צום ערשטן מאָל אויף ייִדיש אין בוכפֿאָרעם — באַשעוויסעס „שׂונאים: די געשיכטע פֿון אַ ליבע“ I.B. Singer’s “Enemies: A Love Story” in Yiddish in book form for the first time
די נײַע אויסגאַבע ווערט אָפּגעדרוקט לויט די ייִוואָ־תּקנות, וועט זי מסתּמא זײַן מער צוטריטלעך פֿאַר ייִדיש־סטודענטן.
אין אויגוסט וועט צום ערשטן מאָל אַרויסגעלאָזט ווערן אויף ייִדיש אין בוכפֿאָרעם יצחק באַשעוויסעס ראָמאַן „שׂונאים: די געשיכטע פֿון אַ ליבע“. דאָס בוך ווערט אַרויסגעגעבן פֿונעם שוועדישן פֿאַרלאַג, „אָלניאַנסקי טעקסט“.
דער ראָמאַן, אייגנטלעך אַ קאָמעדיע, דערציילט די מעשׂה פֿון אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, הערמאַן בראָדער, וואָס האָט נאָך דער מלחמה חתונה מיט דער פּוילישער פֿרוי וואָס האָט אים געראַטעוועט, יאַדוויגאַ, נאָכן הערן פֿון אַן עדות אַז זײַן פֿרוי, טאַמאַראַ, איז דערשאָסן געוואָרן. דאָס פּאָרל באַזעצט זיך אין קאָני־אײַלאַנד אָבער זייער צוזאַמענלעבן איז נישט קיין פֿויגלדיקס. נעמט ער זיך אַ געליבטע, מאַשע, אַ לעבן געבליבענע פֿון אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. אין מיטן דערינען באַווײַזט זיך זײַן ערשטע פֿרוי, טאַמאַראַ, און בראָדער באַמיט זיך מיט אַלע כּוחות צו באַהאַלטן דעם אמת פֿון אַלע דרײַ ווײַבער.
דער ראָמאַן איז לכתּחילה געדרוקט געוואָרן אין המשכים אינעם פֿאָרווערטס אין 1966 און איז פּובליקירט געוואָרן ווי אַ בוך אויף ענגליש אין 1972 אָבער איז קיין מאָל נישט אַרויס ווי אַ בוך אויף ייִדיש. אַן אַמעריקאַנער פֿילם באַזירט אויפֿן בוך, איז אַרויס אין 1989, אונטערן רעזשי פֿון פּאָל מאַזורסקי.
איין וויכטיקער אונטערשייד צווישן דעם אָריגינעלן טעקסט אינעם פֿאָרווערטס און דעם איצטיקן איז אַז די נײַע אויסגאַבע איז אויסגעקלאַפּט געוואָרן לויט די ייִוואָ־תּקנות. ווי אַ פּועל־יוצא וועט עס זײַן מער צוטריטלעך פֿאַר ייִדיש־סטודענטן וועלכע זענען אָפֿט נישט באַקאַנט מיט דער עלטערער אָרטאָגראַפֿיע וואָס דער פֿאָרווערטס האָט דעמאָלט געניצט.
די נײַע ווערסיע איז אויסגעקלאַפּט געוואָרן דורכן פֿלאָרידער ייִדיש־לערער און ־אַקטיוויסט משהלע אָלפֿאָנסאָ און רעדאַקטירט געוואָרן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער ייִדישן שרײַבער עמיל קאַלין און דעם פֿאַרלעגער אַליין, קאָליע אָלניאַנסקי.
„משהלע האָט דורכגעפֿירט אַ פּרעכטיקע און שװערע אַרבעט,“ האָט אָלניאַנסקי איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס. ניצנדיק סקאַנירטע קאָפּיעס פֿון אַלטע פֿאָרװערטס־נומערן האָט אַלפֿאָנס איבערגעקלאַפּט דעם טעקסט אויף אַ מאָדערנעם ייִדיש, „כאָטש ער איז אַװדאי ניט רײַך געװאָרן פֿון דעם,“ האָט אָלניאַנסקי געזאָגט. „פּשוט פֿאַנטאַסטיש! מע קען אים ניט לויבן גענוג!“
דער פֿאַרלעגער איז אויך נתפּעל געוואָרן פֿון קאַלינס צושטײַער. „אין משך פֿון חדשים האָבן מיר באַאַרבעט דעם טעקסט. גערעדט, געלאַכט, און אַ פּאָר מאָל אויך געװײנט צוזאַמען. עמילס קענטשאַפֿט װעגן אי באַשעװיס אי לשון־קדוש איז געװען װיכטיק כּדי צו קענען פֿאָרשטעלן דאָס בוך.“
דאָס בוך װעט דערשײַנען דעם 8טן אויגוסט, אָבער מע וועט שוין קענען באַשטעלן דאָס בוך סוף־יולי אויף דער וועבזײַט פֿונעם פֿאַרלאַג.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor