באוווּסט, דאָס אָרט וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער בונקער פֿונעם אויפֿשטאַנדס-שטאַב, וווּ עס האָט זיך באַהאַלטן דער פֿירער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, מרדכי אַנילעוויטש און אַנדערע. לעצטנס האָט אַ דעלעגאַציע פֿון היסטאָריקערס און אַרכעאָלאָגן אָנגעהויבן גראָבן דעם אָרט, און ווען מיר זײַנען פֿאַרבײַ, איז איינע פֿון אונדז צוגעגאַנגען צום פֿאַרוואַלטער און געפֿרעגט צי ער קען מיט אונדז ריידן. „מיט פֿאַרגעניגען“, האָט ער געענטפֿערט און דערציילט וועגן די נײַסטע אויפֿדעקונגען ווי, למשל, דער אַריינגאַנג צום בונקער. די אַרכעאָלאָגן האָבן שוין געפֿונען אַ סך אַנדערע חפֿצים, אָבער צוויי פֿון זיי האָבן געמאַכט אויף אונדז דעם שטאַרקסן רושם: אַ באַנד גמרא און אַ פּוילישער ראָמאַן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor