Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דאָס לעבן פֿון אַ דערציילערין, אַליין דערציילט ווי אַ מעשׂהTelling the story of an American Jewish storyteller

פּנינה שראַם האָט געהאָלפֿן אויפֿלעבן די טראַדיציע פֿון דערציילן ייִדישע מעשׂיות דאָ אין אַמעריקע.

װען די ערשטע ייִדישע אימיגראַנטן זײַנען אינעם מיטן נײַנצנטן יאָרהונדערט געקומען פֿון די דײַטשישע לענדער קײן אַמעריקע, האָבן זײ מיטגעבראַכט די רעפֿאָרמיסטישע שיטה פֿון ייִדישקײט מיט טעמפּלען און „רעװערענד‟ ראַבײַס, װאָס האָט זיך גוט צוגעפּאַסט צו דער אַמעריקאַנער פּראָטעסטאַנטישער שיטה פֿון קריסטנטום.

די נײַע כװאַליע ייִדישע אימיגראַנטן, װאָס איז געקומען פֿון רוסלאַנד און פּױלן מיט אַ האַלב־יאָרהונדערט שפּעטער, האָט במילא געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו אָט דער „יעקישער‟ ייִדישקײט, כּדי צו װערן עכטע אַמעריקאַנער. זיי האָבן איבערגעלאָזט אין דער אַלטער הײם זײערע גלױבענישן און מנהגים, װאָס האָבן אױסגעזען אַלטפֿרענקיש און פּרימיטיװ בײַ די „ציװיליזירטע‟ אַמעריקאַנער.

צו דער דאָזיקער איבערגעלאָזטער ירושה האָט געהערט דער ייִדישער פֿאָלקלאָר, כּלערלײ לידער, שפּרוכן און מעשׂיות. אמת, די אימיגראַנטן אַלײן האָבן געקענט די דאָזיקע ירושה גאַנץ גוט, אָבער זײ האָבן דאָס געהאַלטן בײַ זיך אין דער הײם, אין הסכּם מיט דעם באַקאַנטן פּרינציפּ „זײַ אַ ייִד אין דער הײם און אַ בן־אָדם אויף דער גאַס‟. אין אַזאַ מין ייִדישער שטוב איז אױסגעװאַקסן פּנינה שראַם, װאָס האָט זיך שפּעטער קונה־שם געװען װי אַ מײַסטערישע דערצײלערין פֿון ייִדישע מעשׂיות. איר טאַטע, שמואל מאַנטשעסטער (דעם נאָמען האָט ער באַקומען שױן אין אַמעריקע), איז געװען אַ חזן, אַ שוחט און אַ מוהל אין דער שטאָט ניו־לאָנדאָן, קאָנעטיקאָט, װוּ ער האָט באַדינט ייִדישע תּושבֿים אין די אַרומיקע סבֿיבֿות. די מאַמע, דבֿורה, האָט געצױגן פּרנסה פֿון כּלערלײ געשעפֿטן, װי עס האָט זיך געפֿירט בײַ ייִדן אין אַמאָליקע שטעטלעך.

בײדע עלטערן זײַנען אױפֿגעװאַקסן אין ליטע, אָבער די משפּחה האָט זיך גאַנץ גוט אײַנגאָרדנט צװישן די „יענקיס‟. פּנינה, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין 1934, האָט זיך געלערנט אין קאָלעדזש און האָט שפּעטער חתונה געהאַט מיט אַן אַדװאָקאַט, װעמען זי האָט געטראָפֿן אין ניו־יאָרק. זי האָט געהאַט אַ טאַלאַנט פֿאַר טעאַטער און האָט מיט דערפֿאָלג אױפֿגעפֿירט אַ פּיעסע אױפֿן סמך פֿון יצחק באַשעװיסעס מעשׂה ״גימפּל תּם״, װאָס איר קלײנע טרופּע האָט געשפּילט אין פֿאַרשײדענע שילן. די באַגאַגענישן מיטן באַרימטן ייִדישן שרײַבער האָבן געמאַכט אױף איר אַ שטאַרקן רושם, נאָר װײַטער איז איר קאַריערע אין טעאַטער ניט געגאַנגען. באַשעװיס איז געװען זײער פֿרײַנדלעך, נאָר זײַן אַגענט האָט געמאָנט אַ סך געלט פֿאַר אױפֿפֿירן זײַנע װערק אױף דער פּראָפֿעסיאָנעלער בינע.

נײַן יאָר נאָך דער חתונה איז איר מאַן אומגעריכט געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ–אַטאַק, און זי איז פֿאַרבליבן אַ יונגע אַלמנה מיט צװײ קלײנע קינדער. א חבֿר האָט זײַ אײַנגעלאַדן צו לערנען דראַמאַטישע און דערצײלערישע קונסט אין אַ קלײנעם קריסטלעכן קאָלעדזש אין קאָנעטיקאָט, און עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ נײַע קאַריערע אירע. אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט זי באַקומען אַן ענלעכע שטעלע אינעם ישיבֿה־אוניװערסיטעט אין ניו־יאָרק, װוּ זי האָט געלערנט אין משך פֿון 46 יאָר, פֿון 1969 ביז 2015. זי האָט פֿאַרפֿאַסט צענדליקער רעקאָרדירונגען און זאַמלונגען פֿון ייִדישע מעשׂיות פֿאַר קינדער און דערװאַקסענע. זי שעפּט איר שטאָף פֿון ביז גאָר פֿאַרשײדענע מקורים׃ תּנ״ך, אַגדות, חסידישע מעשׂיות, ייִדישע פֿאָלקסמעשׂיעס און באַאַרבעט זײ פֿאַרן געשמאַק פֿונעם הײַנטיקן לײענער.

פּנינה שראַם איז אַלײן געװאָרן אַ העלדין פֿון אַ מעשׂה־בוך מיטן נאָמען „פּנינהס װעלט: אַ ייִדיש לעבן אין מעשׂיות‟. די מחברטע ד״ר קערין שנור ניל, אַלײן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע דערצײלערין פֿון ייִדישע מעשׂיות, האָט אַ סך דרך־ארץ פֿאַר פּנינה שראַם. זי האָט געמאַכט אַ צאָל אינטערװיוען מיט שראַם און דערנאָך זײ „דראַמאַטיזירט‟ אין 25 קאַפּיטלען, װאָס זײַנען סטיליזירט װי מעשׂיות מיט לעבעדיקע דיאַלאָגן און דראַמאַטישע עפֿעקטן. דער ציל פֿון אַזאַ מעטאָד, דערקלערט די מחברטע, איז צו לאָזן דעם לײענער בעסער פֿאַרשטײן די פֿאַרבינדונגען צװישן די געשעענישן און עמאָציעס אינעם גאַנג פֿון דער העלדינס לעבן. „אױף אַזאַ אופֿן בין איך געװען ביכולת צו פֿאַרװאַנדלען דעם אוצר פֿון פֿאַקטישער אינפֿאָרמאַציע אין אימאַזשן, װאָס מען קען, האָפֿנטלעך, אָפּהיטן אין זכּרון‟, שרײַבט קערין שנור ניל אין דער הקדמה.

װאָס זשע דערצײלט „פּנינהס װעלט‟ װעגן דער העלדין, איר לעבן און דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט? אין הסכּם מיט דעם זשאַנער, בלײַבן די גרױסע סאָציאַלע פּראָבלעמען און פּאָליטישע סתּירות פֿון דער צײַט מחוץ דעם גערעם פֿונעם בוך. דאָ באַשרײַבט מען דעם דערפֿאָלג פֿון אַ ייִדישער פֿרױ אין דער גאָלדענער מדינה. זי פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקן כאַראַקטער, אַ שעפֿערישן טאַלאַנט און אַ גוטע בילדונג. די אימאַזשן, װאָס די מחברטע שילדערט אױפֿן סמך פֿון די פֿאַקטן אין די 25 קאַפּיטלען־מעשׂיות, זײַנען הײמיש און מלא־חן, אָנגעשריבן מיט ליבשאַפֿט און מיט אַ סך לעבעדיקע פּרטים פֿונעם לעבנס-שטײגער פֿונעם ייִדישן מיטלשטאַנד אין און אַרום ניו־יאָרק. מען טרעפֿט דאָ באַרימטע פּערזענלעכקײטן, װי באַשעװיס, אלי װיזעל און מאָלי פּיקאָן, און קוקט אַרײַן אין שײנע גאַסט־ און עס-צימערן און הינטער די טעאַטראַלע קוליסן. צומאָל דערמאָנען די דאָזיקע בילדער עפּיזאָדן פֿון „מעד מען“, צומאָל „די װוּנדערלעכע מיסיס מײַזעל“.

דער לײענער פֿאָלגט פּנינהס לעבן פֿון קינדװײַז אָן. יעדע מעשׂה האָט אַן עפּיזאָד, װאָס אַנטפּלעקט אַ געװיסן צד פֿון איר פּערזענלעכקײט. אױפֿגעװאַקסן אין אַ פֿרומער ייִדישער הײם, האָט זי שפּעטער געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו פֿאַרשײדענע סיטואַציעס. אין פּאַריז האָט מען זי און איר מאַן אײַנגעלאַדן אױף אַ װעטשערע צו גאַסט צו אַ חשובֿער פֿראַנצױזישער משפּחה, װוּ זי האָט מיט שרעק דערזען אַ היפּשן לאָבסטער אױפֿן טיש. עס האָט זיך איר אײַנגעגעבן איידל זיך אַרויסצודרייען פֿון עסן טריפֿס. אַן אַנדער נסיון האָט אױף איר געװאַרט אין חיפֿה, װען זי האָט באַזוכט װײַטע קרובֿים אירע. כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד די חשובֿע געסט פֿון אַמעריקע, האָט מען זײ מיט שטאָלץ מכבד געװען מיט שטיקער װײַסן פֿלײש, װאָס האָט זיך אַרױסגעװיזן צו זײַן חזיר. איר מאַּן האָט עס טאַקע גוט געשמעקט,  אָבער פּנינה האָט געבעטן פֿיש װי אַ במקום. אַזוינע פּרטים זײַנען טשיקאַװע, אָבער צומאָל פֿאַרשטעלן זײ דאָס גרעסערע בילד פֿון דער תּקופֿה, װאָס איז געװען פֿול מיט גורלדיקע געשעענישן פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק און פֿאַר דער גאַנצער װעלט.

פּראָפֿעסאָר דן בן-עמוס, אַ מומחה אױפֿן ייִדישן פֿאָלקלאָר, באַמערקט, אַז פּנינה שראַם האָט אַריבערגעפֿלאַנצט די קונסט פֿון מעשׂה-דערצײלן פֿונעם טראַדיציאָנעלן רעליגיעזן קאָנטעקסט אױפֿן געביט פֿון אַלגעמײנער דערציִונג און געזעלשאַפֿטלעכער כּלל-טעטיקײט. אױף דײַטשיש װאָלט מען געזאָגט, אַז פּנינה שראַם האָט געמאַכט דעם זשאַנער פֿון דער ייִדישער מעשׂה „סאַלאָן-פֿעיִק‟ אין אַמעריקע אי צװישן ייִדן אי צװישן די אומות־העולם. אין דעם זין איז זי ממשיך די טראַדיציע פֿון ש. אַנ־סקי, י. ל. פּרץ, מאַרטין בובער און אַנדערע ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטן, װאָס האָבן אױפֿן שװעל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין אײראָפּע זיך גענומען איבעראַרבעטן דעם פֿאָלקלאָרישן מאַטעריאַל אין זײערע װערק. דעמאָלט האָבן די פֿאַרשײדענע מינים ייִדישע נאַציאָנאַלע באַװעגונגען געפּרוּװט אױסנוצן פֿאָלקלאָר כּדי צוצוציִען ברײטע פֿאָלקסמאַסן.

אין אַמעריקע איז די דאָזיקע קולטור־ירושה לאַנגע יאָרן פֿאַרבליבן אױף די ראַנדן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישקײט. ערשט מיטן אױפֿקום פֿונעם אינטערעס צו די אײגענע װאָרצלען צװישן פֿאַרשײדענע עטנישע עדות אין אַמעריקע, װאָס איז געװען פֿאַרבונדן מיט די סאָציאַלע פּראָטעסט־באַװעגונגען אין די 1960ער יאָרן, האָבן זיך ייִדן אױך גענומען פֿאַר אָפּזוכן זײער פֿאַרגעסענע ירושה. פּנינה שראַמס לעבן און אַרבעט זײַנען אַ טײל פֿון דער דאָזיקער געשיכטע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.