אַ פֿאָרווערטס־מיטאַרבעטער וואָס האָט דערקלערט טעכנאָלאָגיע פֿאַר די לייענערA Forverts journalist who educated his readers about technology
ווען די טעלעוויזיע איז אין די 1950ער יאָרן אַרײַן אין יעדער היים, האָט מען אים געבעטן שרײַבן אויף דער טעמע.

נחום זאַלאָוויץ (רעכטס) בײַ דער אַרבעט אין פֿאָרווערטס מיט ב. פֿײַגענבוים און דזשין ליסיצקי, 1920ער יאָרן Photo by Forward Archive
נחום־נתניאל זאַלאָוויץ, אַ פֿאָרווערטס־מיטאַרבעטער במשך פֿון 50 יאָר, איז הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן אָבער אין זײַן צײַט איז ער געווען דער הויפּט־זשורנאַליסט בײַם פֿאָרווערס בײַם געבן צו פֿאַרשטיין די לייענער די נײַע טעכנאָלאָגיעס, און איז געווען כּמעט דער איינציקער וואָס האָט געשריבן וועגן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען.
נ. זאַלאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין 1892 און געשטאָרבן אין 1971. ייִנגלווײַז איז ער מיט זײַן משפּחה אַריבערגעקומען צו דער איסט־סײַד. זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן בײַם מאָרגן־זשורנאַל, אָבער שפּעטער איז ער אַריבער אַרבעטן אויף אַ פֿולער שטעלע אין פֿאָרווערטס.
נ. זאַלאָוויץ האָט געשריבן אויף קולטורעלע טעמעס, ווי אויך וועגן פּאָליטיק און קהילה־לעבן. אין זײַנע רובריקן האָט ער איבערגעגעבן דעם לייענער די נײַעסן וועגן די לעצטע טעכנאָלאָגישע אַנטוויקלונגען אין אַ סטיל, וואָס יעדער איינער האָט געקענט פֿאַרשטיין. אַן אינטערעסאַנטע סעריע וואָס ער האָט מחבר געווען האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער געשיכטע פֿון דער פּרעסע אין אַמעריקע. פּראָפֿילן פֿון אינטערעסאַנטע מענטשן און טשיקאַווע שטייגערישע ענינים האָט ער אויך באַשריבן. ווען די טעלעוויזיע איז אין די 1950ער יאָרן אַרײַן אין יעדער היים, האָט מען אים געבעטן שרײַבן אויף דער טעמע.
ווי אַ מוסטער פֿון זאַלאָוויצעס היימישן אופֿן פֿון שרײַבן, קען מען נעמען זײַן אַרטיקל פֿון יאָר 1969, אין וועלכן ער באַשרײַבט די באַמיִונגען פֿון די טעלעוויזיע־נעצן צו באַזײַטיקן די באַליבטע „וועסטערן“־פּראָגראַם — „באָנאַנזאַ“ פֿונעם ערשטן אָרט. קיין סטראַטעגיע האָט זיי נישט געהאָלפֿן — די פּראָגראַם פֿונעם הויפּט־אַקטיאָר פֿון „באָנאַנזאַ“, לאָרן גרין, איז געבליבן אויפֿן ערשטן אָרט. האָט זאַלאָוויץ אין זײַן רובריק — „וואָס מע זעט אויף טעלעוויזיע“ — געשריבן כּלומרשט צו דער מאַמען פֿון לאָרן גרין, „פֿרוי דבֿורה גרין, איר דאַרפֿט וועגן אײַער זונס פּרנסה זיך נישט זאָרגן.“
אין זײַנע אַרטיקלען האָט נחום זאַלאָוויץ אַרײַנגעלייגט זײַן גאַנצן וויסן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן: ליטעראַטור, פּאָליטיק און געשיכטע. אַזוי האָט ער אַרײַנגעפֿירט דעם נײַעם מעדיום פֿון טעלעוויזיע פֿאַרן ברייטן עולם. אינעם פֿאָטאָ־אַרכיוו פֿונעם פֿאָרווערטס געפֿינען זיך פּערזענלעכע בילדער פֿונעם הײַנט אומבאַקאַנטן פֿאָרווערטס־שרײַבער נ. זאַלאָוויץ, וועלכער איז געווען, לויט הלל ראָגאָף, „אַן אויפֿקלערער און „אַ קולטור־טרעגער.“
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
