Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לכּבֿוד דעם פֿאָלקזינגער וווּדי גאָטרי, וואָס וואָלט די וואָך געוואָרן 110 יאָר אַלטIn praise of folksinger Woody Guthrie who would have turned 110 this week

גאָטרי איז געווען נאָענט מיט זײַן שוויגער עליזה גרינבלאַט און בשתּיקה אָנגעשריבן אַ ריי לידער אויף ייִדישע טעמעס.

דעם פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק, דעם 14טן יולי, איז געווען דער 110טער געבוירן־טאָג פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער פֿאָלקזינגער־טרובאַדור, וווּדי גאָטרי.

וווּדי גאָטרי איז געבוירן געוואָרן דעם 14טן יולי 1912 אין אַ קליין שטעטל אין אָקלאַהאָמע און געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1967. קיין ייִד איז ער נישט געווען, אָבער קיין געטרײַער קריסט איז ער אויך נישט געווען. אַ לינק־געשטימטער פּאָליטיש־אַקטיווער פֿאָלקזינגער, האָט גאָטרי באַגײַסטערט עטלעכע דורות מיט זײַן איבערגעגעבנקייט און אידעאַליזם, מיט זײַן צונויפֿגאָס פֿון קונסט און אַקטיוויזם. אויף זײַן גיטאַר האָט ער אָנגעשריבן דעם לאָזונג „די מאַשין הרגעט אַוועק פֿאַשיסטן“.

וואָס איז דאָס שײַכות צווישן וווּדי גאָטרי און די ייִדן? קודם־כּל איז זײַן ווײַב מאַרגאָ גאָטרי געווען די טאָכטער פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט (1888—1975), דיכטערין פֿון אַזוינע לידער ווי „פֿאָרט אַ פֿישער אויפֿן ים“, „חלומען חלומות“ און „חבֿיבֿהלע“. הייסט עס, אַז די קינדער וואָס וווּדי האָט געהאַט מיט איר זענען ייִדן, און זײַנע קינדער זענען געוואָרן גאַנץ באַקאַנט אין דער וועלט פֿון פֿאָלקמוזיק. דער זון אַרלאָ גאָטרי, אַ בן־דור פֿון באָב דילאָן, איז אַליין יאָרן לאַנג געווען אַ באַליבטער פֿאָלקזינגער. די טאָכטער נאָראַ גאָטרי פֿירט שוין יאָרן לאַנג אָן מיטן „וווּדי גאָטרי־אַרכיוו“, אַ וויכטיקע זאַמלונג, צו וועלכער מיר וועלן זיך אין גיכן אומקערן.

וווּדי גאָטרי האָט זיך געהאַלטן נאָענט צו ייִדן זײַן גאַנץ לעבן. ער האָט געפֿירט אַ באָהעמיש לעבן און געפֿאָרן אויף באַנען ווי אַ „טרעמפּ“ אין די 1930ער יאָרן; און אַפֿילו שפּעטער, ווען זײַן נאָמען איז געוואָרן מער באַקאַנט (און שוין געהאַט אַ משפּחה), האָט ער נישט אויפֿגעהערט צו וואַנדערן. אין די 1950ער יאָרן איז ער אָפֿט אַרומגעפֿאָרן מיטן זינגער ראַמבלין [וואַנדערנדיקער] דזשעק עליאָט, וואָס זײַן אמתער משפּחה־נאָמען איז אַדנאָפּאָז — אַן אָפּשטאַמיקער פֿון סירישע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אויף אָשען־פּאַרקוויי, ברוקלין. עליאָט האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַן אמתן קאַובוי און באָהעם; קיינער וואָלט נישט געגלייבט, אַז ער איז אַ ייִד, און מע דערציילט, אַז באָב דילאָן האָט מינוטן לאַנג געלאַכט, ווען מע האָט אים דערציילט די בשׂורה; אַזוי אומגלייבלעך האָט עס געקלונגען פֿאַר אים, און ער האָט געמיינט — מע טרײַבט קאַטאָוועס.

עליאָט האָט טאַקע געפֿירט אַ באָהעמיש לעבן — ער איז אַנטלאָפֿן פֿון דער היים, ווען ער האָט זיך נאָך געלערנט אין מיטלשול און האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין אַ צירק. דערנאָך האָט ער זיך געדרייט אַרום “קאַובויס” אין די מערבֿדיקע שטאַטן, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט גאָטרי אין די 1950ער יאָרן. קיינער, ביזן הײַנטיקן טאָג, קען אַזוי גוט נישט זינגען גאָטריס לידער ווי עליאָט. ער האָט זיך קונה־שם געווען מיט גאָטריס רעפּערטואַר, און האָט געטרײַ אויסגעטײַטשט זײַנע לידער פֿאַר אַ ברייטערן עולם נאָך גאָטריס טויט. עליאָט, שוין 81 יאָר אַלט, איז לעצטנס אויפֿגעטראָטן אין ניו־יאָרק אין אַ ראָק־און־ראָל זאַל פֿאַר הונדערטער חסידים זײַנע.

די פֿאַרבינדונג צווישן גאָטרי און אַן אַנדער ייִדישן זינגער, באָב דילאָן, איז שוין מער באַקאַנט. אין קאָלעדזש האָט דילאָן געלייענט גאָטריס אויטאָביאָגראַפֿיע Bound for Glory און איז באַנומען געוואָרן מיט אים. דילאָן האָט דערציילט דעם עולם אויף זײַנע קאָנצערטן אין יענע יאָרן, אַז „ער פֿאָרט אַרום אויף דער זעלבער רוטע ווי וווּדי גאָטרי“. דילאָן איז אייגנטלעך געקומען צו פֿאָרן קיין ניו־יאָרק ווי אַ בחור פֿון מינעסאָטע כּדי זיך צו באַקענען מיט זײַן „אָפּגאָט“ אין 1960. דילאָן (געבוירן מיטן נאָמען „זימערמאַן“), האָט אָבער נישט געוווּסט, אַז גאָטרי איז שוין געלעגן אַ טויט־קראַנקער אין שפּיטאָל. גאָטרי האָט אים אָבער געזאָגט נאָך בײַ זייער ערשטער באַגעגעניש „איך בין נאָך נישט געשטאָרבן“. דילאָן, שוין וווינענדיק אין ניו־יאָרק, איז אָפֿט געפֿאָרן אים מבֿקר־חולה זײַן, און זייער באַציִונג איז געוואָרן לעגענדאַריש; מע האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ קינדערביכל — „ווען באָב האָט זיך באַקענט מיט וווּדי“. אינעם האָליוווּדער פֿילם וועגן דילאָנס לעבן — „איך בין נישט דאָרט“ — קומט אויך פֿאָר די סצענע פֿון זייער ערשטער טרעפֿונג — צוויי ריזן פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק.

די משפּחה גאָטרי האָט געוווינט אין קאָני־אײַלאַנד, אָנהייבנדיק פֿון די 1940ער יאָרן, אַ געגנט וואָס האָט שוין דעמאָלט געהאַט אַ ייִדישן טעם. די גאָטריס האָבן געוווינט אַריבער דער גאַס פֿון דער שוויגער עליזה גרינבלאַט, און וווּדי האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף ייִדישע טעמעס, אָבער דאָס האָט דעמאָלט קיינער נישט געוווּסט, אַפֿילו די טאָכטער נאָראַ.

נאָראַ האָט אויך נישט געוווּסט, ווי שאַפֿעריש איר באָבע איז געווען, ביז דער פֿידלער יצחק פּערלמאַן האָט זי געפֿרעגט נאָך אַ קאָנצערט מיט די „קלעזמאַטיקס“: „נו, ווי געפֿעלט אײַך, ווי מיר האָבן געשפּילט אײַער באָבעס ליד?“ (מיינענדיק „דאָס פֿישער־ליד“). ערשט דעמאָלט האָט זי אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן די ייִדישע פֿאַרבינדונג מיט איר טאַטן, און אין 1998 געפֿונען די חנוכּה־לידער טעקסטן, וואָס ער האָט געשאַפֿן.

זי האָט געבעטן די „קלעזמאַטיקס“ — מיטן טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, זינגער לאָרין סקלאַמבערג, פֿידלערין ליסאַ גאָטקין, באַסיסט פּאָל מאָריסעט, און פּײַקלער דוד ליכט — איבערצוקוקן די לידער אין אַרכיוו, און שאַפֿן מעלאָדיעס צו די ייִדישלעכע לידער. גאָטרי האָט, זעט אויס, קיין מאָל נישט אויפֿגעהערט צו שרײַבן אין זײַנע הונדערטער העפֿטן און אויף שטיקלעך פּאַפּיר, און די „קלעזמאַטיקס“ האָבן געדאַרפֿט איבערקוקן אַ ים מאַטעריאַלן. אַ באַדײַטנדיקע צאָל לידער אָן מוזיק אויף ייִדישע טעמעס האָבן זיי אָבער געפֿונען און זיך גענומען צו דער אַרבעט.

די גרופּע האָט געשאַפֿן די מוזיק צו אַ צאָל לידער און אַרויסגעגעבן צוויי אַלבאָמען פֿון גאָטריס אַרכיוו. צו ערשט, איז אַרויס די זאַמלונג פֿון חנוכּה־לידער “Woody Guthrie‘s Happy Joyous Hanukah”, אַ טיטל וואָס האָט זיכער פֿאַרחידושט אַ סך פֿון די ליבהאָבער פֿון אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק. ווער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז וווּדי גאָטרי האָט געשריבן לידער אויף ייִדישע טעמעס? די צווייטע רעקאָרדירונג אויף וווּדיס ווערטער, “Wonder Wheel”, האָט געוווּנען אַ „גראַמי“־פּריז — די העכסטע אויסצייכענונג פֿון דער רעקאָרדיר־אינדוסטריע. די ווערטער זענען בפֿירוש נישט אויף קיין ייִדישער טעמאַטיק, אָבער זיי באַשרײַבן די גאַסן און סצענעס פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק און אַזוי ווי „ניו־יאָרק איז אַ ייִדישע שטאָט“, און די מעלאָדיעס וואָס די „קלעזמאַטיקס“ האָבן געשאַפֿן קלינגען ייִדישלעך, האָט די רעקאָרדירונג טאַקע אַ ייִדישן טעם.

אין 1921 האָט דער קלעזמער־זינגער דניאל קאַהן איבערגעזעצט וווּדי גאָטריס באַקאַנטסט ליד, This Land is Your Land, וואָס איז אַליין געוואָרן אַ שלאַגער — אַ סימן אַז אַפֿילו 50 יאָר נאָך גאָטריס טויט האָבן זײַנע לידער אַ טיפֿע השפּעה אויף דער אַמעריקאַנער מוזיק.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.