Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַז מע קומט אַרײַן אין דער ישיבֿה איז גלײַך ווי מ׳איז אַרײַן אין קודשי קדשיםEntering this yeshiva is like going into the Holy of Holies

דאָ אירצט דער מגיד־שיעור די בחורים און מע רעדט אַ ייִדיש פֿון אַ הויכן קאַליבער.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

די ישיבה וואו איך וועל באלד גיין נאך מיין בר מצווה, זאלט איר נישט מיינען איז סתם אזוי א ישיבה, פאר די עמך קטלא קניא׳ס. פארקערט, דאס איז א ישיבה פאר מצוינים, די בחורים פון דער עליטע, פון דער העכערער ליגע, א ישיבה פון פיינערן סארט. און דאס מיין איך נישט נאר כלפי די פּאָר ישיבה׳לעך דא אין שטעטל, נאר כלפי אלע ישיבות איבער די גאנצער כדור הארץ.

וועט איר מאכן אזעלעכע גרימאסן, און זאגן: ס’איז דאך פאראן מיליאנעווען ישיבות, אט איז נאך א ישיבה צווישן ישיבות.

אאא, זע איך דאך שוין אז איר זענט אזא איינע וואס האט אין דעם ישיבה׳לע אונזערן נישט אריינגעשטעלט א פוס, ווייל האט עמיצער אפילו נאר א שטעק געטון דא א נעזל, וועט ער אזיינס נישט זאגן און נישט פרעגן, און נישט בלויז דאס, ער איז גארנישט מער דער זעלבער מענטש. אדרבא, גיי נאר און טו א פרעג א בחור, א תלמיד פונעם ישיבה, זאל זיין אפילו עמיצער וואס האט נישט מער ווי געטון דא זיך א „טובל“ אריין און גלייך ארויס, וועט ער דיר באלד מאכן אן אויסדרוק אויפן פנים ווי א מענטש א בעל סוד, ער וועט דיר געבן אנצוהערן אז דעם נאמען פון דער ישיבה זאגט מען נישט ארויס מיטן זעלבן מויל ווי מיט וואס מען זאגט ארויס דעם נאמען פון סיי וועלעכער ישיבה – אום-אויסגעשווענקטערהייט ווי צווישן בשר וחלב. ס׳האט זיך נאך נישט אזוי ישיבה׳ט אין א ישיבה ווי עס האט זיך אין אונזער ישיבה׳לע ישיבה׳ט, און ס׳האט זיך נאך נישט אזוי גע׳בחור׳ט א בחור׳ ווי ס׳האט זיך א בחור׳ן דא גע׳בחור׳ט.

וועט איר מיר שוין באלד פארהאלטן: דו רעדסט דאך ארום און ארום, בחייכון, קום שוין צום ווארט! איז האלט אייך אן אין מיין גארטל, קומט נאך מיר, וועל איך אייך געבן צו כאפן א בליק פון צווישן די טיר שפאלטן אין ישיבה אריין, זאלט איר אליינס דערשנאפן א שטיקל שפיר פון אונזער ישיבה קאסמאס.

איז קודם כל, דא אינעם ישיבה׳לע, אירצט מען זיך. דאָס הייסט, דער מגיד שיעור זאָגט נישט צו די בחורים: „עץ אלע הערטס זיך איין“, נאר „איר אלע הערט זיך איין“. דאס זעלבע ווען ער רעדט צו בלויז איין תלמיד: נישט „דו מוזט איבערחזר׳ן“, נאר „איר מוזט חזר׳ן“, און אפילו אין א בייזער מינוט, אנשטאט זאגן „דו ביסט ווערט פעטש“, וועט ער זאגן „איר זענט ווערט פעטש“, ווייל דא אין ישיבה פֿירט מען זיך מיט נימוסים, מיט ווירדע. און אז דער מגיד שיעור קומט אריין אין לערנצימער, שטעלן זיך די תלמידים אויף און מען וועט זיך נישט זעצן ביז דער הויך געשעצטער מגיד שיעור גיט אַ צייכן אז מע מעג זיך שוין זעצן.

צווייטנס, דא צווישן די ווענט פון די ישיבה רעדט מען נישט א פאלקס אידיש וואס די מאמעס אונזערע האבן אונז געלערנט ווען מיר זענען נאך געווען אין די ווינדעלעך, נאר א דערוואקסענע שפראך, א כשר׳ער ריינער אידיש רעדט מען דא, א אידיש פון הויכן קאליבער, ווי עס פאסט פאר א ישיבה פון אדעל בחורים.

און דא אין אונזער ישיבה לערנען אלע ביי שטענדערס. איך ווייס, רוב פון אייך וועלן זאגן וואס איז די מציאה, אין רוב ישיבות לערנען די בחורים זיך ביי שטענדערס? דארפט איר וויסן אז דא האנדלט זיך פון א חסידישער ישיבה, און אין א חסידישער ישיבה לערנט מען ביי טישן, נישט ביי שטענדערס. און אז שוין שטענדערס איז כולו שטענדערס, ווי עס זאגן די לצנים: „אז שוין פויפסלעך, זאל שוין זיין פויפסעלכער פונעם פויפסט“ ווייל אינעם גאנצן היכל הישיבה איז נישט געזען געווארן א טיש, חוץ פארן מגיד שיעור. א שטענדער איז פאר „בחורים“, האט דער ראש ישיבה אדוני מלך גוזר געווען, דאס איז משעבד צו זיין דעם בחור צו תורה און דרך ארץ און געהארכזאמקייט. ווייל אז מען זיצט ביי א טיש מאכט מען זיך צו שטארק באקוועם, ווי א ברייטער פריץ; דאקעגן מיטן שטענדער שפירט מען זיך איינגעצוימט און באגרעניצט, אויסער לערנען דערויף קען מען זיך נישט צו שטארק באקוועם מאכן מיטן שטענדער.

און א שטענדער האט יעדער אן אייגענעם, געקויפט מיטן בר מצווה געלט. טייל איינפאכע שטענדערס, טייל שוין לוקסוסדיקע. דער שטענדער דא צווישן די כותלי הישיבה האט פארנומען ארט ווי א שטייגער דער אויטא ביי דערוואקסענע… און מיט די שטענדערס שלעפן די תלמידים זיך ארום אומעטום וואו מען גייט, פונעם היכל הישיבה צו די שיעור צימערן, פון מזרח זייט היכל צום מערב זייט היכל. נישט נאר לערנט מען אויף די שטענדערס, נישט נאר דאוונט מען דערויף, נישט נאר פארפולקאמט מען אין שווייגעניש די בחינה דערויף, נאר מען עסט ביי זיי אויך, מען כאפט א דרימל אויף זיי, און כל הגעברויכן שבעולם וואס מען דארף. איר וואונדערט זיך מן הסתם, וויאזוי פרישטיגט מען דאס אויף א וואקלדיגן סטענדער? אבער הער, ווי האט נאר אונזער ראש ישיבה אמאל געזאגט? אונזערס א בחור קען נאכקומען וואס אפילו רבי׳ס קענען נישט אין זיבעציג יאר.

און נישט גרינג — זאל זיך אייך נישט דאכטן — איז מיר אנגעקומען אריינצוגיין אין אזא ישיבה, און איך — דארפט איר וויסן — בין פון די חשוב׳סטע משפחות אין שטאט. מיין עלטער זיידע איז א רבי צו וועמען מען אמפערט זיך צו זען זיין שפיץ נאז, צו הערן א ברום זיינע, מען כאפט זיך צו א פערפל זיינער ווי די טייבעלעך צום שטיק חלה אום שבת שירה, און אויף זיינע חסידים דערציילט מען דאס אז ווען זיינס א פלעצל כאפט זיך אויף איין חסיד׳ס נאז פרעסן דאס אנדערע חסידים אין אימפעט מיט די ציינער, מיטנעמענדיג יענעם׳ס א שטיק נאז. זיינס א קאפל וואס איז געווען אויף זיין הייליגן קאפ נישט לענגער ווי איין איינאיינציגער מינוט קויפן נגידישע חסידים אפ פאר מפטיר יונה געלט. דאס איז געווען מיין זיידע.

וואלט זיך אייך דערפאר געקענט דאכטן אז באלד ווי מיין טאטע האט נאר אויפגעהויבן דעם טרייבל צו דערציילן אז זייער בכור זאל ווערן א תלמיד אין ישיבה, זאל דער ראש ישיבה האבן אויסגעשריגן א ברוכים הבאים בשם השם. ניין, זאג איך דיר, א פייג זאג איך דיר. ציפקע צרות האט ער דער ראש ישיבה מיר געמאכט ביז איך האב געקענט זאגן בכי טוב אין א מזל׳דיגער שעה, איך בין נתקבל אין ישיבה, איך גיי זיך דא ציילן ווי די תלמידים דא.

און אז איך בין ענדליך אריין אין די ישיבה בין איך אריין אין קודשי קדשים. דא איז געווען ווי געלאנדט אויף אן אנדער פלאנעט, געשווימען אין די ספערן צווישן איינע פון די הימלען. ווייל די ישיבה דארפט איר וויסן איז אן אינקעבאטור, דא ווערט געבוירן א נייע יצירה וואס הייסט „אן אונזעריגער ישיבה תלמיד“. דא ווערן מיר פארוואנדלט אין נייע מענטשן, פון היינט אן זענען מיר ווי יונגע מאנאכן מיט א תפקיד, פארקויפטע אנהענגער פונעם ירום הודו דער ראש ישיבה.

ווי אין א מאנאסטיר פאר פרושים שפירט זיך דא אין ישיבה, ווייל כאטש וואס ס׳איז א ישיבה פאר חסידים איז דא פאראן אן אטמאספערע כמעט ווי צווישן נאוואראדקער מוסרניקעס פון די מעשה ביכלעך. באזונדערע הלכות פון תענית דיבור לערנט מען אונז דא, ספעציעלע זהירות בכבוד חברים, דרך ארץ, אכילה רכה, באגלייט מיט סקארבאווע דרשות — ספעציעל ביי דעם אזוי אויך פארכמארעטן שלוש סעודות — איבערן עולם התוהו, קף הקלע, נהר דינור, און אנדערע הארבע עונשים (שטראפן) אויף יענעם עולם, פארגעלערנט אין פארכטיגע ספרים, ראשית חכמה, רבינו בחיי, באר מים חיים, און אנדערע ספרים דאס גלייכן.

וואלט איך געהאט די ברייטקייט וואלט איך זיך דערלויבט צו זאגן, אז דער ראש ישיבה אונזערער איז אזא פויפסטל, אזוי צו זאגן. גיט מיר א בעסערן אויסדרוק און איך וועל עס ניצן. א ריש גלותא? א נשיא? א מלך ישראל? א נביא? ניין, נישט דאס איז מיר פארגעקומען ביים זעען דעם געשטעל זיך באווייזן ביי דער טיר פונעם „היכל“ הישיבה מיטן גרויסן ברייטן קאפעלוטש. אלזא, כ׳האב נישט קיין בעסערער אויסדרוק ווי דער „פויפסט פון ישיבה“.

און דער ירום הודו אונזערער האט ליב צו רעדן, כל מיני שיטות אשר לא שמע אוזן מעולם, און אז ער רעדט צו א בחור האט זיך צייט געענדיגט ביים בחור, וואס איז געשטאנען פארן ראש ישיבה און זיך צוגעהערט ווי ער טוישט זיין מוח, ביז דער בחור ווערט פארוואנדלט אין אן אנדער באשעפעניש. אן איבערגעמאכטער.

און ווען דער ראש ישיבה קומט אריין אינעם היכל שטעלט זיך אפ די מעשי בראשית. ווער רעדט נאך אז א רוח אלוקים טרייבט אים צו גיבן א דרשה. מיר תלמידים׳לאך שורה׳ן זיך דאן אויס ווי די ציגן ביים מעלקן, מיר שטעלן זיך אויס מיט די שטענדערס בצורת חי״ת און מיר זענען גרייט זיך איינצוהערן שעה׳ן לאנג ווי דער ראש ישיבה רעדט און פרעדיגט ביזן אלף השישי אריין, ביזן עולם התוהו אריין.

לחיים!

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.