Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

געלערנט תּורה האָט מען אינעם מאַנטל־צימער פֿון דער ווײַבערשילLearning Torah in the coat room of the women’s section

דער מחבר, אַ דערצויגענער אין אַנטווערפּן, מאָלט אָפּ דעם בנין און אַלע טשיקאַווע ווינקעלעך פֿון דער ישיבֿה, וווּ ער האָט זיך קינדווײַז געלערנט. 

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.  

דאס ארט וואו מיין אויסדערוויילטע ישיבה קטנה׳לע פון מיינע קינדעריארן געפינט זיך, איז נישט געווען סתם אין א בנין ווי אלע בנינים, נאר אין אן אומגעוויינליך ארט, אזש אפילו איר לעבט דריי מאל זיבעציג יאר וואלט זיך אייך אזאן ארט נישט גע׳חלום׳ט פאר א ישיבה. ובכן, דער היכל הישיבה געפינט זיך – איר וועט נישט גלייבן – אינעם תכריכים צימער אויבן אויפן דריטן שטאק איבערן שטאטישן שיל.

אא? געמיינט האט איר אז אזאן ארט איז פאסיג בלויז פארן גולם פון פראג? נו, דערפאר זאגט מען, כל זמן מען לעבט שטייט מען אויס פאר חידושים. אבער קודם כל, איידער מיר קומען צו צו דעם תכריכים שטיבל דא, לאמיר גיין על הסדר, ווייל אונזער ישיבה ספערע איז נישט געווען באגרעניצט צו בלויז אט דעם שטיבל דער היכל דא איבערן שיל, נאר אויך אין אנדערע שפאלטן און ווינקלען פונעם ריזיגן שיל בנין.

אינעם סאמע געביידע פונעם גרויסן שטאטישן שיל – אינעם צענטער, געפינט זיך דער בית הכנסת בכבודו ובעצמו, א גרויסער, א הויכער, א פרעכטיגער, א מייעסטעטישער, אלץ געמאכט פון אלטן איינגעגעסענעם צעדערן האלץ. צווישן די שורות בענק זענען אויסגעצויגן רויטע פערסישע טאפעטן, און עס גייט א ריח פון די קדמונים. ביים מזרח איז א גאנץ וועלטל פאר זיך, א פאדיום גרויס און ברייט ווי די פלוין פון ממרא, דאָס פֿעלד וואו אברהם אבינו האט אויפגענומען די מלאכים, און ארויפשטייגנדיג אויף איר שפירט מען זיך ווי מען גייט ארויף אויפן הר סיני. איבער איר אין די הויכע הייכן שוועבט א בלויער הימל מיט די שני לוחות הברית, און אז מען גיט אן עפן דעם ארון קודש אליינס דאכט זיך אז אט גייען די נביאים משה, שמואל און אחיה השילוני ארויס פון זיי.

ארום דעם שיל זענען – גאלעריעס איבער גאלעריעס, זאלן, צימערן און צימי צימערן – א שטייגער ווי ס׳פאליש, קידוש זאל, מאנטל צימער, די ווייבער שיל אויפן גאלעריע, און א כאר גאניק – ביים הויכן מערב וואנט איבערן ווייבער שיל שוין נאנט צום סופיט. דאס איז א חוץ די היכלות אינעם גיגאנטישן בנין שוין מחוץ די ראמען פונעם שיל גופא, אזויווי א בר מצווה זאל, א חתונה זאל, און דער גרויסע מקווה פון דריי גרויסע בורות, גריבער, מיט פריוואטע מקווה צימערלעך ארום. און דאס איז נאר א חלק פונעם בנין, ווייל חוץ מזה געפונען זיך דא שטיבער, בוראען, און קאבינעטן לרוב, פאר קהילה באראטונגען צומביישפיל, פארבארגן אינעם בנין איבער וואס קיינער ווייסט נישט פון זייער עקזיסטענץ אפילו. נישט בחינם האט פלוני געזאגט – דער בנין פונעם שטאטישן שיל זעט אויס ווי אן אלטערטימליכער קרעמלין נאר אן אפגעלאפֿענער.

צו די צוויי זייטן פון דער גרויסער פרעכטיגער שיל טויער, שטייען מייעסטעטיש צוויי הויכע טירן, ווי צוויי וועכטער ביים מלך׳ס טראון, ביידע עפענען זיך אויף צו א טרעפצימער. דער לינקער פירט צום צווייטן שטאק, און אז דו מאכסט א רעכטצל, קומסטו אן צו א ״בית המדרש״, דאס ווערט גערופן די שטאטישע קלויז, ווייל אחוץ א צענטראלער שיל פארמאגט דער בנין אויך א קלויז. ביים רעכטן טיר, אז דו גייסט ארויף די שטיגן הויך הויך גרייכסטו שוין דעם העק דריטן שטאק פונעם בנין און דא איז דער ווייבער שיל, דעם בית המדרש׳ס ווייבער שיל, א גרויסער און א לופטיגער.

דא אויפן הויכן שטאק, ארויסקוקענדיג פון די גרויסע ליכטיגע פענסטער ביים מערב וואנט, זעהט מען די באנען אנטקעגן די אויגן אין זייער פולער גרויס און פראכט, וואס אין די גאס אונטן זעען זיי אויס פארקלענערט און איינגעצויגן, דארט פארשטעקט איבערן בריק. פון דא אויפן שטאק איבער די דעכער פון שטאט זעהט מען א פאנאראמע רחבת ידיים פון ברייטע שורות שינעס (רעלסן) איבער די בריק וועלעכע ציען זיך לינקס ביז וואו ווייט דער אויג זעהט – און אויף זיי גליטשן זיך די באנען און עסקאלירן זייער געיעג ארויס פון שטאט צו די מרחקים, ביז די ווייטסטע ווייטקייטן; געשמועסט האט מען אז טייל באנען גייען פון דאנען אזש קיין שווייץ צו די בערג. ביי די פענסטער האבן מיר תלמידים׳לעך געגלאצט אין אונזערע ליידיגע אויף די פארבייפארענדע באנען קיין אמסטערדאם און מקנה געווען די פאסאדזשירן אויף די באקוועמע זיצן אין די באלאכטענע באנען אין די אווענטן.

ווידער אין צענטער פון דעם ווייבער שיל שטייט די גאלעריע, פון וואנען מיר תלמידים׳לעך האבן אראפגעקוקט אין קלויז אריין און באטראכט די בטלנים און זקנים דארט אונטן זיצן און תהילים׳ען אדער ציילן מטבעות וכדו׳.

שוין זייענדיג דא אויבן אינעם ווייבער שיל, אז איר קערט זיך לינקס ביזן עק, קומט איר אן צו א טיר, און אז איר עפנט אויף דעם טיר זעט איר א ברייטער גרויסער צימער מיט א גרינער פאדלאגע, דאס איז דער תכריכים צימער, דהיינו, אונזער היכל הישיבה ווי אויבן געשמועסט.

ווינדערט איר זיך דאך, וואס איז דאס דער תכריכים צימער אין בוידעם פון שיל, און ווי קומט דא אהער א ישיבה? וועל איך אייך דערציילן וואס איך האב געהערט אין מיינע ישיבה יארן פון די ״זקני הישיבה״ – די לאנגיעריגע בחורים דא וועגן דעם צימער.

געהייסן האט זי אזוי ״תכריכים צימער״ – האט מען מיר דערציילט – ווייל דא, נאך פון די טעג איידער אונזער ישיבה איז געווען א ישיבה, פלעגן אלטע אידענעס אין שרה אמינו׳ס עלטער, אויפנייען תכריכים, איינמאל א וואך, יעדן מיטוואך. דער מנהג פירט זיך שוין מקדמת דנא, און פארוואס דווקא אלטע אידענעס? דאס איז ווייל דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים. געווען זענען די אידענעס טאקע זייער זייער אלט, אז איך האב אמאל אין א מיטוואך אריינגעבליקט אינעם תכריכים צימער בשעת די אידענעס האבן עוסק געווען אין די עבודה פון נייען, גלייך ווי עס טוען די קינדער מיט נייגער ביים יזכור דורך די שפאלטן פונעם פארשלאסענעם שיל, האב איך געזען אזעלעכע פארעלטערטע פנים׳ער וואס איך האב אין מיין לעבן נישט געזען. איך וואלט זיך געקענט שווערן אז די זענען שוין אלע פון לאנג אריבער די הונדערט, אזעלעכע סרח בת אשר׳ס.

איז דערפאר, ווען עס איז ״נישט״ געווען מיטוואך, ווען די שרה אמינו׳ס – די תכריכים אויפנייערקעס, האבן זיך נישט דא געפונען, האט דער תכריכים צימער געדינט ווי דער ״היכל הישיבה״. דא איז געווען וואו אונז אלע האבן געדאוונט, וואו אונז האבן געגעסן, און וואו אונז האבן געהערט די רעדעס פונעם הויכגעשעצטן ראש ישיבה.

און איטליכער ״שיעור״ — דאס הייסט, ״קלאס״ — האט זיך געהאט זיין באשטימטע טעריטאריע אינעם היכל לפי סדר הקלאסן, און דאס איז געווען אזוי: שיעור אל״ף איז געווען פארנט לינקס; שיעור בי״ת – פארנט רעכטס; שיעור ג׳ – הינטן רעכטס; און דער ״קיבוץ״ ( שיעור ד׳) — הינטן לינקס הינטער שיעור א׳. און פארוואס איז דער ״קיבוץ״ געווען דוקא הינטן לינקס? ער וואלט דאך געדארפט זיין פארנט רעכטס, דאס איז דאך די עלסטע חשוב׳סטע גווארדיע? יש אומרים אז דאס האט דער ראש ישיבה ירום הודו אזוי באפוילן אז די עלטערע זאלן האלטן אן אויג אויף די אינגערע, און יש אומרים אז דאס האט אנדערע סיבות וואס מיר פארשטייען נישט ומי יבין בסוד הראש ישיבה.

און אז עס איז געווען אחוץ דער זמן פון שחרית, צובייסן, און דרשות, האבן זיך די פיר קלאסן צוטיילט, יעדער צו זיין ״שיעור שטיבל״, און דא זענען צוניץ געקומען די אנדערע היכלות איבערן בנין מחוץ דעם תכריכים שטיבל. און אזוי איז געווען דער סדר פון די שיעור-צימערן:

שיעור אל״ף איז געווען אינעם כאר-צימער, דאס איז א ווארעמליך פארשטעקט צימערל אינגאנצן אן פענסטער אויפן מיטל-שטאק, די גרייס פון א קלייניכע שלאף צימער, דא האבן זיך פערצן בחורים׳לעך אריינגעשטופט ווי א חי״ת, און געהייסן האט עס כאר צימער ווייל דאס איז באמת געווען אן הינטער־צימער פונעם כאר-גאניק פונעם גרויסן שיל. דער צימער פארן שיעור בי״ת איז געווען פונקט פארקערט, גרויס און ברייט, און נישט ווייל דער קלאס פארמאגט מער בחורים׳לעך, אדרבא, ווינציגער, נאר ווייל דער קלאס האט זיך געטראפן פאסיג אויף די רייען בענק אינעם ברייטן ווייבער שיל; שיעור גימ״ל׳ס שיעור-צימער ווייטער איז געווען אינעם ״וועסטיער״ – דאס איז דער מאנטל צימער פארן ווייבער שיל. אויך דאס א פיצינקע צימער מיט בלויז א קליין פארשטויבט פענסטערל איבער די וואנט-שענק, אבער פאר זעקס בחורים האט עס געטויגט, און אז א שיעור-צימער טראגט א פראנצויזישן נאמען ״וועסטיער״ צאלט זיך שוין אלעס אויס, און איך וועל דיר עפעס זאגן, ענגשאפט און צאמגעדרוקטקייט פאר א ישיבה בחור, במיוחד אין אונזערס א ישיבה, במיוחד אז עס איז אין א פארשטיפט מאנטל צימער, שאדט אויך נישט פארן נאסטאלגיע.

דער פערטער שיעור צימער, פאר די געקליבענע ״קיבוץ״ בחורים, דאס איז שוין א מיוחס, שוין א לפני ולפנים׳ס, ווייל דאס איז דער פערזענליכער ״שיעור״ צימער וואו עס האט פארגעלערנט דער ראש ישיבה אליינס בכבודו ובעצמו, און מיר יונגע בחורים האבן נישט קלאר געוואוסט וואו פונקטליך עס געפינט זיך. די בחורים די ווייסערס, די וואס האבן אויסגעפארשט יעדן פונקציונירנדן ווינקל פון דער ישיבה, האבן געוויסט צו זאגן אז דאס איז א פארבארגענער צימער דארט אונטן ביים מזרח וואנט פון שיל הינטער דעם פארהאנג, דאס איז דעם חזן׳ס פראבע צימער, א צימער מיט א הויכער סופיט, אנטהאלטנדיג כלערליי חזנישע קלאפעגעצייגן, א הוטל, טלתים, א שליח ציבור סידור וכדו׳.

איז חסל סידור, האבן מיר זוכה געווען היינט אייך צו דערציילן און אפמאלן די סדר הצימערן פון אונזער ישיבה הקדושה, די פארשטיפטע פארבארגענע צימערן, וועסטיערן, אין די ווינקלען און מיטל-שטאקן פונעם אלטן שטילן און פוסטן שטאטישן שילס בנין. און זאל דער מקום מיט אלע אירע איינגעזאפטע זכרונות זיין פאר אונז אלע א מליץ יושר, אמן סלה.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.