Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מקוים געוואָרן אַ חלום מײַנער — מע רופֿט מיך אַרויף צו הגבהA dream fulfilled: Being called up to lift the Torah scroll

נאָכן אַרבעטן חדשים לאַנג צו פֿאַרשטאַרקן די מוסקלען האָט דער מחבר סוף־כּל־סוף געקראָגן די געלעגנהייט צו קריגן דעם כּיבוד

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

אין א ישיבה – האב איך זיך אויסגעלערנט – הייבט מען נישט קיין הענט אויף קיינעם, ווי אין חדר. אדרבא, ס’איז א בושה צו הייבן א האנט אדער אפילו צייגן בריונישע גבורה. פאר וואס דען איז מען בר מצוה געווארן, פאר וואס דען האט מען זיך אנגעטון א הוט און רעקל און געווארן א זיידיגער תלמיד פון דער הויך געשעצטער ישיבה? אין אזא ישיבה ווער הייבט דען א האנט קעגן א צווייטן?

פארט אבער האבן מיר אויך דא אין דער באַשיידענער ישיבה געהאט א גיבור מיט וועמען מיר אלע האבן שטאלצירט, און דוקא ער איז געווען פון די געקליבנסטע תלמידים פונעם עילת העילות מורינו דער ראש ישיבה. סענדער האט ער געהייסן, אדער סענדער דער גיבור. א קליין געוואוקסיגער, אבער א ברייט ביינעריגער אז ס׳איז געווען קלאר אז דא רעדט מען פון א בעל כח.

פון וואנעט האט ער דער סענדער זיך דערווארבן זיין גבורה?…  פון איבונגען?… נעעע! זאל זיך אייך נישט דאכטן… סענדער איז געזעסן אפגעזונדערט כמעט ווי א פרוש, און „געהאקט שטיקער“ און געהארעוועט, ער איז א שטיק גמרא געוועזן. אויסער צווישן אים און זיין געקליבענער חבריא, די אפגעזונדערטע העכערע גווארדיע פון ישיבה, האט ער כמעט מיט קיינעם נישט אויסגעטוישט קיין ווארט, און חוץ פון דאווענען איז ער נישט געווען צום האַבען איבּערן טאג. מפי השמועה האבן מיר געהערט אז דארטן הינטן ביים סקארבאוון מזרח וואנט פונעם ריזיגן פוסטן שטאטישן שול, אין יענעם הויכן פארבארגענעם חזן צימער הינטערן פאדיאום, זיצט סענדער אינאיינעם מיט זיין חבריא א גאנצן טאג איבער שאָלן שווארצע ישיבה-קאווע, איינגעטונקען אין די קליינע אותיות. אפנים זענען זיינע שמשון כוחות א דירעקטע מתנה פון הימל.

און אין וואס האט זיך פאררופן סענדערנס גבורה? – מיטן הגבה!

רבותי, ווער עס האט סענדערס הגבה נישט געזען האט קיין גבורה נישט געזען אין זיינע טעג. די ישיבה האט געירשנט אן אלטע ספר תורה, א גרויסע און א שווערע. אז עס איז געקומען הגבה האט מען מכבד געווען סענדערן. מיט א טיפישן גראדן רוקן און א פארזיגלט פנים, שפאנט ער אן שהיות צו צו דער בימה, גיט א כאפ די צוויי עצי חיים ביי די ביינער אין זיינע לאפעס, און ווי אין אן אויגנבליק גיט ער דעם ספר א הייב אין די לופטן. און מיר בחורים שטייען געפלעפט און דערשטוינט פון זיין כח הזרוע, ווי עס זאגט דער פסוק „ותהום כל העיר“.

„זע נאר — זאגט מיר א שכן ביים צווייטן שטענדער, אן אלט־געזעצענער ישיבה תלמיד — סענדער, אנדערש ווי אנדערע הגבה-לייט אין דער וועלט, רירט זיך נישט, בייגט זיך נישט, נאר גיט א הייב דעם ספר מקשה אחת.“ און אזוי זענען מיר אלע בחורים, מיט שפאנונג געשטאנען ווי אין א צירקוס און באטראכט די געשעעניש, פארכישופט.

אבער מיינט נישט אז סענדער איז געווען דער איינציגסטער גיבור דא, ווייל אט למשל איז געווען אן אנדערער, געהייסן האט ער נידערמאן. ער איז געווען א ספעציאליסט אין ארויפגליטשן דעם שווערן פענסטער ביים לינקן זייט פונעם ווייבער שיל. אט דעם פענסטער האט קיין בחור פונעם יינגערן דור בכלל נישט געקענט רוקן, אבער דער נידערמאן האט געקענט. מיט זיינע צוויי גראבע פינגער האט ער דעם פענסטער געגעבן א גליטש ארויף, און א ווינט האט געגעבן אונז אלעמען א בלאז אין פנים. פינדעסטוועגן דאך, כלפי סענדערס הגבה איז נידערמאן׳ס מעשה גבורה געווען ווי א קינדער שפיל.

וועט איר פרעגן, צי מיינט דאס אז ער, סענדער הגיבור, טאמער מאכט זיך אז ער דארף זיך שטעלן אנטקעגן אן ערל, זעקס איילן הויך, א „גלית“, מיט שטייפע רגליים, א ברוסטקאסטן פון שטאל, און מוסקלען ווי הורקעלוס, וועט ער מיט אזא בריון קענען געווינען א געראנגל? וועל איך דיר זאגן דעם אמת, דער גוי איז דא בכלל נישט אריינגעקומען אינעם בילד, ווייל זייט ווען פארמעסט זיך די גבורה פון אונזעריגערס א פרוש, פון דער גווארדיע פונעם זיקוקין דינור׳נדיגע ראש ישיבה, מיט אן ערל׳ס? ווער קלערט דאס דא פון א גוי בכלל? יעדער גוי איז געזונט, דערפאר זאגט מען דאך, געזונט ווי א גוי. וואס האט צו אונז דער דארטן וואס שטייט מיטן אנטבלויזטן קערפער און ברעכט פלאטעס, הייבט צילינדערס, קאָפּעט אויף תולה ארץ? און גיב נאר א קוק אויף די געבלאזענע ארעמעס און די טאַטוען זיינע. ווי שטעלט מען אזוינס בכלל אויף איין גאלעריע מיט אונזער באהיטלטן און בארעקלטן סענדער דעם ישיבה בחור?!

האט זיך מיר שוין אויך פארגלוסט אביסל טועם צו זיין פונעם גיבורישן טיטל, און טאקע פונעם הגבה׳דיגן. דער  חוצפה׳דיגער געדאנק איז מיר אריינגעקראכן ווי א ווארעם, און געחלומט האב איך וועגן דעם, און ארויסגעקוקט, מתי יגיעי, ווען וועל אויך איך קענען טאן דאס וואס סענדער קען — אזא הגבה ארויפשיסן אן זיך בייגן? און אין מיינע פאנטאזיעס הער איך ווי ביים סוף קריאת התורה רופט מען אויס „יעמוד יהושע בן זיידל מכובד בהגבהת התורה“  און איך, פונקט ווי סענדער הגיבור, טו א נעם די ספר־תורה מיט אייזענע הענט, און, אלע שטוינען און פרעגן זיך: „גם יהושע בגיבורים? ווער איז דאס דער בחור וואס קען טאן מעשה סענדער?“

נאר ווי קען איך, צוציק, אפילו חלומען אזוינס כל זמן ס׳דא א סענדער אינעם חלל הבנין., ווייל אז מען זאגט הגבה רופט מען ארויף סענדער, ס׳טראכט קיינער אפילו נישט אנדערש. און אז סענדער איז פונקט נישטא, זענען דאך דא בעסערע און שטערקערע פון מיר זיך צו פארמעסטן אויף א הגבה במקום סענדער. דארף איך אויב אזוי האפן אויף א קריאה טאג ווען ס׳איז נישטא נישט סענדער און נישט דער צווייטער און דריטער אין ראנג. דערווייל טרעניר איך מיר, אזוי אז נאך א סך איבונגען, וועל איך זיך אפשר דערדראפעווען צו זיין א רעכטער בעלן פארן הגבה ווען עס מאכט זיך דער טאג.

אבער ווי טרענירט מען זיך אלס בעל הגבה? מען קען דאך נישט סתם אזוי צוגיין אין א גרינעם דינסטיג צום ארון קודש, ארויסנעמען די ספר־תורה און אזוי נישט מיר נישט דיר נישט מאכן דערמיט איבונגען ווי עס וואלט געווען א גימנאסטיק אינסטרומענט, ס׳דאך א ספר־תורה. האב איך זיך נישט געשעמט, און געמאכט אזעלעכע „כמו הגבות“ אין שטוב מיט אלץ וואס קומט אונטער, בענקלעך, באשטעלונג-קעסטלעך, קארטאפל זעק, אפילו מיין זעקס יעריג ברידערל. מיינע עלטערן זעען וואס עס קומט פאר און עס בלייבט זיי נישט מער ווי צו האפן אז אלץ מיט מיר איז אין ארדענונג.

איז געקומען דער דערווארטערטער טאג: דער ישיבה מנין איז שיטער, ס’איז סוף יאר, סענדער איז נישטא, און אויך נישט זיינע פארטרעטער, די אנדערע עלטערע גיבורי חייל פון ישיבה. דערווייל האב איך מיך שוין פארדינט א נאמען פון א שטיקל בעל זרוע, און עס האט אנגעהויבן אויסצוזען ווי עס איז נאנט דער טאג און איך ווער געזען ווי א פאסיגער קאנדידאט פארן הגבה.

מיט א זשאבע אין בויך און פינטלדיגע אויגן שטיי איך ביים מאנטאגדיגן קריאת התורה און קוק זיך ארום. אינעם היכל איז נישטא היינט קיין איינאיינציגער גיבור, נאר כולו בחורים׳לעך חלושים, איז דאך שוין געווען קלאר ווער עס איז היינט דער גיבור פון ישיבה, דאס בין איך, און מיר געהערט היינט דער הגבה.

נאר כ׳האב פארגעסן איין זאך, איך בין א כהן. כ’האב אמאל געמיינט אז אלץ וואס א כהן קען נישט טאן איז, חתונה האבן מיט א געגטער פרוי און באגראבן בר מינן׳ס. ווער איך יעצט נאך דער בר מצווה געוואויר אז דעם כהן איז אויך מיטן הגבה נישט אזוי גלאטיג, און נישט ווייל ער מיטן הגבה פּאָרן זיך נישט, נאר פשוט ווייל דעם כהן גיט מען די ערשטע עליה, קען מען אים שוין מער נישט מכבד זיין מיט הגבה, מען גיט דאך נישט צוויי כיבודים.

נאר צו מיין גוטן היינטיגן מזל, זענען כהנים דא דא מערערע היינט, ברוך השם, און מען רופט אויף א צווייטן כהן. אין אנדערע צייטן וואלט זיך מיר דערגאנגען א שטיקל קינאה געפיל כלפי דעם יעניגן כהן, אבער איצט בין איך צופרידן, ווייל אזוי איז דער הגבה מיינס. זענען מיינע צוויי פויסטן אלזא מוכן ומזומן פארן הגבה, וכך הוה, וואס איך האב געווארט און געהאפט האט מיר דערגרייכט. פונעם גבאי׳ס מויל קומט ארויס „יהושע בן זרח מכובד בהגבאת התורה!“ און איך גיי.

וואס זאל איך אייך זאגן… עס איז נישט געלונגען! איך וויל אייך נישט דערציילן, אבער די ספר־תורה אין מיינע הענט האט אויסגעזען ווי זי פאלט אט אט חלשות…צוויי בחורים׳לעך זענען באלד געקומען צו לויפן געבן דעם ספר א האנט, איידער מיר קויפן זיך אלע איין מפטיר יונה, און מיר זענען איינגעמיירעט מיט א תענית ציבור, ווייל אזוי איז די הלכה, אז ווען א ספר־תורה פאלט אראפ ברויך דער ציבור פאסטן, ווייל דאס איז א נישט גוטער סימן.

נו וואסזשע דען! האב איך דען ווירקליך געקלערט אז מען קען עפעס סתם אזוי פשוט דורכן טראגן קארטאפל אין די ארעמעס באווייזן גבורת סענדער? ווי אזוי איז מיר אפילו איינגעפאלן אזא זאך?

און איך, און מיר אלע בחורים׳לעך אין ישיבה, האבן זיך פון דעמאלט אן אויסגעלערנט, אז קיין צווייטער סענדער איז טאקע נישטא.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version