אַ מאָבילער פּאָליאָ־וואַקצין־קליניק באַווײַזט זיך אין מאָנסיA polio vaccine clinic pops up in Monsey
די געזונט־באַאַמטע האָבן די וואָך גערופֿן די חרדישע באַפֿעלקערונג זיך תּיכּף צו וואַקצינירן.
ווען בערי קופּפֿער, אַ פֿרומער ייִד אין די זעכציקער, האָט זיך דערוווּסט אַז אַ ייִד וואָס וווינט נישט ווײַט פֿון זײַן שטוב אין מאָנסי האָט זיך אָנגעשטעקט מיט פּאָליאָ, האָט ער גלײַך באַשלאָסן צו גיין באַקומען אַ וואַקצין קעגן דעם ווירוס.
קופּפֿער געדענקט נישט צי ער האָט קינדווײַז באַקומען אַן אײַנשפּריצונג קעגן פּאָליאָ. טאַקע דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן אַז סע שאַט נישט עס צו קריגן נאָך אַ מאָל — בפֿרט אַז ער האָט שוין דורכגעמאַכט אַן אָפּעראַציע וווּ מע האָט אין אים איבערגעפֿלאַנצט שטאַם־קעמערלעך („סטעם־סעל טראַנספּלאַנט“ בלע״ז) וואָס האָט במילא ממשותדיק אָפּגעשוואַכט זײַן אימון־סיסטעם — דאָס הייסט, זײַן פֿעיִקייט צו קענען אַוועקטרײַבן קראַנקייטן.
דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק נאָכמיטאָג איז קופּפֿער געווען איינער פֿון 53 מענטשן וואָס זענען אַרײַנגעגאַנגען אין אַן ערשט אויפֿגעקומענעם פּאָליאָ־וואַקצין־קליניק אין מאָנסי.
פּאָליאָ איז אַ שטאַרק אָנשטעקיקער ווירוס וואָס קען פּאַראַליזירן אַ מענטשן (צו זײַן פּאַראַליזירט מיינט אַז געוויסע טיילן פֿונעם גוף קענען זיך בכלל נישט רירן) און מע קען שטאַרבן דערפֿון אויך.
איידער מע האָט געשאַפֿן אַן עפֿעקטיוון וואַקצין קעגן פּאָליאָ אין די אָנהייב־1950ער יאָרן זענען צענדליקער טויזנטער מענטשן אָנגעשטעקט געוואָרן מיטן ווירוס יעדעס יאָר. אַ טייל זענען געבליבן פּאַראַליזירט אויפֿן גאַנצן לעבן (ווי, למשל, דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט פֿרענקלין ד. רוזוועלט) און עטלעכע זענען אַזוי אָפּגעשוואַכט געוואָרן אַז זיי האָבן מער נישט געקענט אַליין אָטעמען און האָבן געמוזט אויפֿן גאַנצן לעבן אָטעמען מיט דער הילף פֿון „אײַזערנע לונגען“ — אַזאַ אָטעם־מאַשין.
אין 1952 זענען מער ווי 3,000 מענטשן געשטאָרבן פֿון פּאָליאָ, ס׳רובֿ פֿון זיי — קינדער.
אין ראָקלאַנד־קאַונטי, וואָס האָט די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אַלע קאַונטיס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זענען בלויז 42 פּראָצענט פֿון די קינדער וואַקצינירט קעגן פּאָליאָ — דער נידעריקסטער פּראָצענט אינעם גאַנצן שטאַט ניו־יאָרק.
דער ייִד וואָס האָט זיך לעצטנס אָנגעשטעקט מיט פּאָליאָ איז דערווײַל טאַקע פּאַראַליזירט און איז טאַקע קיין מאָל נישט וואַקצינירט געוואָרן קעגן דעם ווירוס.
מיט צוויי וואָכן צוריק, גלײַך נאָך דעם ווי מע האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם פֿאַל פֿון פּאָליאָ אין מאָנסי, האָט אַ גרופּע הויכע באַאַמטע פֿונעם געזונט־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק גערופֿן אַ זום־זיצונג מיט חרדישע פֿירער און עסקנים פֿון ברוקלין, וווּ זיי האָבן דערקלערט ווי וויכטיק עס איז צו מוטיקן די פֿרומע ייִדן צו קריגן דעם פּאָליאָ־וואַקצין.
הרבֿ דוד נידערמאַן, דער דירעקטאָר פֿון דער „פֿאַראייניקטער ייִדישער אָרגאַניזאַציע“ אין וויליאַמסבורג, איז געווען איינער פֿון די חרדישע פֿירער אויף דער זיצונג און האָט געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט דער „ניו יאָרק דזשויִש וויק“: „זיי האָבן אונדז געוואָלט לאָזן וויסן אַז ווען עס הייבט זיך אָן דאָס נײַע שוליאָר וועלן אַלע מוזן וואַקצינירט ווערן קעגן פּאָליאָ. דאָס איז געווען אַ הילפֿיקער אופֿן צו פֿאַרזיכערן אַז קיינער פֿון אונדז זאָל חלילה נישט אָנגעשטעקט ווערן.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO