„מײַנע ייִדישע שיך“ — זכרונות פֿון באָריס סאַנדלער‘My Jewish Shoes’ – memoirs by Boris Sandler
דער בעסאַראַבער ייִדישער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן איז געװען אַ מײַסטער אין פֿאַרשײדענע ליטעראַרישע זשאַנערס, אָבער אױף דער עלטער האָט ער ספּעציעל אָפּגעשאַצט קורצקײט: „איר לײענט אַ מאָל אַ קורצע נאָװעלע און טראַכט: — אײַ אַ שאָד, עס פֿעלט דאָרט דאָס און דאָס, ס׳האָט נאָך געקענט זײַן דער און דער געדאַנק. אײַ, װאָלט עס געװען שטאַרקער, ברײטער. און איר גיט זיך ניט אָפּ קײן חשבון, אַז מע דאַרף אַ טראַכט טאָן: — אײַ, גוט. אױב די נאָװעלע האָט דאָס און דאָס, אַזאַ און אַזאַ געדאַנק אַרױסגערופֿן, פֿעלט עס, הײסט עס, ניט — איז עס דאָרט דאָ…‟
יונגערהײט איז באָריס סאַנדלער געװען שרײַבמאַנס אַ תּלמיד אין קעשענעװ, און די דאָזיקע השׂגה האָט ער זיך געלערנט בײַ זײַן ליטעראַרישן רבין. לױטן סטיל און אינהאַלט איז סאַנדלערס נײַ בוך „מײַנע ייִדישע שיך‟ אַ מין כּבֿוד-אָפּגעבן דעם אָנדענק פֿון שרײַבמאַנען. דאָס בוך איז כּולל העכער װי 100 קורצע נאָװעלעס, מיניאַטורן, נאָטיצן און כּלערלײ אַנדערע ליטעראַרישע שאר-ירקות. דאָס בוך לאָזט זיך לײענען אין װאָסער ניט איז סדר. מען קען מישן דערין װי מען װיל, בפֿרט אַז דער עלעקטראָנישער פֿאָרמאַט מאַכט דאָס נאָך גרינגער.
אַזאַ מין פֿרײַער פֿאָרמאַט שפּיגלט אָפּ סאַנדלערס אַני־מאמין אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך, װאָס לעבט הי און איצט, ניט אַ מאָל אָדער אין ערגעץ-װוּ. „די ייִדישיסטן‟, שרײַבט ער, „טײלן זיך אױף צװײ מחנות: די, װאָס רעדן װעגן דער פֿאַרגאַנגענהײט (אַ מאָל איז געװען …), און די, װאָס רעדן װעגן דער צוקונפֿט (ס׳װעט קומען אַ צײַט…). כ׳מײן, אַז װיכטיקער איז צו רעדן װעגן דעם הײַנט פֿון ייִדיש — אַ קנופּ צװישן נעכטן און מאָרגן.‟
דאָס רובֿ קאַפּיטלעך אין „מײַנע ייִדישע שיך‟ טראָגן אין זיך אַן אױטאָביאָגראַפֿיש קערנדל. אַן עפּיזאָד, װאָס האָט זיך געטראָפֿן אין סאַנדערלס לעבן אין בעלץ, קעשענעװ, מאָסקװע, ירושלים, ניו־יאָרק אָדער ערגעץ אין פֿלאָרידע, גיט אַ שטױס דעם ליטעראַרישן כּוח־הדמיון, און יענער שאַפֿט דערפֿון אַ קורצע מעשׂה. אַזױ װערט אײַנגעבונדן אַ „קנופּ‟ װאָס פֿאַרבינדט דעם עבֿר מיטן הװה, סאַנדערלס קינדער־יאָרן אין בעלץ מיט דער הײַנטיקער רוסישער מלחמה קעגן אוקראַיִנע, „װאָס שטײט בײַ דער שװעל פֿון דײַן הײם‟.
סאַנדלער איז געבױרן געװאָרן אינעם שאָטן פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, װאָס זײַן דור האָט „פֿאַרגעדענקט מיט זײַן גענעטישן זכּרון‟. „אין די קינדער-יאָרן האָבן מיר ליב געהאַט זיך צו שפּילן אין מלחמה. דאָס שװערסטע אין אָט דער שפּיל איז געװען זיך צעטײלן אױף ‚רוסישע‘ און ‚דײַטשן‘; קײנער האָט ניט געװאָלט זײַן ‚אַ דײַטש‘, נאָר — אַ רוסישער!‟ װלאַדימיר פּוטין געהערט צו דעם אײגענעם דור װי סאַנדלער, און ער האָט זיך אַװדאי אױך קינדװײַז געשפּילט אין מלחמה. אָבער איצט האָט פּוטין „אױפֿגעהערט אױפֿצונעמען די שפּיל װי אַ שפּיל, און איז אַרײַן אין די פֿעדערן פֿון אַ ממשותדיקן ‚פֿיורער‘ מיט אַלע זײַנע מעשׂים…‟
אין בעלץ האָט סאַנדלער געטראָפֿן לעבעדיקע קרבנות פֿון יענער מלחמה, די „צעקאַליעטשעטע מלחמה־פֿײגל‟, װי זײַן באָבע האָט זײ גערופֿן. סאַנדלערס בולטע פּאָרטרעטן פֿון אָרעמע לײַט אױפֿן אַמאָליקן בעלצער מאַרק דערמאָנען די פּערסאָנאַזשן אין מענדעלעס ראָמאַן „פֿישקע דער קרומער‟: „פֿאַרװאַקסענע און פֿאַרלאָזטע, װי אַרױסגעשלעפּט פֿון אונטער אַ פֿירל. װער עס שטײט אױף זײַנע צװײ פֿיס, אױסגעשטרעקט די אײנציקע האַנט, װער שפּאַרט זיך אָן אױף אַ קוליע, װער עס זיצט גלײַך אױף דער ערד אָן בײדע פֿיס אָדער אױף אַ נידעריק װעגעלע און לעבן אים ליגט אַן איבערגעקערט היטל מיט עטלעכע מעשענע קאָפּיקעס אינעװײניק, װי מע װאָלט זײ אַהין אַרײַנגעשפּיגן.‟
עס זײַנען געװען נאָך אַן אַנדער מין ייִדישע בעלטערס, די „גײענדיקע‟, װאָס „פֿלעגן אַרומגײן איבער ייִדישע הײַזער‟, און אױך מענטשן „אָן אַ װינקל, אָן אַ דאַך‟, װי די באָבע פֿלעגט װעגן זײ זאָגן. אײניקע פֿון זײ האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין די לאַגערן און געטאָס פֿון טראַנסניסטריע און האָבן ניט געהאַט װוּהין זיך אומצוקערן נאָך דער מלחמה.
סאַנדלער האָט מיטגעאַרבעט אין פֿאַרשײדענע ליטעראַרישע אַנשטאַלטן און געװען פֿאַרטאָן אין פֿאַרשײדענע פֿאָרשערישע און קולטורעלע פּראָיעקטן. הײַנט־צו־טאָג איז ער צװישן די געצײלט מענטשן, װאָס זײַנען געװען גוט באַקאַנט מיט די אַמאָליקע ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿות, סײַ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, סײַ אין ישׂראל, סײַ אין אַמעריקע. אין זײַנע נאָװעלעס און נאָטיצן שילדערט ער די געשטאַלטן פֿון יענע סבֿיבֿות, װאָס כּמעט אַלע זײַנען זײ שױן אויפֿן עולם־האמת: דאָס פּאָרפֿאָלק דוד און נינע ראָגאָװ, די שרײַבערינס שירה גאָרשמאַן און דאָרע טײטלבױם, די סאָװעטישע מחברים הערשל פּאָליאַנקער און יוסף בורג, דער זשורנאַליסט לעאָניד שקאָלניק, זײַן לאַנדסמאַן — דער דיכטער זיסי װײצמאַן, דער ישׂראלדיקער בונדיסט יצחק לודען און דער אַמעריקאַנער ייִדישיסט און כּלל-טוער, ד״ר בערל זומאָף. יעדע געשטאַלט װערט פֿאָרגעשטעלט דורך עטלעכע כאַראַקטעריסטישע שטריכן, אין הסכּם מיט יחיאל שרײַבמאַנס אַן עצה: „אײן פּינטל אין לעבן, אײן אױגנבליק, אײן װוּנק דאַרף דערצײלט װערן פּרטימדיק, דאַרף אומגערעדט װערן באַריכות, דאַרף באַמאָלט װערן מיט אַלע אײנצלהײטן, מיט אַלע פֿאַרבן.‟
אָבער פֿאַר װאָס הײסט סאַנדלערס נײַ בוך טאַקע „מײַנע ייִדישע שיך‟? אױף דעם ענטפֿערט ער אַזוי: „אױף לשון־קודש מײנט מײַן פֿאַמיליע-נאָמען — שוסטער. יאָ, מײַן עלטער-זײדע, עליו־השלום, זלמן סאַנדלער, האָט טאַקע געצױגן זײַן חיונה פֿון שוסטערײַ.‟ פֿון אָט דעם עלטער-זײדן זײַנען פֿאַרבליבן אַ פּאָר שיך, װאָס ער האָט איבערגעגעבן בירושה זײַן זון אַבֿרהם, אױך אַ שוסטער. אינעם רומענישן געטאָ האָט אַבֿרהם אָפּגעגעבן זײַנע שיך זײַן זון ישׂראל, ער זאָל קענען אַנטלױפֿן פֿונעם געטאָ. און נאָך דער מלחמה איז ישׂראל געגאַנגען צו דער חופּה מיט באָריסעס מאַמע דװקא אין יענע שיך, „אָפּגעפּוצט ביז אַ בלישטש‟. איצט געפֿינען זיך די ירושה־שיך אין באָריס סאַנדלערס רשות: „שױן נישט אײן יאָר זײַנען די דאָזיקע שיך פֿון מײַנע אָבֿות געטרײַע און פֿאַרלאָזלעכע מיטגײערס אין מײַן אײגענעם לעבנס־װאַנדער — פֿון בעלץ ביז אַמעריקע.‟ אַזױ אַרום װערט אַ פּשוטע פּאָר שיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַרומנעמיקן סימבאָל, װאָס בינדט צונױף די פֿאַרשײדענע קאַפּיטלעך פֿון סאַנדלערס בוך.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor