אַ פֿרויס אומאויסשעפּלעכע באַמיִונגען אַוועקצושיקן איר קינד פֿון פּוילןA woman’s tireless attempts to get her child out of Poland
דאָס שטעטל גאָװאָראָװע ליגט אין מזרח-פּױלן צװישן װאַרשע און ביאַליסטאָק. פֿאַרן חורבן האָבן דאָ געװױנט אַרום דרײַ הונדערט ייִדישע משפּחות, װאָס האָבן זיך מפֿרנס געװען פֿון מלאָכות און קלײן-האַנדל. אין די 1930ער יאָרן, װען דער מצבֿ פֿון ייִדן אין פּױלן איז געװאָרן אַלץ ערגער פֿון יאָר צו יאָר, האָבן ייִדן גענומען טראַכטן װעגן עמיגרירן. אָבער צו יענער צײַט האָט אַמעריקע שױן אײַנגעפֿירט כּלערלײ ביוראָקראַטישע שטרויכלונגען, כּדי אָפּצושטעלן דעם שטראָם פֿון אימיגראַנטן, בפֿרט פֿון מזרח- און דרום-אײראָפּע.
װי אַ סך ייִדישע משפּחות איז די משפּחה בלום צעשפּאָלטן געװאָרן צװישן אַמעריקע און פּױלן. שלום-יוסף בלום איז אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע אין 1910, אָבער אין 1913 האָט ער זיך אומגעקערט אין זײַן הײמשטעטל גאָװאָראָװע. װען עס האָט אױסגעבראָכן די ערשטע װעלט-מלחמה איז זײַן משפּחה אַנטלאָפֿן קײן רוסלאַנד, און נאָך דער מלחמה האָבן זײ זיך אומגעקערט אין גאָװאָראָװע, װאָס האָט זיך איצט געפֿונען אין פּױלן. אין 1923 האָט שלום-יוסף באַשלאָסן צו פֿאָרן צוריק קײן אַמעריקע. אַזױ װי ער האָט שױן אײן מאָל געהאַט געוווינט אין אַמעריקע, איז ער געװען באַרעכטיקט זיך אומצוקערן מיט זײַן פֿרױ און יונגע קינדער. מען האָט זײ ניט אַרײַנגערעכנט אין דער קװאָטע, װאָס דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט באַשטימט פֿאַר אימיגראַנטן פֿון פּױלן. נאָר זײַנע דערװאַקסענע קינדער, צװישן זײ זײַן טאָכטער רחל-לאה, האָבן געמוזט בלײַבן אין פּױלן און װאַרטן אױף אַ דערלױבעניש צו אימיגרירן.
דאָס איז דער אָנהײב פֿון דער געשיכטע פֿון רחל-לאה און איר טאָכטער עלקע, װאָס װערט דערצײלט דורך אירע בריװ צו דער משפּחה אין אַמעריקע אינעם בוך „דער גײַסט פֿון רחל–לאה‟. אַזאַ מין געשיכטע איז ניט קײן יוצא-דופֿן פֿאַר יענער צײַט. טױזנטער ייִדן האָבן געפּרוּװט זיך אַרױסצורײַסן פֿון פּױלן פֿאַרן חורבן, אָבער דאָס רובֿ, װי רחל–לאה און עלקע, זײַנען שטעקן געבליבן אין פּױלן און אומגעקומען אינעם חורבן.
די מחברים פֿונעם בוך, לעסטער און אילײן בלום, שטאַמען פֿון יענעם צװײַג פֿון דער משפּחה, װאָס האָט געהאַט אַ גוטן מזל צו אימיגרירן קײן אַמעריקע מיט זײער זײדן, שלום–יוסף. זייער זון אַבֿרהם-יצחק, רחל-לאהס אַ ברודער, האָט לאַנגע יאָרן געפֿאָרשט די היסטאָרישע אומשטאַנדן אַרום דעם לעבן פֿון זײַן עלטערער שװעסטער. „דער גײַסט פֿון רחל-לאה‟, דער פּועל-יוצא פֿון צענדליקער יאָרן אַרבעט פֿון די צװײ דורות פֿון דער משפּחה, איז אַ װיכטיקע היסטאָרישע פֿאָרשונג. יעדער פּרט אין די בריװ, װאָס האָבן זיך אָפּגעהיט אינעם רשות פֿון דער אַמעריקאַנער משפּחה, װערט אַנאַליזירט און דערקלערט אינעם געהעריקן היסטאָרישן קאָנטעקסט.
דער לײענער באַקומט אַ פּינקטלעכע דערקלערונג פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק לגבי אימיגראַציע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, װאָסער ציל איז געװען צו באַגרענעצן, אױב ניט לגמרי אָפּצושטעלן, דעם שטראָם פֿון אימיגראַציע פֿון מזרח–אײראָפּע. די מאָטיװן זײַנען געװען סײַ עקאָנאָמישע סײַ ראַסיסטישע. די אַמעריקאַנער קאָנסולן אין פּױלן האָבן באַקומען קלאָרע אינסטרוקציעס צו שאַפֿן װאָס מער מניעות פֿאַר די אַפּליקאַנטן, אַפֿילו װען זײ האָבן געהאַט נאָענטע קרובֿים אין אַמעריקע, װי רחל–לאה האָט געהאַט. לכתּחילה האָט רחל–לאה טאַקע געװאָלט אָפּשיקן איר טאָכטער עלקע צו איר באָבע-זײדע קײן ניו-יאָרק.
אין זײערע בריװ טײלן זיך רחל–לאה און עלקע מיט די נײַעס װעגן זײער לעבן אין גאָװאָראָװע. די מאַמע שרײַבט אױף ייִדיש, און דער טאָכטערס בריװ זײַנען אױף פּױליש, װײַל עלקע האָט זיך געלערנט אין אַ פּױלישער גימנאַזיע. רחל–לאהס מאַן אַנשל איז געװען אַ שוסטער און האָט קױם געקענט פֿאַרדינען אױף אַ שטיקל ברױט, דערצו נאָך האָט מען געדאַרפֿט צאָלן אַ הױכן שׂכר–לימוד פֿאַר עלקען. אַנשל האָט אויך געליטן אױף אַסטמע פֿון זיצן גאַנצענע טעג אין זײַן װאַרשטאַט, װאָס האָט זיך געפֿונען אין דער משפּחהס װױנצימער. פֿון אָט די פּרטים, באַזאָרגט מיט דערקלערונגען און דערגאַנצט דורך היסטאָרישן קאָנטעקסט, שאַפֿט זיך אַ פֿילזײַטיק בילד פֿונעם טעגלעכן לעבן אין אַ פּױלישן שטעטל אין די 1920ער — 1930ער יאָרן. װי אַ צוגאָב צו דעם בוך האָבן די מחברים אַפֿילו געדרוקט רעצעפּטן פֿון די מאכלים, װאָס מען האָט געקאָכט אין זײער משפּחה.
דער סוף פֿון דער מעשׂה איז געװען אַ טראַגישער. צום יאָר 1939 האָט עלקע שױן געהאַט אַלע נײטיקע פּאַפּירן און אַפֿילו באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿונעם קאָנסול אױף אַן אינטערװיו מיטן אַמעריקאַנער קאָנסול אין װאַרשע. אָבער זי האָט ניט געװוּסט, אַז דער אַמעריקאַנער מלוכה–דעפּאַרטמענט האָט באַשלאָסן מער ניט צו באַהאַנדלען בקשות אױף אימיגראַציע פֿון פּױלן צוליב דער געשפּאַנטער פּאָליטישער לאַגע.
װען די צװײטע װעלט–מלחמה האָט אױסגעבראָכן אין סעפּטעמבער און די דײַטשישע אַרמײ האָט אָקופּירט גאָװאָראָװע, האָט די משפּחה באַװיזן צו אַנטלױפֿן אין דער סאָװעטישער זאָנע און זיך באַזעצט אינעם שטעטל קאָסעװ אין װײַסרוסלאַנד. פֿון דאָרטן האָט רחל–לאה װײַטער געשיקט פּאָסטקאַרטלעך קײן אַמעריקע צו לאָזן װיסן, אַז זײ לעבן. קײן זאַכלעכע ידיעות האָט זי ניט מיטגעטײלט, צוליב דער סאָװעטישער צענזור, און טאַקע דערפֿאַר האָט זי געביטן די שפּראַך פֿון ייִדיש אױף רוסיש. דער לעצטער בריװ איז געװען דאַטירט דעם 2טן אַפּריל 1941, בערך דרײַ חדשים פֿאַר דעם, װי דײַטשלאַנד האָט באַפֿאַלן דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. רחל–לאהס משפּחה איז דערמאָרדעט געװאָרן אין קאָסעװ אין 1942.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor