Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די חתונה־מנהגים בײַ מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרן 20סטן יאָרהונדערטThe wedding customs of East European Jews before the 20th century

איסײַ פּולנערס ניט־פֿאַרענדיקטע דיסערטאַציע וועגן די ריטואַלן פֿון די שידוכים ביז די שבֿע־ברכות ווערט פּובליקירט אַכציק יאָר נאָך זײַן טויט.

„די חתונה-מנהגים בײַ ייִדן‟ איז אַ דיסערטאַציע, װאָס דער סאָװעטישער ייִדישער עטנאָגראַף איסײַ (יהושוע) פּולנער (1900 – 1942) האָט זיך געגרײט צו פֿאַרטײדיקן זײַן װערק װען היטלערס חיילות האָבן באַפֿאַלן דעם סאָװעטן-פֿאַרבאַנד אין יוני 1941.

פּולנער איז געשטאָרבן אין לענינגראַד בעת דער בלאָקאַדע אין יאַנואַר פֿון 1942, אָבער דער כּתבֿ-יד פֿון זײַן שטודיע האָט זיך אָפּגעהיט אין אַרכיװ פֿונעם רוסישן עטנאָגראַפֿישן מוזײ װוּ ער האָט געאַרבעט װי דער פֿאַרװאַלטער פֿונעם ייִדישן אָפּטײל. איצט, 80 יאָר נאָך זײַן פּטירה, איז זײַן דיסערטאַציע פֿאַרעפֿנטנלעכט געװאָרן מיט װיכטיקע צוגאָבן פֿון פֿיר הײַנטצײַטיקע פֿאָרשער.

װאַלערי דימשיץ באַמערקט אין זײַן הקדמה, אַז אַפֿילו װען פּולנער װאָלט יאָ געבליבן בײַם לעבן, װאָלט ער ניט געקענט פֿאַרטײדיקן זײַן דיסערטאַציע אין דער אַנטיסעמיטישער אַטמאָספֿער פֿון די סוף-1940ער יאָרן. אַזױ אַרום איז די איצטיקע פּובליקאַציע אַ װיכטיקער דענקמאָל דעם פֿאַרצײַטיק אומגעקומענעם חשובֿן ייִדישן געלערנטן. פּולנערס בוך איז אינטערעסאַנט סײַ װי אַן אָריגינעלע פֿאָרשונג סײַ װי אַ גּבֿית-עדות פֿון דער תּקופֿה, װען סטאַלינס מאַכט האָט אַלץ מער דערשטיקט די ייִדישע קולטור אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד.

פּולנער איז אױפֿגעװאַקסן אין דער שטאָט האָמליע, ווײַסרוסלאַנד, האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער גימנאַזיע און שפּעטער באַקומען אַן אַקאַדעמישע בילדונג אין עטנאָגראַפֿיע אין לענינגראַד. דאָרט האָט ער זיך געלערנט בײַ די באַרימטע „אָבֿות‟ פֿון דער רוסישער עטנאָגראַפֿישער װיסנשאַפֿט, צװישן זײ — לעװ שטערנבערג און װלאַדימיר (נתן) באָגאָראַז, װעלכע האָבן געהאַט אַ געװיסן אינטערעס אױך אין דער ייִדישער עטנאָגראַפֿיע.

צו יענער צײַט האָט אין לענינגראַד נאָך עקזיסטירט די ייִדישע היסטאָריש-עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט, װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן פֿאַר דער אָקטאָבער-רעװאָלוציע. צװישן די װיכטיקסטע טוער פֿון דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט זײַנען געװען ש. אַנ-סקי און שמעון דובנאָװ, אָבער בײדע זײַנען געװען טריף-פּסול אינעם סאָװעטן-פֿאַרבאַנד. נאָך דער ליקװידאַציע פֿון דער געזעלשאַפֿט זײַנען די מאַטעריאַלן פֿון אַנ-סקיס עקספּעדיציעס אַרײַן אין דער זאַמלונג פֿונעם עטנאָגראַפֿישן מוזײ. װי עס באַװײַזט דימשיץ, האָט פּולנער גענוצט אַנ־סקיס פּרטימדיקע עטנאָגראַפֿישע אַנקעטע „דער מענטש‟ װי דער יסוד פֿאַר זײַן דיסערטאַציע. אַ היפּשע צאָל היסטאָרישע מקורים האָט ער געשעפּט פֿונעם פּנקס פֿון ליטװישן װעד וואָס איז אַרויס אונטער דובנאָװס רעדאַקציע. אָבער שרײַבנדיק זײַן דיסערטאַציע סוף-1930ער יאָרן, האָט פּולנער מער ניט געטאָרט אַפֿילו דערמאָנען זײערע נעמען.

חוץ געדרוקטע מקורים האָט פּולנער גענוצט מאַטעריאַלן, װאָס ער האָט אַלײן אָנגעזאַמלט בעת זײַנע אײגענע עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד. יעדער קאַפּיטל פֿון זײַן דיסערטאַציע באַהאַנדלט א באַשטימטן עטאַפּ אינעם פּראָצעס, װאָס פֿירט פֿונעם שידוך צו דער חופּה און װײַטער: שידוך, שרײַבן תּנאָים, פֿאָרשפּיל, „מאַדן-מאָל‟ (מױדן-מאָל) און „חתן-מאָל‟ (באַזונדערע מאָלצײַטן, װאָס די כּלה און דער חתן מאַכן פֿאַר זײערע חבֿרטעס און חבֿרים), די כּלה-באַזעצן, חופּה-װעטשערע, טאַנצן, שבֿעה-ברכות. פּולנער װײַזט די ענדערונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין משך פֿון דער צײַט צװישן דער עלטערער תּלמודישער תּקופֿה און די ערשטע יאָרן פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. דאָס בוך לײענט זיך ממש װי אַן ענציקלאָפּעדיע פֿון די חתונה-מנהגים בײַ מזרח-אײראָפּעיִשע ייִדן.

װאָס איז פֿאַרבליבן פֿון די דאָזיקע מנהגים נאָכן חורבן? די דאָזיקע פֿראַגע באַהאַנדלט דימשיץ אינעם נאָכװאָרט-קאַפּיטל צו פּולנערס שטודיע. פּולנערס הײַנטיקע אַקאַדעמישע „יורשים‟, די עטנאָגראַפֿן פֿון דער חבֿרה „פּעטערבורגער יודאַיִק‟, האָבן דורכגעמאַכט אַ רײ עקספּעדיציעס אין די שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע. דאָרט זײַנען נאָך פֿאַרבליבן ייִדישע תּושבֿים, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אונטער דער רומענישע אָקופּאַציע. זײ האָבן דערצײלט װעגן זײערע חתונות, װאָס זײ האָבן געהאַט נאָך דער מלחמה. אַ צאָל פֿון יענע מנהגים, װאָס זײַנען דירעקט פֿאַרבונדן מיט רעליגיע, אַזעלכע װי דעם חתנס דרשה, האָט מען מער ניט געהיט. ערשט אין אײניקע פֿאַלן האָט מען נאָך געשטעלט אַ חופּה מיט אַ „כיפּע-קעדישער‟ („חופּה-קדושער‟, אַזױ רופֿט מען דעם רבֿ). די פֿאָלקסטימלעכע טראַדיציעס, מאכלים, מוזיק און טאַנצן האָט מען געפּראַװעט אױפֿן אַלטן שטײגער. עס איז מערקװירדיק, אַז מען האָט געדענקט צו פֿאַרבעטן די נפֿטר-געװאָרענע עלטערן. פֿאַר דעם פֿלעגט מען קומען אױפֿן בית-עולם און זאָגן פֿאַרן קבֿר: „מיר בעטן דיך, זאָלסט זײַן מיט אונדז אױף דער חתונה‟. דימשיץ פֿאַרסך-הכּלט עס אַזוי: „די פֿאָרשונגען, װאָס עס האָט אָנגעהױבן ש. אַנ–סקי און ממשיך געװען פּולנער, װערן װײַטער געפֿירט הײַנט, אינעם 21סטן יאָרהונדערט.‟

אין הסכּם מיט דער מאַרקסיסטישער טעאָריע האָט פּולנער דערזען עלעמענטן פֿון קלאַסן-קאַמף אין פֿאַרשײדענע רבנישע תּקנות קעגן צו פֿיל פֿרײד, עסן און טרינקען. אָבער ניט געקוקט אױף די באַמיִונגען פֿון רבנים צו מאַכן פֿון דער חתונה אַ רעליגיעזער שׂמחה, „איז חתונה תּמיד געבליבן אַ מאַסן- און פֿאָלק-שׂמחה‟, האַלט פּולנער. פּולנערס אױספֿירן, באַמערקט דימשיץ, זײַנען אָפֿטמאָל ניט גוט באַגרינדעט דורך דעם מאַטעריאַל, װײַל זײ מוזן זיך צופּאַסן צו די מאַרקסיסטישע טעאָריעס פֿון יענער תּקופֿה. דאָס סאַמע אָריגינעלסטע אין פּולנערס שטודיע זײַנען טאַקע זײַנע פֿעלד-מאַטעריאַלן פֿון אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד. זײ אַנטפּלעקן אינטערסאַנטע אָרטיקע װאַריאַנטן אין מנהגים, װאָס האָבן נאָך עקזיסטירט בײַ סאָװעטישע ייִדן פֿאַרן חורבן. אַלע קלײניקײטן זײַנען געװען פּרטימדיק רעגולירט: װי אַזױ צו פֿאַרבעטן געסט אױף דער חתונה, װי אַזױ זײ אױסצוזעצן, װעלכע מאכלים און אין װעלכן סדר צו דערלאַנגען, צװישן װעלכע מאכלים בעת דער סעודה זאָגט דער חתן זײַן דרשה, װי אַזױ מען גיט אים אַ דרשה-געשאַנק, וכּדומה וכּדומה.

אַן אַנדער װיכטיקער מקור פֿאַר פּולנער איז געװען דער ייִדישער פֿאָלקלאָר, שפּריכװערטער און לידער. די פּעטערבורגער מוזיק-פֿאָרשערין יעװגעניאַ כאַזדאַן האָט צונױפֿגעזאַמלט די ייִדישע און רוסישע טעקסטן פֿון אַלע לידער, װאָס פּולנער האָט דערמאָנט, אין אַ ספּעציעלער בײַלאַגע. פּולנער איז ניט געװען קײן מומחה אױפֿן געביט פֿון מוזיק און ניט געהאַט קײן ספּעציעלן אינטערעס דערצו. כּדי אױסצופֿילן אָט דעם בלױז, האָט כאַזדאַן געװידמעט דער ייִדישער חתונה-מוזיק אַ װאָגיקן צוגאָב-אַרטיקל. זי טענהט, אַז חתונה-מוזיק דאַרף מען באַטראַכטן װי אַ פֿילזײַטיקע גאַנצקײט, װאָס נעמט אַרײַן סײַ דעם אינסטרומענטאַלן שפּילן פֿון כּלי-זמרים, סײַ חזנות, סײַ די װאָקאַלע רעציטאַציעס פֿון בדחנים און חזנים. ערשט דעמאָלט װעט מען קענען פֿאַרשטײן די ראָלע פֿון דער אינסטרומענטאַלער און װאָקאַלער פֿאָרשטעלונג, װאָס פֿאַראײניקט די גאַנצע צערעמאָניע.
די ביאָגראַפֿישע סקיצע פֿון פּולנערס לעבן פֿון דער אַמעריקאַנער היסטאָריקערין דבֿורה יאַלענס און אַלעקסאַנדר איװאַנאָװס איבערזיכט פֿון זײַן פֿאָרשערישן עזבֿון שאַפֿן אַ פּאָרטרעט פֿון אַ באַגאַבטן ייִדישן פֿאָרשער, װעמענס לעבן איז טראַגיש איבערגעריסן געװאָרן בעת דער צװײטער װעלט-מלחמה. די בוך-אױסגאַבע פֿון זײַן דיסערטאַציע מיט די װאָגיקע צוגאָבן פֿון הײַנטיקע פֿאָרשער איז דערװײַל צוטריטלעך בלױז פֿאַר די רוסיש-לײענער. אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם דאָזיקן בוך װאָלט זיכער געווען כּדאַי.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.