דער פּאַפּירענער פֿאָרווערטס-וואָכנבלאַט פֿונעם 10טן אויגוסט 2022The Forverts printout edition for August 10, 2022
צווישן די אַרטיקלען די וואָך: ניו־יאָרקער געזונט־באַאַמטע רופֿן חרדים זיך צו וואַקצינירן קעגן פּאָליאָ; אַ נײַ ליד פֿון ליוארה טק, „איך בין אַ באָבע־לשון“.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין דעם נומער פֿון „דער פֿאָרווערטס־וואָכנבלאַט“, וואָס איר קענט אָפּדרוקן און לייענען אין אַ פּאַפּירענעם נוסח דורכן געבן אַ קוועטש דאָ, געפֿינען זיך די ווײַטערדיקע אַרטיקלען:
- אַ מאָבילער פּאָליאָ־וואַקצין־קליניק באַווײַזט זיך אין מאָנסי: נאָך דעם ווי אַ ייִד האָט זיך דאָ אָנגעשטעקט מיט דער געפֿערלעכער קראַנקייט האָבן די געזונט־באַאַמטע אין דער שטאָט ניו־יאָרק גערופֿן די חרדישע באַפֿעלקערונג זיך תּיכּף צו וואַקצינירן.
- אַ סתּירותדיקער משיח: אַבֿרהם־מיכאל קאַרדאָזאָ. דער מקובל האָט געפֿירט פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס, זיך פֿאַרנומען מיט מאַגיע און מלאָכים־מגידים; געווען אַ דענקער און אַ זעער.
- איך בין אַ באָבע־לשון. אין דעם נײַעם ליד, אָנגעשריבן פֿון דער סטודענטקע ליאורה טק, שרײַבט זי: „דאָ האָב איך זיך געשפּילט און געשפּרונגען װי אין אַזוי פֿיל מײַלער אין פּוילן.“
- אַז מע קומט אַרײַן אין דער ישיבֿה איז גלײַך ווי מ׳איז אַרײַן אין קודשי קדשים. יהושע כּהנא באַשרײַבט די ישיבֿה פֿון זײַן יוגנט אין אַנטווערפּן, וווּ דער מגיד־שיעור האָט געאירצט די בחורים און מע האָט גערעדט אַ ייִדיש פֿון אַ הויכן קאַליבער.
- בער קאָטלערמאַנס בוך דערציילונגען שאַפֿט אַ פּאָרטרעט פֿון סאָװעטישן ייִדנטום. די מעשׂה „תּשליך תּש״ב‟ קומט פֿאָר ראָש־השנה 1941 אין קיִעװ, צען טעג פֿאַרן מאַסנמאָרד פֿון ייִדן אין באַבי יאַר.
טאָמער האָט איר פֿאַרפֿעלט דעם פֿאַראַכטאָגיקן פֿאָרװערטס־װאָכנבלאַט, גיט אַ קװעטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
