„אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“: 70 יאָר זינט דער „נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע פּאָעטן““A Mirror on a Stone”: 70 years since the Night of the Murdered Poets
דוד ראָסקעס ברענגט אַ ריי מײַסטערישע פֿערזן פֿון דער אַנטאָלאָגיע, אַרײַנגערעכנט פּאָעזיע פֿון איציק פֿעפֿער, דוד האָפֿשטיין און פּרץ מאַרקיש.
די רעדע האָט דער מחבר געהאַלטן אין גן הסופרים, ירושלים, דעם 12טן אויגוסט 2022 — פּונקט 70 יאָר זינט דעם מאָרד פֿון די ייִדישע פּאָעטן מצד דער סאָוועטישער רעגירונג.
דאָס בוך וואָס איך האַלט אין דער האַנט הייסט „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין: אַנטאָלאָגיע [פֿון] פּאָעזיע און פּראָזע פון צוועלף פֿאַרשניטענע ייִדישע שרײַבערס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד.“
אויף אַלט-גריכיש מיינט „אַנטאָלאָגיע“ א בינטל בלומען. האָבן מיר, הייסט עס, צוועלף בוקעטן, אַרויסגענומען פון דער סלאַווישער ערד.
הײַנט, ווען עס ברענט שוין ווידער די סלאַווישע ערד, וואַרפֿט זיך אין די אויגן וואָס אַכט פֿון די צוועלף זענען פֿאַרפֿלאַנצט געוואָרן דווקא אין דער רײַכער אוקראַיִנע, און האבן זיך דאָרטן צעבליט: דוד בערגעלסאן, דער נסתּר, דוד האָפֿשטיין, שמואל פּערסאָוו, אהרן קושניראָוו, לייב קוויטקאָ, פרץ מארקיש און איציק פעפער, און בלויז פיר זענען ליטוואקעס (ווי איך): משה קולבאק, שמואל האלקין, איזי כאריק און זעליק אקסעלראָד.
די בוקעטן זענען אויסגעסדרט ניט געאָגראפיש, ניט לויטן אלף-בית, נאר כראָנאָלאָגיש, לויטן יאר ווען די שרײַבערס זענען געבוירן געווארן: בערגעלסאָן איז דער עלטסטער און אקסעלראד – דער ייִנגסטער.
רעדאקטירט „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“ האבן חנא שמערוק, בנימין הרושאָווסקי (שפּעטער: הרשב), און אברהם סוצקעווער, מיט דער מיטהילף פונעם ביבליאָגראף, מענדל פּיעקאַזש. סוצקעווער האט געהאט די זכיה זיך צו באקענען מיט א טייל פון די צוועלף שרײַבערס בעת זײַן ניסימדיקן וואנדערוועג אין צײַט פון דער מלחמה. זײַנענדיק פּוילישע בירגערס, האבן הרושאָווסקי, סוצקעווער, שמערוק און פּיעקאַזש געקענט זיך ראטעווען פון ראַטן-פֿאַרבאַנד באצײַטנס.
צוזאמען האבן זיי פאַרטראַכט אָט די ערשטמאָליקע אַנטאָלאָגיע, וואס דער פּרץ-פארלאג האט פּובליקירט אין איינעם מיטן ליטערארישן זשורנאַל „די גאלדענע קייט“ אין 1964: 812 שיינע, ריינע, געראַמע זײַטן געדרוקט כּמעט אָן דרוקפעלערן. ווי אזוי האט דער פּריוואטער, היימישער פּרץ-פארלאג געקענט זיך דערלויבן אזא לוקסוס-אוסגאבע? הײַנט ווייסן מיר, אז פארן גאנצן פראָיעקט האָט באצאָלט „לִשכּת הקֶשֶר“ — אַ ישׂראלדיקע רעגירונג־אָרגאַניזאַציע וואס האָט זינט 1952 געהיים זיך פארנומען מיט די יידן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. דערפאר איז דער ציל פון „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“ געווען ניט נאר צו שטעלן א דענקמאָל, צו טאָן א חסד-של-אמת; ניט נאָר צו פאַרסך-הכּלען די אויפטוען פון דער סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראטור, נאָר אויך צו העלפן באפרײַען א פארלוירענעם שבט פון ייִדישן פאָלק.
„אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“ איז א גרויסער חידוש, אַפילו פאַרן עם-הספר. ניט געקוקט אויף זיין מאָדערנעם לבוש; ניט געקוקט אויף זיין פאָרמעלן סטאטוס ווי אן אַנטאָלאָגיע, איז ער בפירוש א ספר: א ספר וואס טראָגט די הסכּמה, דאָס שטעמפּל, פון די סאמע העכסטע אינסטאנצן; א ספר וואס איז באגלייט מיט נייטיקע הערות און פּירושים געשריבן פון באוווּסטע יודעי-ייִדיש; א ספר וואס האט פאראייביקט, מיט גרויס מי און מאטערניש, איינס פון די שענסטע, טיפסטע און טראגישסטע קאפיטלען אין אונדזער געשיכטע.
אזא ספר טאָר מען ניט לייענען אין קלאָזעט. אזא ספר, אויב ער פאלט אויף דר’ערד, מוז מען אים א קוש טאן. טאמער ווערט אזא ספר צעריסן, מוז מען אָפּהיטן די שיימעס און זיי ברענגען צו קבורה.
אזא ספר, רבותי, מוז מען לערנען, ניט לייענען. ערשט ווען מע קנעלט אין אים ארײַן, הייבט מען אָן צו פארשטיין דעם גאנג פון די דורות; ווער ס’האט פון וועמען געלערנט, און וואָסערע חילוקי-דעות האבן זיך שפעטער צעפלאַקערט. וועגן אזא ספר ווילט זיך זאגן: תּם ונשלם.
פאראן אינעם ספר ראשונים און אַחרונים. איטלעכן פון די ראשונים—בערגעלסאן, האָפֿשטיין און קולבאק—קען מען באטראכטן (לאמיר זאגן) ווי א מין ראש-ישיבה, בעת דער נסתּר האט געלעבט ווי א פּרוש און געלערנט תּורה פאר זיך. די אחרונים זענען ענלעך צו ישיבה-בחורים, וואס זיי פלעגן אוועק פון דער היים צו לערנען אין ווײַטע מקומות. צווישן די יינגערע פאעטן האבן האלקין און פעפער געלערנט ביי דוד האָפשטיינען אין קיִעוו. שמואל האלקינס ערשטלינג באנד „לידער“ (1922) און איציק פעפערס „שפּענער“ (1922) זענען ביידע ארויס אין האָפשטיינס סעריע ביכלעך מיטן שיינעם נאָמען „ווידערוווּקס.“ שפעטער האבן די יונגע חברה, קושניראוו, כאריק און פעפער, זיך אָפּגעטרייסלט פונעם עלטערן דור, אויפן פאָן פֿון די קאָלאָסאלע נײַע מעגלעכקייטן וואס האבן זיך געעפנט פאר זיי.
אין דער פּאָעמע, „בליִענדיקע מיסטן“ (1925), באשרײַבט איציק פעפער א באזוך אין זײַן היימשטעטל, שפּאָלע, וווּ יונגע מיידלעך לייענען מאיאקאָווסקי און בלאָק „און ווייסן ניט ארקען, איזין און מיך“ (672); אבער נישט געדעגהט, ווײַל „ס’איז יעדער שטיבל גרייט פאר נייע לידער, / פאר נײַעם גליק איז גרייט דאָ יעדער שטיין, / א מונטערער און מידער / בין איך אוועק אהיים“ (672). ביאליקן און פרוגן האט מען שוין פון לאנג באזײַטיקט, „ווײַל געסלעך זינגען הײַנטיקע פאָעמעס / קלינגט מיט זון און רענדלעך דער מעת-לעת; / מײַן טאטע זיצט און לייענט דעם מאסקווער ‘עמעס’ / און טרוימט פון א קאָלאָניע לעם אַדעס.“
נו, איז וואס, אז מ’האט מיך געמַלעט
און געפּראַוועט, ווי בײַ ייִדן, א ברית.
ס’האבן פעלדישע ווינטן פארסמאַליעט
מײַנע ווײַסע פארדרימלטע פיס. (673)
די שפּילעוודיקע, פארשײַטע גראמען „געמַלעט“ און „פארסמאַליעט“, „ברית“ און „פיס“ (ביידע שמעלצגראמען), זענען די בעסטע באווײַזן, ווי פונעם „פּראָסטן זעצער“ איציקל פעפער איז געווארן „ניט קיין שלעכטער יידישער פאעט“ (674). ניט נאר פעלדישע ווינטן, נאר אויך דער בירגערקריג ווו ער האט געקעמפט אין דער רויטער ארמיי האבן פארסמאליעט זיינע ווייסע פיס.
מיט א מאל, ווי עפעס אן אויפברויז אין דער נאטור, האבן זיך צעשפּילט נײַע גראמען, נײַע קלאנגען, נײַע ריטמען, נײַע בילדער, נײַע לאנדשאפטן און נײַע לײַדנשאפטן. אפילו דער אויסזען פון דער שפראך האט זיך ראדיקאל געביטן, ווען מ’האט אײַנגעפירט דעם סאוועטישן אויסלייג, און דעם נסתּרס נאמען, למשל, האט מען אויסגעלייגט „ניסטער,“ פונקט ווי ער שטייט אויסגעקריצט אויף דעם דאזיקן דענקמאל.
איטלעכס קאפיטל הייבט זיך אָן פון דאס נײַ מיט א מעשׂה-בראשית. שוין צו נײַן יאר האט דודל האָפֿשטיין גענומען שרייבן לידער אויף העברעיִש, דערנאך אויף רוסיש און אוקראיִניש. ערשט צו זיינע 23 יאר האט ער פארטראכט אָט די געגראמטע, היפּנאָטישע שורות אויף יידיש. אין געמאָסטענע אמפיבראכן, דעם באליבטן מעטער פון אלע עפּישע פאָעטן, וויל ער באטאָנען די איינזאמקייט פון א יונגן יחיד אין א פארשלאָפן רוסיש דערפל:
אין ווינטער-פארנאכטן אויף רוסישע פעלדער!
ווו קען מען זיין עלנטלער, ווו קען מען זיין עלנטער…
קוים איז דער 30-יאריקער פאעט אריבער אין דער גרויסשטאט, האט ער זיך אומגעקערט צום זעלבן מעטער מיט גאָר אן אנדער ריטעם, דאָ צו באזינגען די פרײַהייט, די גאולה, די פרייד, פונעם מאָדערנעם מענטש:
פאר מײַנע פארבלענדעטע אויגן
אויף פעלדער און וועלדער-באראָט
איצט ליגט דיין אלמעכטיקער שטייענערנער קערפער
מיט רערן פארוואָרצלט אין טיף פון דער ערד,
צעשלײַדערט די אָרעמס
געהויפנט, געגאָרנט,
צעקעסטלט, צעצימערט,
אין גרונטן פארשווארצט און אין הייכן באשירעמט
מיט קוימענס פארשפּיצט און מיט שארפן פארטורעמט,
פארקניפּט און פארגארטלט מיט רעלסישע שלאנגען,
באפלאָכטן, באהאַנגען
מיט שפּינוועבס פון דראָט.—
שטאָט!
דו האָסט מיך געפאנגען. (236-235)
ווער דארף אָנקומען צו מאיאקאָווסקי און בלאָק, אז יעדעס צווייטע ווארט דא איז א נײַשאפונג, א נעאָלאָגיזם; ווען די הארטע און ווייכע קלאנגען שאפן א סימפאָניע פאר זיך; ווען די שטאט לעבט אויף מיט אלע אירע מעטאַלענע און געציגלטע אברים!
דער וווּנדער שבוווּנדער, וואס ער פארנעמט די מיזרח-וואנט אין „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“, איז, פארשטייט זיך, פּרץ מארקיש. דער וועלט-אמבאסאדאָר פון יידישן עקספּרעסיאניזם, איז מארקיש געווען די פאָעטישע שטים פון דער אקטאבער- רעוואלוציע.
האָסט אַ שטיקל האַרץ? פארשווײַג עס!
ווילט זיך שווײַגן? שרײַ צום טויט!…
ערגעץ גרימפּלען באַלאַלײַקעס
אויפן שטיין צעזעצטערהייט!… (383)
דא שפילן שוין ניט קיין לירעס, נאר באַלאַלײַקעס. דאָ הערט מען שוין ניט קיין ריינע ליריק און צארטע קלאנגען, נאר גרימפלען און געשריי. אלץ קומט פאר איצטער, ערגעץ, מיט אויסערגעוויינטלעך עגאָצענטרישן פּאַטאָס. מארקישעס פּונקטואציע באשטייט דורכויס פון פרעגצייכנס און אויסרוף-צייכנס.
לכּבוד זיין 26סטן געבוירן-טאג שרייבט מארקיש אָן Maestoso Patetico (ז’ 429), א מוזיקאלישער טערמין וואס מיינט פריילעך, יום-טובדיק און פאטעטיש; אפשר אן אָנזאָג אויף דער גײַסטיקער שׂימחה וווהין ער ווערט פלוצעם פאַרבעטן.
איך בין אויף אן אָרעמען מאלצײַט פאררופן און ווייס ניט וווהין און צו וועמען,
עס גלעקערן גלעקער פון קלויסטערס מיט רויטע צעבלוטיקטע צלמים,
די זעלבע גלעקער וואס רופן צו פּאָגראָמען צעקלינגען אצינדערט די פריידיקע בשׂורה —
עס פּאָרן זיך ווינטן — די שימחה וועט דארט זיין, די שימחה זיין דאָ וועט,
מע דאוונט, מע שאלט: למנצח לפּרץ בן דוד!
אלץ איז דא בראשיתדיק: דער איבערגעקערטער זאצבוי, וואס פירט אריין אין דער יידישער ליריק אזא גראם ווי „די שימחה זיין דא וועט“ און „למנצח לפרץ בן דוד“; דער באניץ פון יידישער רעליגיעזער סימבאליק כּדי צו אינסצעניזירן עפעס וואס איז אי יחידיש, אי אוניווערסאל; און אפילו דער פּאָרטרעט פונעם פאעט ווי א נביא: ניט ביאליק, ניט לייוויק וואס זיי טראגן אויף זיך אזא שווערן היסטאָרישן עול, נאר א גאסן-זינגער:
אָ ווינטן, אָ ברידער,
איר ווייסט ניט, ביי וועמען איז היינט אזא שימחה?
וווהין כ’בין פאררופן?
איך זינג אויפן וועג אונטער אלעמענס פענצטער און אלעמענס הויפן
פארשפעטיקן כ’זאל ניט מיין ליד אונטערוועגנס צו דעם ארעמען מאלצײַט,
איר ווייסט ניט, בײַ וועמען איז הײַנט אזא שימחה?
דאס וואס קומט דאָ פאָר איז חל אויף אלעמען, ווייל באלד וועט געשען א קאָסמישע ענדערונג, א נייער בראשית בפועל-ממש, לכבוד דעם פאעט און זיין ליד:
א הפקר-בראָדיאגע וועט הײַנט ביי דיר, גאט, זיין אין ליכטיקן היכל,
מא רופט מיך צו זון אויף מיט ערשטער עליה,
מיין ברכה כ’זאל מאכן אויף איר — אויף דער תּורה פון אלע פּלאַנעטן און וועלטן
און גיי איך און בלאנדזשע פון שטערן צו שטערן,
איך וויל ניט, איך וויל ניט פארשפּעטיקן, מאמע,
כ’בין עולה לחמה…
פאראן אזא ווארט ווי „ליקוי-חמה“, א גרויסע זעלטנהייט אין דער נאטור, בעת עולה זיין צו דער תורה קען א ליאדע בר-מצווה-בחורל, בפרט איינער וואס האט א מאל געדינט ווי א משורר אין א שיל. אבער בלויז פרץ מארקיש, דער געזאלבטער פון דער רעוואלוציאנערער מוזע, האט פארמאָגט אין זיך אזא שאפערישע ענערגיע, אזא שפּאגל-נייע שפראך, אזא משיחישן גלויבן; אזא אלוועלטלעכן און אלייִדישן באנעם.
פרץ מארקיש האט זיך ניט אויסגעטאָן פון דער געשיכטע. שוין פריִער האט ער געהאט אנגעשריבן (און דעקלאמירט) זיינע צוויי גרויסע אפּאָקאליפטישע פאעמעס, „וויילאנד“ און „די קופּע,“ וועגן די פאגראמען אין אוקראיִנע. שוין דעמאלט, אין אנהייב צוואנציקער יארן, האט מארקיש זיך געגרייט, פאעטיש און גייסטיק, צו ווערן דער גרעסטער יידיש-נאציאנאלער פאעט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד.
יעדע פרשה אין „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“ – בערגעלסאן, דער נסתר, האָפֿשטיין, קושניראוו, קוויטקא, מארקיש, אאַז”וו – הייבט זיך טאקע אָן פון דאס ניי. נאך דער מעשה-בראשית קומט דער ערשטער גוואַלדריס, די ערשטע פינצטערע בשׂורה.
שוין אין 1927 האט האָפֿשטיין געמוזט זיך פארענטפערן פאר איזי כאריקן למאַי ער האט געגראמט „קיִעוו“ מיט „איוב.“ דאס זיינען געווען מערניט ווי „ווײַטע גראמען,“ האט האָפֿשטיין דערקלערט, „און ביידע נעמען ווײַט צעשיידטע אין געשיכטע / אוועקגעשטעלט צוזאמען“ (267). פאר א פאלשן גראם האט מען געקענט טייער באצאָלן.
די ערשטע וואס האבן באצאלט מיט זייער לעבן זענען געווען איזי כאריק און משה קולבאק, ביידע דערשאסן אין 1937. גיי זיי א נביא און ווייס אז דווקא אין מינסק, ווו עס האט זיך קאנצענטרירט דער יינגערער, ראדיקאלער פליגל, וועלן זיך אנהייבן די ערשטע רייניקונגען.
א דאנק די פרטימדיקע פירושים אין „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“ קען דער לערנער אנהייבן צו באנעמען דעם מוראדיקן פרײַז וואס איטלעכער פאעט און פראזאיִקער האט געמוזט באצאלן כדי מע זאל אים אננעמען אין שרייבער-פאראיין, כדי א ניי בוך לידער אדער נאוועלעס זאל ארויסגיין אין איינעם פון די מלוכה-פארלאגן. דער פרייז איז געווען איינער און דער זעלבער: צו פארבראַקירן אלץ וואס שטימט ניט מיט דער נייער טאָטאליטארישער פארטיי-ליניע.
- דעם נסתּרס ערשטלינג, „פּויליש,“ א סימבאָליסטישע באשרײַבונג פון א חסידישן חתונה-טאנץ, וואס מישט צוזאמען שיר-השירים, קבלה און קלעזמער מוזיק: „ניט אריין אין דעם נסתרס ביכער“ (777).
- לייב קוויטקאס אַכט-שורהדירע קינה אויף די פאגראמען (1923):
רוסלענדישער טויט
איז טויט פון אלע טויטן.
רוסלענדישער פּײַן
איז פײַן פון אלע פּײַנען.
יאַטרעט וועלטס א וווּנד?
ווי האלט איר הארץ אצינד?
פרעג א ברעקל קינד,
פרעג א יידיש קינד.
„ניט איבערגעדרוקט אין קוויטקאס אנדערע ביכער“ (783).
- מארקישעס Maestoso Patetico: „ניט אריין אין מארקישעס ביכער.“
- איציק פעפערס „איך בין א ייד“ (1942), ווו „ייִד“ גראמט זיך מיט „מאדריד,“ „פארהיט,“ „געגליט,“ „מיין געמיט,“ „יידיש ליד,“ און „דינאמיט“: „ניט אריין אין פעפערס סאוועטישע לידער-זאמלונגען“ (803).
די פארבראקירטע נאוועלעס און לידער, די ניט-צענזורירטע, תחילתדיקע וואריאנטן — וואס איז מיט זיי געווארן? זיי זענען אריין אין דער גניזה פון דער סאוועטיש-יידישער ליטעראטור און האבן געווארט ביז 1964 צו ווערן אויסגעלייזט.
הרושאָווסקין האבן מיר צו פארדאנקען דעם פרעכטיקן טיטל, „אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“, גענומען פון מארקישעס א באנד פּאטריאָטישע לידער, וואס איז ארויס אין מאסקווע אין 1943:
אצינד, ווען ס’קערט די ראיה זיך אום צוריק אליין,
איז מיר א ריס די אויגן עפענען און זען מיט יעדן גליד דא,
אז ס’איז מיין הארץ אראָפּגעפאלן, ווי א שפיגל אויף א שטיין,
און מיט א קלונג פון בראך אויף שטיקער זיך צעשפּליטערט.
צו טרויערן אויפן נאציאנאלן בראך, אויפן גרויסן חורבן, אויפן אומקום פון מיזרח-יידנטום, דארף דער פאעט אנווענדן און אויסניצן אלע זיינע חושים: די ראיה, די אויערן, דאס הארץ. מארקיש רעדט אין נאמען פון גאנצן פאלק, דעמאלט ווען עס וויינען אין אים אלע גלידער.
***
„אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“ איז א ספר ווו עס האבן זיך אָפּגעראטעוועט די שיימעס פון דער יידיש-קולטור אין ראטן-פארבאנד.
„אַ שפּיגל אויף אַ שטיין“ איז א ספר ווו עס גראמט זיך „מעת-לעת“, „מאסקווער עמעס“ און „אדעס“; „געמַלעט“ און „פארסמאַליעט“; „באשירעמט“ און „פארטורעמט“; „ די שימחה זיין דא וועט“ און „למנצח לפרץ בן דוד“; „קיִעוו“ און „איוב“, „ייִד“ און „דינאמיט.“ ניט נאר גראמט זיך „אליין“ און „שטיין“, נאר אויך „יעדן גליד דא“ מיט „צעשפליטערט“.
פאראן אזוי פיל וואס צו לערנען פון דעם ספר. ניט נאר הײַנט, ווען מיר שטייען פארן דענקמאל, ווו עס זענען אויסגעקריצט ניט 12, נאר 27 נעמען, נאר אין אלע טעג פון יאר, ווען אחוץ דעם שטיין, באדארפן מיר אויך דעם שפּיגל. חזק חזק ונתחזק.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO